Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » די "נארמאלע" אינטערנעט-מערכה - וועקער 8

די "נארמאלע" אינטערנעט-מערכה - וועקער 8

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11437
מיטוואך אפריל 19, 2017 2:28 pm#368610
די "נארמאלע" אינטערנעט-מערכה - וועקער 8
כ'וועל אנהויבן ווי א פראמינענטער בעל דרשן שוין מקדמת דנא, איינער וואס שטעלט זיך אויף זאגן אז ער איז עכט נישט קיין בעל דרשן, זיין טאטע איז אויך נישט געווען, שוין דורי דורות וואס זיין משפחה זענען נישט קיין עכטע בעלי דרשנים, אבער פארט בעט מען זיי זאלן דרשנ'ן ווען מ'מוז האבן איינער זאל רעדן ווען מ'קייט די טשיקען, גרין בינס, און מעשט פאטעטעס ביים שבע ברכות, כדי ס'זאל הייסן א שיינע שבע ברכות. הייבן זיי אלע אן מיט א "פותחין בכבוד האכסניא," צומאל איז דער אכסניא דער טאטע, אמאל דער זיידע, ווענדט זיך וועם מ'דארף לעקן אויפן מינוט, און טאמער איז ער געפערליך אויפגעקלערט קען אמאל די כבוד אכסניא ארייננעמען ביידע עלטערן, די וואס געפינט זיך אויפן אנדערן זייט מחיצה אויך. איז פותחין בכבוד דער וועקער, און איר מייסטער רעדאקטאר ATUB @ראובן ATUB . ער האט אהערגעשטעלט א נומבער וואס שטעלט אין שאטן אלע פריערדיגע נומבערס, כ'האב מיך באלעקט מיט יעדעס ארטיקל עקסטער. מיט מיין אייגענע ארטיקל האט ער געמאכט אזא שיינעם דזשאב, עטס וויסט דאך ווי אזוי איך שרייב, אביסל צומישט, נישט מסודר, און ער האט געמאכט סדר דערפון, כ'האב שטארק הנאה געהאט צו ליינען מיין ארטיקל דעם יום טוב, ער האט געמאכט א מענטש דערפון, און די קרעדיט קומט זיך פאר די וועקער שטאב, רעדאקטארס, עדיטורס, גראפיקער, און מיטהעלפער.

כ'קען באשטיין צו הערן פידבעק פונעם עולם, וואס דער עולם זאגט דערויף. ווער ווייסט? אפשר וועט הרב טויבער אליינס וועלן צוריק ענטפערן?
מיטוואך אפריל 19, 2017 2:35 pm#368611
מיין פעיוועריט ארטיקל, בפרט אז איך האב שוין געהאט אנגעיאגט צוריק צוהערן פון ״הרב״ טויבער׳ס דרשה. :like
מיטוואך אפריל 19, 2017 2:50 pm#368612
פון וואס כ'האב דערווייל געליינט איז די נארמאלע אינטערנעט מערכה עלית על כולנה, א מאמר וואס פארווירקליכט דעם האמת עד לעצמו.
מיטוואך אפריל 19, 2017 3:29 pm#368615
אן קיין ספק דאס בעסטע ארטיקל אינעם וועקער. עס האט מיר גערינען שפייכעטץ ווי ג. פיש ציעט אראפ די הויזן פונעם בעל דרשן מיט Hard facts און שליידערט אים אראפ די שטיגן פון דמיונות.
מיטוואך אפריל 19, 2017 3:47 pm#368619
דאס זעלבע דא, שטערקסטע ארטיקל ביי מיר. געשריבן הלכה למעשה ווייזט אויף דאס צביעות און פאלשקייט. הלואי דיסטריביוט איינער דעם ארטיקל אין די שוהלן וואס איז יעצט עקסלוסיוו גראונד פון די סיקריקן גרופעס למיניהן.

לעניות דעתי דארף דער ארטיקל אן אויסנאם מען מוז עס פאוסטן אנליין, זאל עס גיין וויירעל.
מיטוואך אפריל 19, 2017 4:01 pm#368620
כ'האב נאכנישט געליינט די גאנצע וועקער, אבער דערווייל איז דאס ביי מיר אויך די בעסטע ארטיקל. איך געדענק נאך א טאג נאכדעם ווי די באבוב-45'טער האבן גערעש'ט פון די גאנצע אסיפה, זיי האבן אנגעקוקט יעדער וואס האט א סמארטפון ווי די גרעסטע משוגענער. ס'האט אויסגעזען ווי הרב טויבער האט מען ספעציעל גערופן צו איבערצייגן געפילטע, און ער האט טאקע מצליח געווען פאר איין נאכט.
מיטוואך אפריל 19, 2017 4:26 pm#368623
דער ארטיקל איז געווען דאס געשפרעך איבעראל ווי כבין געווען דעם יו״ט, אין מקוה, אין ביהמ״ד, ביי משפחה, דער עולם האט געקוואלן ווי שיין און פשוט דער וועקער צולייגט דעם טויבער אלץ גארנישט מער ווי א שעמלאזער מיסיאנער וואס איז אדיקטעד צו ברעינוואשן מוחות!

ATUB @געפילטע פיש ATUB האסט געמאכט א מעסטער דזשאב!
מיטוואך אפריל 19, 2017 4:51 pm#368624
כלבאשבוע האט געשריבן:דער ארטיקל איז געווען דאס געשפרעך איבעראל ווי כבין געווען דעם יו״ט, אין מקוה, אין ביהמ״ד, ביי משפחה, דער עולם האט געקוואלן ווי שיין און פשוט דער וועקער צולייגט דעם טויבער אלץ גארנישט מער ווי א שעמלאזער מיסיאנער וואס איז אדיקטעד צו ברעינוואשן מוחות!

@געפילטע פיש האסט געמאכט א מעסטער דזשאב!

אזוי? אפשר דארף איך גיין אין מקוה אפטער. :)


א שויעך אייך פאר אלע קאמפלימענטען, מיר איז אבער סאך מער געפאלן אסאך אנדערע ארטיקלען. בצלאל כהן איז א שטארקע זאך-על אף וואס ס'איז שווער איבערצושטייגן א מארק שפירא אינטערוויו, שפינאזע, קטלא, יואב, לעבאווישט, אונז קעגן זיי, דכרניא (ווי וואנט מאר, פרעד!), אלטער'ס ספרים סטאר, התנגדות אין חסידות, גאולה געדאנקען, חוה פויגל, תרתי דסתרי, אלע פיינע שטיקלעך איינס ביי איינס. אה, וויאזוי קען מען פארגעסן, מזל טוב אדמדם.
מיטוואך אפריל 19, 2017 5:02 pm#368626
Re: די "נארמאלע" אינטערנעט-מערכה - וועקער 8
ווען איך האב דאס אנגעהויבען ליינען שבת נאכמיטאג אין בעט, האב איך געטראכט אז נאך צוויי זאצען וועל איך איינשלאפען. דערווייל, יענער נאכמיטאג בין איך נישט געשלאפען. איך האב עס דורכגעליינט און שפעטער פארציילט פאר יעדעם.

די טענות זענען צוטיילט אין דריי. די ערשטע, די סקול פון די קולט פון משוגעים איז א טענה שאין עליה תשובה, ווי אויך די טענה פון אטענטשען ספען.
די אנדערע טענות זענען נישט אזוי למעשה׳דיג. יא, טויבער איז א שקרן, אבער ווען אדיקטשען וואלט געווען א פראבלעם, איז זיין צביעות נישט קיין תירוץ. אזוי אויך לגבי שייכות צו קינדער. טאמער דאס איז א נושא, מאכט נישט אויס אז די שומרים קארטלעך זענען די זעלבע פראבלעם.

נאר אז טויבער איז אן ע"ה און א ליגענער איז באשטעטיגט הונדרעט פערצענט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך אפריל 19, 2017 5:22 pm#368628
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די אנדערע טענות זענען נישט אזוי למעשה׳דיג. יא, טויבער איז א שקרן, אבער ווען אדיקטשען וואלט געווען א פראבלעם, איז זיין צביעות נישט קיין תירוץ. אזוי אויך לגבי שייכות צו קינדער. טאמער דאס איז א נושא, מאכט נישט אויס אז די שומרים קארטלעך זענען די זעלבע פראבלעם.


גערעכט אז אין דעם הינזיכט האב איך אביסל געהארגעט דעם מעסענדזשער, אנשטאט מקבל זיין ממי שאמרה, אבער ס'איז מער פון דעם. נישט נאר איז זיין פלוצים'דיגע אינטערעסע אין די נאנטע קשר צווישן עלטערן און קינדער דעם עפיטאם פון היפאקריטסווע, נאר די גאנצע איידיע אז דאס איז א וויכטיגע זאך קומט נאר פון די אפענקייט צום ברייטערן וועלט, א זאך וואס די רבנים זענען לוחם דערגעגן מיט צאן און נעגל. אבער ביזט גערעכט. אפשר וואלט איך זיך געדארפט האלטן צו פראוועבעל טרוקענע פאקטן, און לאזן מיין סוביעקטיווע אפיניען פאר א צווייט מאל.
מיטוואך אפריל 19, 2017 9:39 pm#368640
א פערזענליכע דאנק אייך ATUB @געפילטע פיש ATUB פארן נעמען די מיה און אנטפלעקען די פאלשע פיש

בדידי הוי עובדא, איינע פון מיינע קינדער קומט מיר דערציילען אז זי וויל מאכען א קבלה מיט א חברטע נישט צו ליינען יודישע לייען מאטיריאל געדרוקט אויף ענגליש נאכ'ן נשפע ווערען דורך א דרשה פון נישט קיין אנדערער ווי דער מר"ה דעובדא און באוויסטער מחנך הרב טויבער.

קודם האב איך איר קאמפלימענטעד פארן וועלען מאכן א קבלה און דערנאך אבער ארויס געברענגט אז דעת תורה בכל המדינות געוען פונקט להיפך. גדולי ומנהיגי ישראל האבן אייביג געפאבלישט צייטונגען בין ביודיש בין בלע"ז ובין בכל לשון שהוא, דער אמרי אמת, סאטמערער רב, הגרש"ר הירש, וכו' וכו' בכל מקומות שהם האבן סאפלייד לייען מאטיריאל פאר יודען.

דערנאך האביך ארויס גענומען מיין טראמפ קארד.

די קלארע דעת תורה ארטיקעל פונ'ם וועקער וואס אנטדעקט די פארפוילטע עלעמענטען. איך האב געפרעגט מיין טאכטער צו דער טויבער האט אפשר געליינט וועגען די סקול אין סיליקאן וועלי אדער די סטאטיסטיקס פון עדיקשען אין צאינה ראינה?

ווי גוט האבן חז"ל געזאגט שוחט משום מאי מחייב, משום צובע, משום נטילת נשמה...

נאכאמאל, א דאנק פאר'ן געוואלדיגען ארטיקל!
מיטוואך אפריל 19, 2017 10:04 pm#368645
גאר א שיינע ארטיקל. פיין און טריקן. איך הער וואס ליטוואק זאגט. אבער איך האלט אז די האסט ריכטיג אויסגעוועלט. למעשה. הרב טויבער האט אפעלירט צו די געפילן. איר האט אפעלירט צו די לאגיק. יעצט דארף מען א העניך וואס זאל מאכן אן ארטיקל וואס אפעלירט צו פילינג'ס באזירט אויף אייער לאגיק.
פרייטאג אפריל 21, 2017 1:03 am#368746
הרב פיש, דיין ארטיקל איז אייזן שטארק. ס'האט מיר פארשאפט אן עונג יו"ט. כה לחי.

די פרטי פרטים וואס די לייגסט אראפ איז געוואלדיג. אבער איך האלט אז דער כללית'דיגער נקודה מיט וואס מענטשן גייען אוועק פון דיין ארטיקל איז אז טויבער און זיינס גלייכן האלטן דעם עולם פאר גולם. טויבער האט נישט קיין שום פראבלעם זיך אויפצושטעלן פאר אן עדה פון הונדערטער אידן און פארקויפן אפענע שקרים. דער רא"ש ברענגט א מאמר העולם אז הרוצה לשקר ירחיק עדיו. ווען איינער וויל זאגן א שקר וועט ער דאס נישט טאן ווען ער ווייסט אז ס'זענען דא מענטשן וואס קענען אויפווייזן זיין שקר. אז טויבער קען פארקויפן זיינע שקרים פאר א רבים, מיז זיין אז ער האלט אז קיינער דארטן וועט אים נישט אפפרעגן, אז קיינער וועט נישט גוגלען זיינע פאקטן, אז יעדער וועט אפקויפן דעם גאנצען טאץ גארביטש וואס ער פארקויפט. ווען טויבער האט ווען דאס מינדעסטע רעספעקט פאר'ן ציבור, וואלט ער זיך נישט געוואגט דאס צו טאן. "דאס" איז די נקודת הדברים וואס דיין ארטיקל דעקט אויף. און אויף דעם קומט זיך דיר א יישר כוח.
פרייטאג אפריל 21, 2017 2:43 am#368752
לגבי די טענה אז ער האט פארדריידט די פאקטן איבער די וואלדארף שולע, דאס איז נישט זיין שולד ער האט פשוט איבערגעליינט א שטיקל ניו יארק טיימס וואס דער שרייבער דארטן האט פארדריידט די פאקטן.
פרייטאג אפריל 21, 2017 11:02 am#368774
גלייב מיר האט געשריבן:לגבי די טענה אז ער האט פארדריידט די פאקטן איבער די וואלדארף שולע, דאס איז נישט זיין שולד ער האט פשוט איבערגעליינט א שטיקל ניו יארק טיימס וואס דער שרייבער דארטן האט פארדריידט די פאקטן.

נו, פאר דעם קומט זיך שוין פעטש פאר דעם ריכטעל. ס'דא גענוג פעטש צו טיילן פאר ביידן. אבער בנוסף צום טיימס ארטיקל לייגט טויבער צו א נופח שקרים משלו, ווי שוין געשריבן אין ארטיקל.
דינסטאג מאי 16, 2017 5:12 pm#371280
לתועלת הענין ולבקשת הרבים וועל איך בקרוב ארויפשטעלן דעם וויכטיגן ארטיקל לחלקו ביעקב ולהפיצו בישראל.
מאנטאג מאי 22, 2017 10:54 am#371987
איך האב געסערטשט אנליין איבער דעם סקול. און עס איז אמת אז די גרינדן פון די סקול האט צו טון מיט אמונות טפלות און ראסיזם. אבער די פאקטן אז זיי פארבאטן טעכנעלאגיע, שיינט צו זיין אביסל אנדערש וויאזוי ATUB @געפילטע פיש ATUB האט געשריבן.

לויט די וועבסייט פארבאטן זיי צו האבן אינטערנעט אפילו אינדערהיים, און בכלל נישט קיין צוטרירט צו אינערנעט ביז די 16. און עס זעט אויס אז די עלטערן וואס שיקן אהין ווילן אויך געניסן פון דעם אז קינדער זענען אויסגעשאלטערט פון טעכנעלאגיע אינגאנצן.
מאנטאג מאי 22, 2017 4:38 pm#372027
דער ארטיקל וואס דו צייכנסט צו איז פונעם זעלבן שרייבער פונעם טיימס ארטיקל. אפשר איז עס גאר דער זעלבער ארטיקל. געפילטע האט שוין אנגעוויזן אז דער ארטיקל האט אומקראנטע אינפארמאציע.
מאנטאג מאי 22, 2017 5:18 pm#372033
אדאנק פארן אויסקלארן. עס וואלט געווען ראטזאם אז ג.פ. זאלן ציטירן די מקורות, אויף וואס ער האט געבויעט זיין ארטיקל.

בד"וו דער טיימס ארטיקל איז געשריבן דורך MATT RICHTEL, און דער גארדיען ארטיקל איז געשריבן דורך Matthew Jenkin. זעלבע שרייבער?
מאנטאג מאי 22, 2017 5:24 pm#372036
ביסט גערעכט. מיין טעות.
מאנטאג מאי 22, 2017 5:28 pm#372037
דער פולער ארטיקל, להפיץ בתפוצות ישראל להגדיל תורת אמת ולהאדירה.
מאנטאג מאי 22, 2017 5:34 pm#372039
קוק דעם יוטוב קליפ, וועסטו זען א שמועס מיט א סיליקען וואלי פאטער, און טיטשערס פונעם סקול. עס זעט זיך קלאר ארויס אז זיי זוכן אויסצומיידן די טעכנעלאגיע.

ג.פ. האט אראפגעשטעלט דעם סקול אלס ריין געצנדינעריי, וואס פארמאגט א הייפעלע סטודענטן, און טוען דאס בלויז צוליב ספירוטאלע אנשאוינגען אא"וו. לויט זיכעריי אויף גוגל האנדלט זיך עס פון א סקול וואס איז טאקע מבוסס אויף קרעפ, אבער פארמאגט א ריזן נעץ פון סקולס. און טעק עלטערן שיקן אהין דוקא אויסצומיידן דעם טעכנעלאגיע.

m https://www.youtube.com/watch?v=fUxLKik3zNA m

באמת דארפן מען אפטיילן Technology און Electronics. די שאלה איז פארוואס ווילן זיי אהין שיקן, איז דאס צוליב מ'זאל זיך נישט באנוצען מיט Electronics, נאר נוצן אלטע מעטאדן. אדער זוכן זיי אויסצומיידן דוקא דעם Technology.
מאנטאג מאי 22, 2017 5:41 pm#372041
קיינער לייקנט נישט אז די שולע האט א פראבלעם מיט טעכנאלאגיע, נאר ג. פיש טענה'ט אז מ'דארף דאס לייגן אין קאנטעקסט מיט זייערע אנדערע משוגעת'ן ווי געצנדינעריי און אנטי-וואקסיניזם, און אינעם קאנטעקסט פון וואס זיי טוען יא אין שולע אנשטאט טעכנאלאגיע, און דער פאקט אז ס'איז באמת א גאר קליינע שולע, און ווייט נישט א פלאץ וואו א סכום ניכר פון טעכנאלאגיע פירמע פירער שיקן זייערע קינדער. צו דעם קומט צו דער פאקט אז אפילו זיי פארשטייען אז עווענטועל דארף מען יא לערנען קאמפיוטערס און אינטערנעט מיט די קינדער, ווי זיי טוען טאקע אין שולע גופא.

און פארשטייט זיך אז דאס איז נאר איין פון טויבער'ס גוזמאות, שקרים און סתם אנשרעק-מיטלען אין זיין דרשה.
מאנטאג מאי 22, 2017 6:04 pm#372044
און דאס אז געציילטע טעכנעלאגיע פירער שיקן אהין איז דאס נאר צוליב דעם. זיי האבן פשוט נישט געפונען קיין אנדערע סקול וואס זאל דאס טון. דאס אז אפאר גרויסע טעק פירער שיקן אהין צוליב דעם, אט דאס איז סיבה צו זאגן אז זיי זוכן נישט קיין טעכנעלאגיע פאר זייערע קינדער. נאר דע חלק איז אינטערסאנט פון די גאנצע שמועס.
מאנטאג מאי 22, 2017 6:25 pm#372055
פרייוויליג האט געשריבן:איך האב געסערטשט אנליין איבער דעם סקול. און עס איז אמת אז די גרינדן פון די סקול האט צו טון מיט אמונות טפלות און ראסיזם. אבער די פאקטן אז זיי פארבאטן טעכנעלאגיע, שיינט צו זיין אביסל אנדערש וויאזוי @געפילטע פיש האט געשריבן.

לויט די וועבסייט פארבאטן זיי צו האבן אינטערנעט אפילו אינדערהיים, און בכלל נישט קיין צוטרירט צו אינערנעט ביז די 16. און עס זעט אויס אז די עלטערן וואס שיקן אהין ווילן אויך געניסן פון דעם אז קינדער זענען אויסגעשאלטערט פון טעכנעלאגיע אינגאנצן.


ליין איבער דעם גארדיען ארטיקל. די פאראגראף וואס דערמאנט וואס דו זאגסט, אז ביז זעכצן טארן זיי נישט האבן צוטריט צום אינטערנעט, אפילו אינדערהיים, רעדט וועגן א צווייטע שולע אין לאנדאן, די לאנדאן עקארן שולע.
מאנטאג מאי 22, 2017 5:43 pm#372059
פרייוויליג האט געשריבן:קוק דעם יוטוב קליפ, וועסטו זען א שמועס מיט א סיליקען וואלי פאטער, און טיטשערס פונעם סקול. עס זעט זיך קלאר ארויס אז זיי זוכן אויסצומיידן די טעכנעלאגיע.

ג.פ. האט אראפגעשטעלט דעם סקול אלס ריין געצנדינעריי, וואס פארמאגט א הייפעלע סטודענטן, און טוען דאס בלויז צוליב ספירוטאלע אנשאוינגען אא"וו.

איך האב געזאגט אז די גרינדער פונעם שולע האט געהאט אזעלכע שיטות, נישט אז עלטערן וואס שיקן היינט אהין גלייבן אין דעם. היינט האבן טאקע די שולעס א שייכות מיט די גלויבינגען בערך אזוי סאך ווי חסידישע חדרים האבן מיט חסידות. כמעט גארנישט.


פרייוויליג האט געשריבן:לויט זיכעריי אויף גוגל האנדלט זיך עס פון א סקול וואס איז טאקע מבוסס אויף קרעפ, אבער פארמאגט א ריזן נעץ פון סקולס. און טעק עלטערן שיקן אהין דוקא אויסצומיידן דעם טעכנעלאגיע.

טעק עלטערן? אז פון הונדערטער טויזענטער מענטשען אין טעק שיקן אפאר הונדערט עלטערן צו דעם סקול מיינט דאס אז "טעק עלטערן" שיקן אהין? אין סיליקאן וואלי בכלל זענען מסתמא איבער ניינציג פראצענט מענטשען וואס קענען זיך ערלויבן די טייערע שכר לימוד וואס זיי נעמען אין טעק. איז דאס אז זייער שולע באשטייט פון 75% טעק פאמיליעס בכלל נישט קיין חידוש.

פרייוויליג האט געשריבן:https://www.youtube.com/watch?v=fUxLKik3zNA

באמת דארפן מען אפטיילן Technology און Electronics. די שאלה איז פארוואס ווילן זיי אהין שיקן, איז דאס צוליב מ'זאל זיך נישט באנוצען מיט Electronics, נאר נוצן אלטע מעטאדן. אדער זוכן זיי אויסצומיידן דוקא דעם Technology.


גערעכט, ווי אויך דארף מען אריין נעמען אין חשבון די אנדערע מעגליכע אלטערנאטיווע מניעים וואס מאכט עלטערן אהין שיקן, ווי למשל וואקסינען.
מאנטאג מאי 22, 2017 7:02 pm#372065
אוי ווען איך האב ווען צייט אליין צו מאכן די ריסערטש....
מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 9:18 am#389763
Re: די "נארמאלע" אינטערנעט-מערכה - וועקער 8
אן ארטיקל אין ניו יארק טיימס וועגן די נזקים פון טעכנאלאגיע. מערקווירדיג איז דאס וואס מ'ברענגט פון פראפ' העשיל (געווען דערמאנט אין וועקער).
m https://www.nytimes.com/2017/11/20/opin ... ss&emc=rss m
מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 1:21 pm#390575
Are You Addicted?
Survey Finds 40 Percent Of Smartphone Use Is Compulsive


Smartphone-use-compulsive-survey

קשר למשפחה?

british-women-spend-more-time-with-their-phones-than-with-their-partners-new-research-shows
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 7:53 am#391081
former-facebook-exec-social-media-is-ripping-apart-society

feels “tremendous guilt”

The short-term, dopamine-driven feedback loops we’ve created are destroying how society works.” He added, “[There’s] no civil discourse, no cooperation; [only] misinformation, mistruth.


Unsurprisingly, when it comes to social media, his children “aren’t allowed to use that shit.”

former-facebook-exec-social-media-is-ripping-apart-society

https://www.youtube.com
ער איז פיינע נייעס, אויף 21:40 איז ער פארנימען מיט די נארמאלע מערכה

The second critique of the tech industry is that it is causing this addiction on purpose, to make money. Tech companies understand what causes dopamine surges in the brain and they lace their products with “hijacking techniques” that lure us in and create “compulsion loops.”

נ.י. טיימס קרעדיט ATUB @מפוזרי ATUB

יעצט כאפ איך זיך ס'איז נישט פין די DSM -ר' בערל שקרן וואס דו ביסט!
דינסטאג אפריל 10, 2018 3:29 pm#399386
אינעם ארטיקל אין די וועקער איז געווען א בילד פון חסידים געמבל'ן יעצט פארט ארום נאך א בילד
זונטאג יוני 03, 2018 11:27 am#404462
נאך שטאף פאר די #נארמאלע_אינטערנעט_מערכה
Simon-Cowell-not-used-mobile-phone-10-months-sell-Britains-Got-Talent-BBC.html
מיטוואך יולי 18, 2018 9:59 am#409170
מיטוואך יולי 18, 2018 12:07 pm#409179
הקטן האט געשריבן:Teens glued to phones risk ADHD symptoms

ר' הקטן, קיינער לייקנט נישט אז אינטערנעט און סמארטפאונס פארמאגן טשאלענדזשעס (פונקט ווי אנדערע טעכנאלאגישע כלים). דער פראבלעם מיט די רבנים/עסקנים איז: א) זיי מיינען נישט באמת אט די פראבלעמען, נאר זיי שטערט די צוטריט צו אינפארמאציע; ב) אפילו די פראקטישע פראבלעמען וואס זיי נוצן אלס א מאסקע פאר דאס וואס שטערט זיי באמת נעמען זיי ארויס פון פראפארציע און זאגן ליגנט.
מיטוואך יולי 18, 2018 2:55 pm#409208
איך האב נישט קיין וועג, אויסער מיין בייעס, צי וויסען וואס דער אדער יענער מיינט.

איך זעה נישט פארוואס ווען איינער זאגט אז די אינטערנעט שאט פאר שלום בית, אדער אז זיין פארנימען מיט די פאן נאן-סטאפ איז אן עדיקשען און לייגט ציגרינט די מוח, זאל איך זאגן אא דאס גייט אים בכלל נישט אן!, ניין, די איינציגסטע זאך וואס יענעם אינטערעסירט איז נאר די צוטריט צו אינפארמאציע.

איך בין זיכער אז א שיינער טייל פין די רבנים וואס האקן אויף די אינטערנעט ווייסן בכלל נישט פין די ענגעל
א גרויסער טייל זענען נאך היינט נאר פארנימען מיט "שמיץ" וואס וואס ס'איז דא אויף די נעט, און מיינען גאנץ ערענסט אז א יעדער וואס האט א סמארט-פאן זאל שוין זיין געפילטערט שטרויכעלט זיך אן אין "שמיץ" - און פינקט וואו דער רב פילט פאר זיין אחרית ווען מען רעדט ביים דאווענען פילט ער דאס אויך פאר זיין פליכט.

אויב האט איינער דא עפעס ארויסגענימען פין פראפארציע איז דאס דער שרייבער פין די ארטיקעל
בערל טויבער האט געזאגט ליגענט ווייל ער האט נאכגעזאגט פין א צייטאנג וואס שטייט באמת אין צייטאנג, אבער די צייטאנג האט נישט פינקטליך געשטימט מיט געוויסע פרטים, וואס טוישט גארנישט.

קיק איבער וואס איך האב אלץ געברענגט און זאג דו ווער סנעמט ארויס פין פראפארציע.


גיוו מי עי ברעק!
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 11:18 am#418381
מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 1:59 pm#420169
He's a 'tech addict' who works in the tech industry
TECH ADDICT