Under maintenance
הויפט זייט » ווי קען מען באקומען פסח קעטערינג אין ווילי?

ווי קען מען באקומען פסח קעטערינג אין ווילי?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11431
מיטוואך אפריל 12, 2017 11:21 pm#368484
ווי קען מען באקומען פסח קעטערינג אין ווילי?
איך האב ב''ה געהאט א יונגעלע למזל טוב דעם יו''ט, און אחרון של פסח מישט מען זיך שוין..
וויל איך וויסן ווי אין ווילי קען איך שאפן א קעטערינג פאר די סעודת ברית
דאנערשטאג אפריל 13, 2017 12:06 am#368485
כ'האב געשוקט א מעסידזש פאר דער הויפט פראדעצירער ער ענטפערט נישט געהעריג, ער זאגט ער קעיטערט נישט דער וויליאמסבורגע ציבור...

#פילם_טראלל_קעיטערינג_מנשה
דאנערשטאג אפריל 13, 2017 12:20 am#368486
Re: ווי קען מען באקומען פסח קעטערינג אין ווילי?
.
דאנערשטאג אפריל 13, 2017 5:40 pm#368505
איז אמת אז ס'דא וואס מישן זיך נישט אפילו אחרון של פסח? מיין ווייב זאגט מיר אז אין מאנרא האט זי געהערט אזא חומרא
דאנערשטאג אפריל 13, 2017 5:55 pm#368506
שווער צו גלייבן, און מאנרא מישט מען זיך ווען מ'קען נאר.
דאנערשטאג אפריל 13, 2017 6:17 pm#368513
כ'האב געוואוינט נאך מיין חתונה אפאר חדשים אין מאנרא, און ס'דאך דא דארט אלע סארטן
דאנערשטאג אפריל 13, 2017 9:40 pm#368517
ס'דא אזעלכע וואס מישן זיך אחרון של פסח נאר מיט אנדערע משפחות און גוטע פריינט. נישט מיט פראדוקטן. וואטעווער דעט מיינס.
פרייטאג אפריל 14, 2017 4:13 pm#368536
וויבאלד מיין שווער צאלט עס עניוועי, האב איך עהם געגעבן די כבוד פאר די נאמען, ער זאגט אז ער וואלט געגעבן די נאמען 'פסח'..
איך מיין אז איך וואלט געגעבן 'מנשה'..
פרייטאג אפריל 14, 2017 4:31 pm#368537
מנשה איז א מעגליכקייט. וויבאלד מנשה'ס אוטענטישע נאמען איז נישט מנשה.
פרייטאג אפריל 14, 2017 4:35 pm#368538
קורקלענד האט געשריבן:מנשה איז א מעגליכקייט. וויבאלד מנשה'ס אוטענטישע נאמען איז נישט מנשה.

ממילא?
אז איך זאג מנשה אלץ א נאמען איז עס אלץ מיין הערצה צו עהם נישט אלץ זיין עכטע נאמען אין ריעל לייף
פרייטאג אפריל 14, 2017 5:36 pm#368539
ישראל גלויבער האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:מנשה איז א מעגליכקייט. וויבאלד מנשה'ס אוטענטישע נאמען איז נישט מנשה.

ממילא?
אז איך זאג מנשה אלץ א נאמען איז עס אלץ מיין הערצה צו עהם נישט אלץ זיין עכטע נאמען אין ריעל לייף

האסט הערצה צו זיין נאמען אדער צו עים אליינס?
פרייטאג אפריל 14, 2017 6:31 pm#368541
אז איינער איז פארקויפט פאר א סעלעב, האט ער ליב זיין סעלעב נאמען.
און גראדע איז עס א גוטע נאמען.
אגב, ס'האט שוין כמעט געהאלטן אז ער גייט זיין אין ווילי פאר'ן ברית, אבער ער האט געטוישט זיין מיינד
זונטאג אפריל 16, 2017 1:03 am#368551
נישט געוואוסט מענטשן זענען אזוי משוגע...
איך האב ארויסגעלייגט ביים זכר קניידל זופ, און ס'געווארן א ויצעקו...
זונטאג אפריל 16, 2017 1:50 am#368552
מסתמא ווייל ס'האט נישט גוט געטעיסט.
זונטאג אפריל 16, 2017 10:17 am#368556
וואס סניפט דער גלויבער וויל איך וויסן? :lol: רבש״ע אזא אייער קריכער האט מען שוין נישט געזעהן אין ק״ש זייט מנשה לוסטיג האט פארלאזט דעם מקום.
זונטאג אפריל 16, 2017 4:17 pm#368568
רויטע וואנצעס האט געשריבן:מסתמא ווייל ס'האט נישט גוט געטעיסט.

אבות אבותינו האבן געגעסן קניידלעך שוין בליל הראשון
זונטאג אפריל 16, 2017 4:34 pm#368572
Re: ווי קען מען באקומען פסח קעטערינג אין ווילי?
ישראל גלויבער האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:מסתמא ווייל ס'האט נישט גוט געטעיסט.

אבות אבותינו האבן געגעסן קניידלעך שוין בליל הראשון

דיין זיידעס און באבעס האבען געגעסען קניידלעך וואס האבען נישט גוט געטעיסט? איך האב אויך געהאט קניידלעך ביים סדר, אבער ס׳האט געהאט א טעם גן עדן (וועמען נער׳ט מען אפ? ס׳איז סה"כ מצה מעיל מיט אייער און וואסער, ווי גוט קען עס דען זיין? אבער א מאכל וואס זעטיגט איז עס, און ס׳זאפט איין דער טעם מרק).

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג אפריל 16, 2017 4:40 pm#368573
ס'סתם א חומרא
מיטוואך אפריל 19, 2017 2:14 am#368587
ויקרא שמו בישראל - ברוך צבי
מיטוואך אפריל 19, 2017 2:24 am#368588
מזל טוב כהאב געהאט דרילינג, כטארכט צורופן איינס מנשה און דע אנדערע צוויי וועל איך פרעגן מנשה וויאזוי זיינע זיידעס האבן געהייסן.
האסט זיין סעלפאון???
ווי קען מען טרעפן א קעיטרינג אין ווילי וואס נעמט אן שליסל-חלה קעיטרינג כהאב געהאט א דרילינג ממש די מינוט.

בקיצור סאיז (מנשה) לוסטיג און לעבעדיג :?
מיטוואך אפריל 19, 2017 9:46 am#368600
איך האב ארויסגעלייגט ״קליינע-חזרימ׳לעך״ ביי די קידוש קיינער האט עס נישט צוגערירט, א באנדע בהמות! די קניידל זופ איז געוועהן אזוי גוט אז מנשה האט אנגעפולט זיין בוזעם טאש מיט זעקס און זעכציג קניידלעך... אה נאך איינער האט געגעבן קידוש לעבן מיר, זיינע עסען האבן געשטינקען פון די סקווירע פיש וואס האט געזאגט תורה ביי שאלשידעס.

שכוח פאר אלע באטייליגטע... כקען נישט זאגן ״משום גילוי״ אבער איך בין א ווארטס מענטש...

דער בן זכור הייסט מנשה צבי אלימלך ברוך יושע ירוחם הלוי נאך מנשה און זיינע זיידעס זיבן דורות ארויף.
פרייטאג אפריל 21, 2017 12:08 am#368734
איך האב פארלוירן צוויי טייערע קינדער סטרעטשי'ס נאכן שמחה, ווי געפונט זיך די השבת אבידה אין ווילי?
פרייטאג אפריל 21, 2017 12:39 am#368739
Re: ווי קען מען באקומען פסח קעטערינג אין ווילי?
מער אויף די לינקע זייט