Re: שטריימל סעיל אדווערטייזמענטס - טפשות אדער געניאל?
שמעון וואלף@אנאנים די ביסט דאך אליין מסביר די חילוק. ביי א טייערע זייגער דארף דער סוחר קאנווינסען די פאטענציאלע קאסטומער צו קויפן די זייגער אנשטאטס א טייערע קאר אדער א לוקזיריעסע וועקעישאן. טאמער איז דא איינער וואס האט געמאכט א גוטע דיעל און ארויס מיט א שיינע אפוטיקע און יעצט וויל ער זיך רעווארדן, דארף ער זיין קאנווינסט אז די זייגער איז די בעסטע טשויס. אדער וויל די סוחר מארקעטן זיינע זייגערס פאר עשירים, מוזן זיינע עדס זיין קלאסיש.
אנדערש איז אבער ביי א שטריימל ווי די קונה וויל עס סייווי קויפן און ארימע פונקט ווי רייכע קויפן זיך שיינע שטריימלעך ובפרט ווען די עד איז פאר א סעיל, וואס דעמאלטס אפעלירט ער נאכמער צו די שוואכערע פארדינער, ממילא איז עס בכלל נישט קיין צושטעל צו א טייערע זייגער כאטשיג א שטריימל איז אויך טייער.
צו צונעמען דעם ענין אביסל מער און טיפער
(לאור וואס כ׳האב געשריבן דא) קען מען אפשר זאגן אז בעצם וואלטן די שטריימל פירמעס געדארפט דאס מארקעטן אלס א לוקסוס אייטעם, ענליך צו טייערע דעזיינער קליידער וכנ״ל. אין אנדערע ווערטער, די טייערע קוואליטעט שטריימלעך וואטן געדארפט זיין
וועבלען גודס, וואס הגם די פרייז גייט ארויף גייט פארט די דימענד אויך ארויף, אנדערש ווי די אלגעמיינע
געזעץ פון דימענד [וואס לויטעט אז ווען די פרייז גייט ארויף גייט די דימענד אראפ]. דאס איז ווייל בעצם איז א (טייערערע) שטריימל א
נארמאל גוד, וואס ווען מ׳האט מער אינקאם קויפט מען מער דערפון, וממילא ביי אזא סארט גוד וואס איז א שטאטוס סימבאל איז ווי מער די פרייז גייט ארויף (וממילא די שטאטוס דערפון), איז פאר די מיט טאקע העכערע אינקאמס גייט אויך ארויף די דימענד דערפאר.
אבער, אפילו די סארט שטריימלעך זענען למעשה פאר אונזער סאסייעטי געווארן אן עסענטשעל/סטעיפל און עס האט נישט קיין סאבסיטוט דערפאר (דאס איז די מציאות); עס איז
נישט (מער) קיין לוקסוס אייטעם. קומט אויס אז מ׳קען אפשר טענה׳ן אז די שטריימל איז (געווארן) א
גיפפען גוד - א זאך וואס די דימענד גייט אויך ארויף ווען די פרייז גייט ארויף, אבער מכח׳ן זיין גאר א שטארקע
אינפעריאר גוד וואס אין אלגעמיין וואלט די דימענד דערפאר געדארפט
אראפגיין ווען די אינקאם גייט ארויף. מ׳קען דאס זאגן וויבאלד עס איז שוין (אויך) עפעס וואס (אסאך) וואלטן זיך געוואונטשן דאס דייקא בכלל
נישט צו קויפן, און דעריבער קען מען עס (אויך) אנקוקען ווי א שטארקע
אינפעריאר גוד. פון דארט ווערט דאס א
גיפפען גוד ווייל מ׳״מוז״ דאס קויפן און מ׳האט נישט קיין סאבסיטוט דערפאר, און עס נעמט אויף א חלק ניכר פונ׳ם בודזשעט פונ׳ם מענטש (כידוע 😞 ).
יעצט, אם כנים אנחנו בזה איז דא א מקצה לקצה׳דיגן equally valid פערספעקטיוו פארוואס די שטריימל זאל מיט׳ן שטייגן פונ׳ם פרייז דאך די דימענד ארויפגיין - פאר די עשירים מכח׳ן זיין א
וועבלען גוד און פאר די נישט-פארמעגליכע מכח׳ן זיין א
גיפפען גוד ככל הנ״ל. יעצט, ביידע די דעמאגראפיקס קויפן די שטריימל אין די (מער-ווייניגער) זעלבע פרייז רעינדזש.
ווי באקאנט איז אדווערטייזינג מער אפעקטיוו ווען עס רעדט צום סאבקאנשעס ווי איידער צום ראציאנאלן קאנשעסנעס. און לכאורה איז די הנחה פשוטה פון מארקעטינג אז מ׳זאל אדווערטייזן לרוחם פון די מערהייט פון די קאנסומער דעמאגראפיק, וואס איז כולל סיי די עניים און סיי די עשירים וואס זענען ביי דעם אין די זעלבע פרייז רעינדזש; זה מכח ווייל דאס איז פאר אים א
וועבלען גוד וזה מכח ווייל דאס איז פאר אים א
גיפפען גוד וככל הנ״ל. איז דעריבער וויבאלד דאס מערהייט פון די דעמאגראפיק פון קונים [די טארגעט] זענען די נישט-פארמעגליכע זוכן די פירמעס (עכ״פ סאבקאנשעסלי) דאס צו אדווערטייזן לרוחם [דהיינו צו וואס די סאבקאנשעס פונ׳ם מערהייט קאנסומערס ווייסט]. דהיינו, דאס אפצושפיגלען ווי א מער נחוצ׳דיגע אינפעריאר (אולי תרתי משמע) אייטעם. אפשר.
דאס איז נוגע צו די אדווערטייזמענטס דערפאר בכלל, ולכאורה כ״ש ביי א סעיל וואס דעמאלטס זענען די נישט-פארמעגליכע
לגמרי די טארגעט.