הרב_שלוםיעצט זומער ווען איך בין אין קרית יואל האב איך מיין שיעור יעדע נאכט אין ויואל משה און ווען איך קראס אריבער צו איהעל קוק איך בלויז רעכטס
פון דארף איך וויסען אז הרב הגאון ר' אהרן טייטעלבוים שליט"א מאכט א מסיבה און צוליב דעם ווערט די ראוד פאר אפאר שעה א two way
איך לאך ווי די אידן רעדן זיך אפ, ס'איז נישט מעגליך געווען נישט צו זען אז דו גאס איז א טו וועי, מען האט זיכער געמאכט אז מען ווייסט
איך דערמאן מיך נאר איינמאל ווען איך האב אריבערגעקראסט פון ביהמ"ד הגדול צום פארקינג לאט קעגן איבער, נארמאלערהייט קוקט מען לינקס צו זען צו א קאר קומט נישט, איך קוק לינקס, ס'איז ליידיג, און אינמיטן הער איך פון די רעכטע זייט א שארט סטאפ, וואס איז? א קאר קומט צו פארן מיטן גאנצן ווילדקייט די פארקערטע ריכטונג, און וואס מיינטאיר ווער איז עס געווען, איינער פון די חשובע מתפללים פון ביהמ"ד ויואל משה, ס'איז געווען דאן א צייט וואס מען האט געפירט א קאמפיין אז מען מוז מאכן גארפילד א טו וועי, הלמאי מען דיסקרימינירט זיי זיי קענען נישט קומען צו זייער שול פון ביידע זייטן, ממילא אפצוטון די ווילידזש צו ווייזן אז בשלטון הכופרים אין אנו מאמינים האט מען געשטעלט אין סכנה פוס גייער
נאר ואס, אין אדם רואה נגעי עצמו