Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » לקראת "וועקער" 9 לכו ונלכה

לקראת "וועקער" 9 לכו ונלכה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11449
מאנטאג אפריל 24, 2017 1:58 pm#368910
לקראת "וועקער" 9 לכו ונלכה

דער עולם לייענט נאך דעם הערליכן נומער 8 פונעם וועקער, אבער די רעדאקציע שלאפט נישט. מיר גרייטן זיך שוין בגדול פאר'ן קומענדיגן וועקער, נומער 9, וואס וועט ערשיינען נאך שבועות.

עס איז שווער איבערצושאצן וואספארא אויפטו, און מ'קען זאגן רעוואלוציע, דער וועקער איז. בלויז דאס בלעטערן אין די לעצטע פאר וועקער אנטדעקט א וועלט פון טאלאנט אין אונזער וועלט ווי קיינמאל בעפאר. עס איז באמת צו שטוינען וואספארא הערליכע ווערק אונזער שרייבער שטעלן אהער, און וויפיל טאלאנט און וויסנשאפט וואלט אנדערש געבליבן באגראבן.

אינעם פאריגן וועקער האבן מיר געשריבן:
    דער דאזיגער נומער פון דעם וועקער ווייזט מיט פילפארביגע קאלירן וואספארא פאטענציאל עס איז פאראן ביים חרדישן ציבור. ווי שווער עס גלייבט זיך, זענען די מיינונגען און שילדערונגען פון אזויפיל אנדערע, צומאל קעגנזייטיגע, פערספעקטיוון, און פארשידנארטיגע דרכי הכתיבה - געשריבן דורך אידן פון דער זעלבער געזעלשאפט און געדרוקט אין דער זעלבער אויסגאבע. דאס הארץ איז איבערגענומען מיט פרייד און דאנקבארקייט אז מיר האבן א חלק אין ארויסשלעפן דעם געוואלדיגן פאטענציאל וואס וואלט אנדערש געבליבן באגראבן.

    מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן, און אפשר וועט דאס אייך אינספירירן ארויסצונעמען אייער אייגענעם פעדער, צו מהנה זיין זיך זעלבסט און אונזערע לייענער.

דער וועקער דרוקט נישט סתם אייערע ווערק ווי עס שטייט און גייט, נאר צוזאמען מיט'ן שרייבער גייען מיר עס דורך, און מיר שארפן עס אויס אז ס'זאל ארויסקומען מיט'ן פולסטן פראכט. אונזער ציל איז נישט נאר אז דער יעצטיגער ארטיקל זאל ארויסקומען דאס שענסטע וואס מעגליך, נאר אז איר, דער שרייבער, זאלן קונה זיין ערפארונג און זיך נאך מער אויסשארפן און אויסארבעטן די טאלאנטן.

דער קומענדיגער וועקער קומט ארויס לכבוד דעם זומער, און קען אנטהאלטן ארטיקלען אויף יעדער נושא. פארשטייט זיך אז מ'קען צילן ארטיקלען אויף ספעציפישע זומערדיגע נושאים ווי נסיעות, תשעה באב, אלול, די ליקוי החמה, וואקאציע, ענטערטעינמענט, וכדומה.

דער דעדליין אריינצושיקן ארטיקלען איז זונטאג, ג' סיון, מאי 28. דאס איז קנאפע פינף וואכן פון היינט. ביטע אריינשיקן אייערע ארטיקלען וואס פריער.
מאנטאג אפריל 24, 2017 2:30 pm#368912
א דאנק ראובן (און פאר אלע שרייבער) פארן קורת רוח וואס די האסט מיר צוגעשטעלט דעם יו"ט
דאס מאל וועלן מיר זיך איבערשטרענגן מיט אן אמת אריינצושיקן אן ארטיקל, ראובן לייג אוועק צען בלעטער פאר מיין ארטיקל.
מאנטאג אפריל 24, 2017 2:49 pm#368914
היות מ'קען נאר לייקן איין מאל האב איך געלייקט, און אוועקגענומען דעם לייק עטליכע מאל.
מאנטאג אפריל 24, 2017 4:22 pm#368923
הייסט עס אז עס קומט איין וועקער פאר פיר חדשים - סיון, תמוז, אב אלול??
זאל עס כאטש זיין צוועלף הונדערט זייטן לכל הפחות!
מאנטאג אפריל 24, 2017 4:30 pm#368924
איסר האטלקי האט געשריבן:הייסט עס אז עס קומט איין וועקער פאר פיר חדשים - סיון, תמוז, אב אלול??

עס ארבעט נישט פער חדשים. ווי כ'טראכט יעצט, וויל איך אז דער וועקער זאל ערשיינען 5 מאל א יאר: תשרי, חנוכה, ווינטער, פסח, זומער.
מאנטאג אפריל 24, 2017 5:13 pm#368930
ראובן האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:הייסט עס אז עס קומט איין וועקער פאר פיר חדשים - סיון, תמוז, אב אלול??

עס ארבעט נישט פער חדשים. ווי כ'טראכט יעצט, וויל איך אז דער וועקער זאל ערשיינען 5 מאל א יאר: תשרי, חנוכה, ווינטער, פסח, זומער.

קומט אבער אויס אז ווינטער איז דא יעדן צווייטן חודש, און פון ניסן ביז תשרי בלויז איינס.
עס איז נישט קיין גרויסע נפק"מ דער דאטום ווען עס קומט ארויס, ר'עיקר ס'זאל זיין גענוג אויף צום ליינען א גאנץ יאר... דעריבער איז וויכטיג אז מען זאל אריינלייגן דערין ווי מער ארטיקלן - און טאקע זאפטיגע, גענוג אויפן גאנצן זומער און ספעציעל פאר תשעה באב נאך חצות.
מאנטאג אפריל 24, 2017 5:25 pm#368932
איסר, וואס גייסטו צוהעלפן צו דעם?
מאנטאג אפריל 24, 2017 5:27 pm#368933
געוואלדיג האט געשריבן:איסר, וואס גייסטו צוהעלפן צו דעם?

כ'האב שוין גראדע געשיקט צוויי ארטיקלן צום וועקער 9, נישט היינט נאר נאך איידערן ארויסקום פון וועקער 8. למעשה נאכן ליינען דעם אינהאלטסרייכן נומער ווייס איך נישט צו איך בין ראוי בכלל אריינצושיקן עפעס דארט....
זונטאג אפריל 30, 2017 11:02 pm#369531
דער דעדליין פאר'ן קומענדיגן וועקער איז פון היינט 4 וואכן.
זונטאג מאי 07, 2017 2:41 pm#370148
רבותי, ס'איז נאך דא דריי וואכן ביז צום דעדליין פונעם קומענדיגן וועקער. ס'קומט א הערליכער וועקער וואס וועט אנפילן אייערע זומער טעג מיט הנאה, געשמאק, און וויסנשאפט. מאכט אייערע ארטיקלען גרייט אין צייט, אז מ'זאל זיך קענען אפגעבן דערמיט כראוי וכיאות.

ווער עס וויל איבערשמועסן א געדאנק וכו', אדער הערן א מיינונג אויף אן ארבעט וואס האלט אינדערמיט, בין איך אייביג גרייט צו הערן.
מאנטאג מאי 15, 2017 1:57 pm#371080
מיט'ן היינטיגן טאג טרעטן מיר אריין אין די לעצטע צוויי וואכן ביז'ן דעדליין פאר וועקער נומער 9. עס זענען שוין אריינגעקומען עטליכע העעערליכע ארטיקלען מיט וועלכע דער עולם וועט זיך פאסמאקעווען די פינגער. דער פרישער וועקער וועט אייך ווידערמאל איבערראשן מיט זיין אויסנאם רייכן אינהאלט. מאכט זיך אז אייערע ווערק ערשיינען ברוב פאר והדר.

ווי אלעמאל, כ'שטיי גרייט ארויסצוהעלפן אין אייער ארבעט.
מאנטאג מאי 15, 2017 11:13 pm#371184
איך האב א איידיע אפשר ראובן מאכסטו אן אינטערוויא מיט שש משזר , איך מיין אז עס וואלט געווען העכסט אינטערעסאנט
מאנטאג מאי 15, 2017 11:33 pm#371188
Re: לקראת "וועקער" 9 לכו ונלכה
סמבטיון האט געשריבן:איך האב א איידיע אפשר ראובן מאכסטו אן אינטערוויא מיט שש משזר , איך מיין אז עס וואלט געווען העכסט אינטערעסאנט

איך האב אן אנדערע עצה די באשרייב א שיינע ארטיקל אויף בעלז @איש את רעהו קויפט דאך מילא נישט די וועקער.
ערנסט גערעדט.
מאנטאג מאי 15, 2017 11:42 pm#371190
סמבטיון האט געשריבן:איך האב א איידיע אפשר ראובן מאכסטו אן אינטערוויא מיט שש משזר , איך מיין אז עס וואלט געווען העכסט אינטערעסאנט

שיינע געדאנק. א גוטע אונטער טיר צוריק צו שלעפן שש צום וועקער.
זונטאג מאי 21, 2017 11:20 am#371904
נאך איין וואך געבליבן ביז'ן דעדליין!

הערליכע ארטיקלען קומען שוין אריין, און מאכט זיכער אז אייערע ארטיקלען זאלן זיין גרייט אין צייט.

איר ווילט דאס נישט פארפאסן!
דאנערשטאג מאי 25, 2017 1:19 pm#372347
רבותי, נאך דריי טעג פארבליבן ביז'ן דעדליין! שיקט אריין אייערע ארטיקלען ביז דעם זונטאג, פאר דער הערליכער זומער אויסגאבע פונעם וועקער.
דאנערשטאג מאי 25, 2017 6:58 pm#372369
ער ווערט שוין בלאו און רויט...

ויהא רעוא מן שמיא שתזכה לברך על המוגמר בנקל והרחבת הדעת.
זונטאג מאי 28, 2017 9:35 am#372573
היום!
זונטאג מאי 28, 2017 11:24 pm#372769
נאך א האלבע שעה פארבליבן.
דאנערשטאג יוני 08, 2017 5:22 pm#373873
דער עולם מוטשעט פאר אפדעיטס, איז לאמיר דערציילן, לאמיר דערציילן, א פאר מעלות פונעם קומענדיגן וועקער.

דער פרישער וועקער, נומער 9, איז ערווארטעט אויף ר"ח תמוז, און וועט פארמאגן א ריזן אויסוואל פון הערליכע ארטיקלען. ס'איז באמת צו שטוינען וואספארא גאונישע ווערק אונזערע לייענער האבן אריינגעשיקט, און פרענקלי, ס'איז א כבוד און א זכיה אז די קאנטריביוטערס פארשטייען אז דער וועקער איז דער פאסיגסטער פלאץ צו אנפארטרויען מיט אזעלכע געוואלדיגע ווערק.

דער וועקער וועט פארמאגן אן אינטערוויו מיט א בארימטער פערזענליכקייט, ביאגראפישע ארטיקלען, היסטאריע, זשורנאליזם, פילאזאפיע, אמונה, השקפה, עצות, חסידות, פאעזיע, תורה, וויסנשאפט, פאראדיע, מאזאאיק, בימים ההם, מושי'ס ווינקל, עצה פלייצע, ראדימנע, קענסער, דערציילונגען, און נאך.
דאנערשטאג יוני 08, 2017 8:49 pm#373901
יחי ראובן!
דינסטאג יוני 13, 2017 5:02 pm#374958
כ'דארף הילף, רבותי.

איין ארטיקל דארף האבן א קאמפליצירטע אויסשטעל וואס "תג" וואלט לכאורה גוט געווען דערפאר. איז דא איינער וואס קען זיך אויס מיט עימוד, און קען זיך אונטערנעמען אויסצושטעלן דעם ארטיקל? ס'איז מסתמא בלויז 3-4 זייטן.

ביטע ענטפערן דא אדער אין אישי.
דאנערשטאג יוני 15, 2017 6:34 pm#375346
מיר זוכן נאך הילף פאר אויסשטעל פון דעם פריערדערמאנטן ארטיקל -- ווער עס קען ארויסהעלפן זאל זיך ביטע לאזן הערן. א גרויסן דאנק.

אין אנדערע נייעס, די רעדאקציע רוקט זיך פאראויס מיט גרויסע טריט. מיר האפן צו ערשיינען מיט דעם רייכסטן וועקער yet, אום ר"ח תמוז, זונטאג פרשת חקת, ולמספרם יוני 25.
פרייטאג יוני 23, 2017 4:32 pm#376691
Re: לקראת "וועקער" 9 לכו ונלכה
ראובן האט געשריבן:מיר זוכן נאך הילף פאר אויסשטעל פון דעם פריערדערמאנטן ארטיקל -- ווער עס קען ארויסהעלפן זאל זיך ביטע לאזן הערן. א גרויסן דאנק.

אין אנדערע נייעס, די רעדאקציע רוקט זיך פאראויס מיט גרויסע טריט. מיר האפן צו ערשיינען מיט דעם רייכסטן וועקער yet, אום ר"ח תמוז, זונטאג פרשת חקת, ולמספרם יוני 25.

@ראובן, א גוטן ערש"ק, ווי אזוי קוקט עס אויס, דער וועקער 9 קומט טאקע ארויס דעם קומענדיגן זונטאג?? העט מען עס קענען באקומען אין די געשעפטן??
פרייטאג יוני 23, 2017 4:56 pm#376695
דער וועקער וועט נישט זיין אויף זונטאג. האפנטליך ווי פריער. מ'האט זיך אנגעשטויסן אין אביסל פראבלעמען אין דעם גראפיק דעפארטמענט, און אדרבה, וועט עס קען אנבאטן סיי וואספארא גראפיק הילף, זאל זיך ביטע מעלדן צו מיר אין אישי. א דאנק.
זונטאג יוני 25, 2017 8:18 pm#376772
Re: לקראת "וועקער" 9 לכו ונלכה
ראוובן, וואס וועט זיין מיטן וועקער 9,איך ווארט בכליון עניים
זונטאג יוני 25, 2017 8:55 pm#376776
דער גראפיק פראבלעם איז נאך נישט מסודר. כ'גלייב אז ווי מער מענטשן וועלן אנבאטן עצות און הילף, וועט זיין גרעסערע שאנסן עס מסדר צו זיין ווי שנעלער.
מאנטאג יוני 26, 2017 1:37 am#376796
No way פאר א גרעפיק פראבלעם זאל עס ווערן אויפגעהאלטן.
לאמיר מאכן א פאנד , דער וואס סאלוואד די פראבלעם וועט באקומען דו געלט.
שרייב דו פראבלעם אין פאבליק , כהאב א פרענד אויף אייוועלט...
מאנטאג יוני 26, 2017 9:49 am#376812
Re: לקראת "וועקער" 9 לכו ונלכה
וואסי טאקע פשט דערפון? אויף אייוועלט איז דעזעגנירט א גאנצער אפטיילונג ספעציעל פאר גראפיק און דעזיין, און דא איז דער רושם ווי קיינער האט נישט קיין אַנונג?!
מאנטאג יוני 26, 2017 10:12 am#376814
נולד מאוחר האט געשריבן:No way פאר א גרעפיק פראבלעם זאל עס ווערן אויפגעהאלטן.
לאמיר מאכן א פאנד , דער וואס סאלוואד די פראבלעם וועט באקומען דו געלט.
שרייב דו פראבלעם אין פאבליק , כהאב א פרענד אויף אייוועלט...


פאר אן אייוועלטער צו העלפן אויף דער וועקער איז א שאלה פון לפני עור
זונטאג יולי 02, 2017 3:36 pm#377486
@ראובן, זשאסט טו לעט יוא קנאוי, דו ווייסט נישט ווי שטארק איך און אנדערע אידן ווארטן אויפן וועקער בכליון עינים, איך האב געקויפט יעדע איינציגע אפי' ווען עס איז נאך געווען אומזוסט, טו דערצו, ווייל עס איז ממש געזעלין פאר אסאך.

איך וואלט גערן געהאלפן ווען איך קען ווען, איך קען פשוט נישט, ווער עס קען העלפן זאל זיך מוחל זיין ארויפשארן די ארבל, ווייל דער וועקער טאר נישט סטאק ווערן.
מאנטאג יולי 03, 2017 8:53 pm#377676
ראובן האט געשריבן:היום!

פינף וואכן, א טאג מיט באלד צוועלף שעה איז שוין פאריבער זינט דאן
וואס ליגט אין אזויפיל טעג ארבעט ?
מאנטאג יולי 03, 2017 9:14 pm#377678
Re: לקראת "וועקער" 9 לכו ונלכה
איש את רעהו האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:היום!

פינף וואכן, א טאג מיט באלד צוועלף שעה איז שוין פאריבער זינט דאן
וואס ליגט אין אזויפיל טעג ארבעט ?

כאטשיג זאלסטו זען אז עס ליגט אסאך ארבייט, פיל מער וויפיל מען מיינט. וויפיל מען האט אפרישיעטעד די ארבייט ביז יעצט, דארף מען עס יעצט פי כמה אפרישיעטן.

ווען מען נעמט די וועקער אין דער האנט קען זיך דאכטען, וואס ליגט שוין דא, צוזאם גענומען אפאר ארטיקלן עס אויסגעשטעלט, אפגעשיקט צו עמעזאן, און וויאלא דער וועקער איז גרייט. גארנישט אזוי פשוט קאפ מוח און שעות ליגט דא.
מיטוואך יולי 05, 2017 3:19 pm#377967
איש בשורה אנוכי היום, אז מיט די עצות און הילף פון פילע חברים זענען מיר ב"ה צוריק אויף די רעלסן, און האפנטליך וועט דער וועקער ערשיינען ברוב פאר והדר די קומענדיגע וואך. ווי געזאגט, דער קוואליטעט פונעם חומר אין דעם נומער שטייגט איבער אלעס וואס איז נאר ארויס ביז היינט, און כ'גלייב אז יעדער וועט מיט א פולן מויל קענען זאגן אז ס'האט זיך געלוינט צו ווארטן.
פרייטאג יולי 07, 2017 8:48 am#378233
ATUB @ראובן ATUB מיר ווארט שוין בכליון עינים!
ישר כח פאר אלעס און פארן נישט אויפגעבן!

ידידך עוז,
פיקאסא
דאנערשטאג יולי 13, 2017 8:51 pm#379021
Re: לקראת "וועקער" 9 לכו ונלכה
און ס'איז שוין סוף וואך
דאנערשטאג יולי 13, 2017 9:12 pm#379024
Re: לקראת "וועקער" 9 לכו ונלכה
מפוזרי האט געשריבן:און ס'איז שוין סוף וואך

די וואך איז נאך נישט פאריבער, סבלנות!
דאנערשטאג יולי 13, 2017 10:52 pm#379028
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
מפוזרי האט געשריבן:און ס'איז שוין סוף וואך

די וואך איז נאך נישט פאריבער, סבלנות!

אבער אויף שבת וועט עס נישט זיין דעליווערט פאר א עונג שבת.
זונטאג יולי 16, 2017 11:37 am#379159
Re: לקראת "וועקער" 9 לכו ונלכה
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
מפוזרי האט געשריבן:און ס'איז שוין סוף וואך

די וואך איז נאך נישט פאריבער, סבלנות!

ועכשיו מה?
זונטאג יולי 16, 2017 2:46 pm#379168
Re: לקראת "וועקער" 9 לכו ונלכה
מפוזרי האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
מפוזרי האט געשריבן:און ס'איז שוין סוף וואך

די וואך איז נאך נישט פאריבער, סבלנות!

ועכשיו מה?

זעהט אויס אז ער וויל אז ס'זאל זיין אין א בחינה פון "אין הוועקער בא אלא בהסח הדעת
זונטאג יולי 16, 2017 9:11 pm#379198
Re: לקראת "וועקער" 9 לכו ונלכה
צופיל היסח הדעת טויג נישט, מ'קען נאך חלילה אינגאנצן מסיח דעת זיין. אז מ'וועט אזוי טיף איינשלאפן, וועט זיין גאר שווער צו וועקן.
מאנטאג יולי 17, 2017 1:05 am#379229
דאס אז וועקער 9 האט זיך אזוי פארשלעפט מיינט אז וועקער 10'ס שמחת יו''ט איז אנגעשטעלט?
מאנטאג יולי 17, 2017 1:17 am#379230
‎נאך גרויסע שוועריגקייטן מיט די גראפיקס און אויסשטעל פונעם וועקער קען מען אצינד מעלדן די פרייליכע בשורה אז אלעס איז ב״ה מסודר געווארן עצהיו״ט, און די וועקער נומבער ניין איז שוין אט אט פערטיג.

וועקער נומבער ניין איז ערווארטעט איבערצושטייגן יעדע אויסגאבע פון ביז איצט, דער אינהאלט איז גאר רייך און באלערענד!

ס׳ווערט נאך געמאכט עטליכע תיקונים, און אויף מארגן גייט מען צום דריק בעז״ה, ביז געציילטע טעג וועט מען עס שוין קענען קויפן אויף עמעזאן און אין די לאקאלע געשעפטן.
‎
מאנטאג יולי 17, 2017 10:54 am#379265
Re: לקראת "וועקער" 9 לכו ונלכה
@הרב שטיסל,
שכוח פאר די פריידיגע בשורה. דאס איז א פשיטא (ווען מ'שטעלט אויף די חזקה פון ביז אהער) אז ס'וועט איבערשטייגן אלע פריערדיגע, דאס הייסט נאכנישט געמאלדן נייעס. מיר (מ'איז געווארן סאפיסטיקירט​, ס'פאסט נישט מודה אז מ'איז אומגעדולדיג, וועל איך זיין דער חטאת הקהל) ווילן ס'זאל ארויסרינען איינצלהייטן, רינענדיגע פרטים, אזוינע וואס באנעצן די מילצן און לאזן איבער א שמאלציגן טעם.
מנהל, סודות פון חדר, ביטע!
מאנטאג יולי 17, 2017 11:40 am#379275
צו הערן סודות פון חדר פעלט אויס א אסיפת הרבנים... :o
דאנערשטאג יולי 20, 2017 3:21 pm#379700
נייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייי ווי איז שוין דער וועקער, איך ווער שוין נמאס פון ווארטן
דאנערשטאג יולי 20, 2017 4:26 pm#379702
יעדן טאג קומט צו נאך נדבנים. האט די רעדאקציע זיך בארעכנט אז זיי וועלן נישט קומען מיט די וועקער ווילאנג ס'גיסט זיך אריין געלט אינעם קאסע................ ווייל די לענגער עס נעמט די מער געלט פארדינט די קאסע........
דאנערשטאג יולי 20, 2017 4:26 pm#379703
Re: לקראת "וועקער" 9 לכו ונלכה
קורקלענד האט געשריבן:יעדן טאג קומט צו נאך נדבנים. האט די רעדאקציע זיך בארעכנט אז זיי וועלן נישט קומען מיט די וועקער ווילאנג ס'גיסט זיך אריין געלט אינעם קאסע................ ווייל די לענגער עס נעמט די מער געלט פארדינט די קאסע........
דאנערשטאג יולי 20, 2017 9:22 pm#379735
דער וועקער איז שוין כמעט גרייט זייט אנפאנג וואך, נאר צו פארענדיגן קלייניגקייטן נעמט מער צייט ווי געראכטן. דער גראפיקער טוט אן ארבעט בשלימות, און היות ער איז ניי פאר'ן וועקער נעמט עס לענגער.

לאמיך דא געבן א שטיקל איבערזיכט פון די שענסטע ארטיקלען וואס איר האט נאך אמאל געזען אין א אידישער אויסגאבע:

דער קאווער סטארי איז אן עקסקלוסיווער אינטערוויו מיט א בארימטן מחבר פון עטליכע ביכער וועגן חרדישע אידן.

א ריזיגער ווערק איבער דער לעבנסגעשיכטע פון א גרויסן גאון און איש האשכולות וועלכער האט באלאכטן יהדות דייטשלאנד. באגלייט מיט דעטאלירטע הערות און מראי מקומות.

ספעציעלער פראיעקט: פון א דרשה פון א גרויסן און חשוב'ן רב אין וויליאמסבורג ווערן מיר אינטים אריינגעפירט אין א ברענענדיגער נושא פון וואס קיינער רעדט נישט. א סעריע פון דריי ארטיקלען איבער דעם פראבלעם און פראקטישע דיבורים הלכה למעשה.

ווען מיר ווערן געפיטערט שקר: דער פראבלעם פון שקרים אין די אידישע אויסגאבעס איז א שרעקליכער. איין וויכטיגע אויסגאבע קומט אונטער א פארגרעסערונג גלאז.

א בארא-פארקער PhD קאנדידאט שרייבט פון זיין לאבאראטאריע אין קאלומביע.

וואקאציע נוסח @רויטע וואנצעס.

דערציילונג נוסח @יצחק וואלד.

היסטאריע, השקפה, הומאר, פילאזאפיע, פאעזיע, מאזאאיק, בימים ההם, עצה פלייצע, ראדימנע, קענסער, שו"ת זאב יטרף, מושי'ס ווינקל...
דאנערשטאג יולי 20, 2017 11:30 pm#379752
איך קוק ארויס בכליון עיניים.

א באזונדערע דאנק פאר די קרישקעלעך. אזאנע תגובות געבט א שלימות פונעם וועקער צום ציבור.