איך האב גאר שטארק הנאה געהאט צו ליינען דעם ארטיקל וועגן הרב יצחק מאיר אלטער ז"ל (דער וועקער, נומער 7) אין דער "בימים ההם" סעריע. ס'איז צום באוואונדערן ווי פון א קליינעם אנאנס האט דער שרייבער, @ראובן, צוזאמגעשטעלט דעם רייכן ארטיקל.
אנקוקנדיג דעם אנאנס אז עס ווערן פארקויפט 'ספרי חקירה' און 'ספרי השכלה' אין דעם אלטער ספרים געשעפט, בין איך בכלל נישט געווארן אנציקט. ווייל דאס קען ווערן אפגעטייטשט אלס אזוינע פארעווע ביכער ווי מאטעמאטיק און דאס גלייכן. פון מיינע ידיעות פון אידן וואס פלעגן איינקויפן אינעם געשעפט אין די זעכציגער יארן, האב איך געוואוסט אז דער געשעפט האט דעמאלט קיין 'ספרי השכלה' נישט פארקויפט.
אבער גרובלענדיג עטוואס טיפער און נאשנדיג עטוואס מער, שטעלט זיך ארויס אז אין די פריע יארן פון דעם געשעפט איז יא פארקויפט געווארן ספרי השכלה - און כ'קען באשטעטיגן ראובנ'ס השערות, און נאך שטערקער פון דעם!
ר' יצחק מאיר אלטער'ס ספרים געשעפט איז גאר געווען דער גערער רבי'נס ספרים געשעפט, ווי ראובן האט דערמאנט א השערה, און נישט שמחה מרדכי גאלדמאנ'ס געשעפט. און צווייטנס, אין זיין געשעפט האט מען יא פארקויפט ביכער פאר רבנים און משכילים בענעזאם!
אז א רבי'שער נאמען זאל פיגורירן איבער א געשעפט איז גאנץ מאדנע און אויפפאלנד. עס איז אבער אנדערש ווען מען קוקט מיט פוילישע, בפרט מיט גערער, ברילן. אין דער גערער משפחה, איז יעדער איינער געווען אין ביזנעס, חוץ איין קינד פונעם אמרי אמת. דער אמרי אמת אליין ביזן ווערן רבי איז געווען אין ביזנעס מיט זיין ברודער רבי משה בצלאל, ווי זיי האבן געהאנדלט מיט פארקויפן רעגירונג באנדס פאר פוילישע גוים. אזוי אויך אלע זיינע קינדער זענען געווען סוחרים.
עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן, אז געוויסע גערער גבירים, ישעיה פריוואס און יואל וואגמייסטער, א שטייגער, האבן פרובירט משכנע זיין דעם רבי'ן אז ס'איז נישט פאר זיין כבוד צו ארבעטן, און אז זיי וועלן אים שטיצן; האט דער אמרי אמת געענטפערט: "ווייל אונז זעמיר רבי'שע קינדער דארפן אונז אנקומען צו מתנת בשר ודם?" און "אז איר וועט מיר נישט לאזן האבן קיין נארמאלער מכובד'דיגער פרנסה וועל איך מיר מוזן נעמען א פראסטערע פרנסה." יא, דאס איז געווען דער מהלך אין גער אין הלכת בנש"ק, און דער בליק אויף מתנת בשר ודם.
צוריק צום ענין. נאכן איבער נעמען די ראביסטעווע פון מלכות גער איז דער אמרי אמת שוין נישט געווען אליין דירעקט פארמישט אין די געשעפטן, אבער ער איז נאך ווייטער געבליבן א שותף, און אזוי אויך געעפענט פרישע ביזנעסער, לאזנדיג די טעכנישע פרטים פאר אנדערע צו ערלעדיגן. איי, צו וואס האט ער געדארפט די געלטער, ער האט דאך געהאט פדיונות? דער הסבר איז אזוי, דער גערער רבי האט פארמאגט אן אימפעריע וואס האט זיך געקענט פארמעסטן מיט קליינע מלוכות! צענדליגער גבאים, יועצים, שטיבלעך אין די הונדערטער, אייניקלעך, רבנים, פאליטיקער, שליחים, מו"צים, טיש זיצערס, עסקנים, קנאקערס, וואס מען האט זיי געדארפט מלביש ומאכיל זיין. דאס האט געקאסט א מאיאנטעק, פדיונות געלט האט דער רבי נישט גענומען בשיטה. האט דער אמרי אמת געמוזט ברענגען געלט דורך ביזנעס.
דער אמרי אמת איז געווארן א שותף מיט עטליכע רייכע אידן אין דער האלץ אינדוסטריע, צווישן זיי ר' יוסל קאץ א מחותן מיטן גערן הויף. ריזיגע קוואנטומען האלץ פון די וואהלינער וועלדער האט מען אימפארטירט קיין דייטשלאנד און ענגלאנד, און די רווחים זענען געפלאסן ווי געוואונטשן. דערנאך האט דער רבי געעפענט א ספרים געשעפט אין ווארשא מיטן נאמען "אלטער'ס ספרים געשעפט". אויפן ספרים געשעפט איז געווארן באאויפטראגט דעם רבינ'ס באליבטער איידעם הרב יצחק מאיר אלטער. ר' יצחק מאיר וואס איז געליגן ראשו ורבו אין ספרים, אטעמענדיג ספרים יעדער רגע אליינס פארמאגנדיג א בית הדפוס, איז ווי פארשטענדליך געווען דער פאסיגסטער קאנדידאט צו פירן די ספרים פארקויפעכץ - וואס האט געברענגט פרישע רווחים פאר דער גערער מלוכה.
צייט איז פארביי, פונעם גערער הויף איז באשלאסן געווארן אז מען גייט אנהייבן עקספארטירן ספרים קיין אמעריקע, און אזוי דאפלען די רווחים פון די ספרים.
אומר ועושה. ר' יצחק מאיר אלטער האט זיך ארויפגעשארט די ארבל און האט אנפאנג 1920 געעפענט א ספרים-געשעפט - וואס זאל דינען אלס א פליגל אויפן אמעריקאנער קאנטינענט - אויף 110 סאפאלק סטריט.
הסוחר ר' יצחק מאיר אלטער אלס יונגערמאן.
ר' יצחק מאיר, פון דער אנדערער זייט אטלאנטיק, האט אויפגענומען זעליג קעללער, א היימיש אידל פון 146 קיעפ סטריט אין וויליאמסבורג, זאל פירן דעם געשעפט אין אמעריקע. קורצליך דערנאך האט אים צבי זאב סיגעל איבערגענומען. דער וועלוול סיגעל איז געווען א שיין באלבאטיש אידל, א גערער חסיד, וואס האט געדינט אלס פרעזידענט פונעם גערער רעליעף קאמיטע.
און צוגאב פון סיגעל'ס פאזיציע אלס מענעדזשער פונעם געשעפט, איז געווארן אויפגענומען אן ארבעטער, א יונגערמאנטשיק גאר, שמחה מרדכי גאלדמאן, וואס זאל זיין דער מענעדזשער און באדינען די קאסטומערס אינעם געשעפט.
ביידע, מר. סיגעל און שמחה גאלדמאן, זענען געווען פון די גרינדערס פונעם גערער שטיבל אויף איסט בראדוועי. דער אייגענטומער מיט אלע ארבעטער זענען געווען גערער חסידים. זעט אויס אז דער געשעפט האט געדינט אלס א קליינע גערער באזע אין ניו יארק.
דער גערער רעליעף האט זיך געפירט פון אלטער בוק סטאר.
מיט די פרישע רווחים פונעם ניו יארקער געשעפט, און נאך רווחים פון עטליכע דירות וואס מ'האט איינגעהאנדלט אין ירושלים, איז געלט געפלאסן אינעם גערער הויף בגדול. מיט אזא אימפעריע און אזויפיל רווחים, שטימט שוין דער טיטל "ראקעפעלער פון פוילן" מיט וואס דער אמרי אמת איז אפט באצייכנט געווארן!
פון גערער הויף אין שפיץ פון ר' יצחק מאיר אלטער, האט מען אנגעהויבן שיקן קאנטעינערס פול מיט ספרים קיין אמעריקע. א גרויס טייל פון די ספרים זענען געווען יקרי ערך, זעלטענע אומבאקאנטע ספרים, ספרים וואס זענען געקומען פון גערער רבי'ן אליין! די צאל ספרים וואס מען האט אהער געליפערט זענען געווען ריזיג אין צאל. א יאר אריין אין געשעפט האבן זיי פארמאגט אזויפיל ווי הונדערט טויזנט ספרים!
"מיר האבן גענוג ספרים צו קענען סופלייען גאנץ אמעריקע מיט ספרים… איר מיינט דאס איז אלעס? מיר האבן אין סטארעדזש נאך 20 קאנטעינערס ספרים," האט דער מענעדזשער מר. גאלדמאן דערציילט פאר א נייגעריגן רעפארטער פונעם 'אידישער טאגעבלאט' וואס האט אפגעשטאט א באזוך אינעם געשעפט.
א רעפארטער פון דעם 'מארגען זשורנאל' האט באשריבן יצחק מאיר אלטער'ס געשעפט, און ער האט עס באצייכענט ווי 'דער' אידישער ביבליאטעק אין אמעריקע. אזוינס וואס פארמעסט זיך מיט די גרעסטע ביבליאטעקן. דער געשעפט האט פארקויפט ספרי מוסר, הגדה, חקירה, השכלה.
אין אן אנאנס פונעם געשעפט פארציילן זיי אז דאס איז דער איינציגסטער געשעפט וואו מען קען טרעפן רבנים און משכילים זוכן נייעס - און מ'טרעפט.
![downloadfile-30.jpeg]()
- downloadfile-30.jpeg (50.68 KiB) געזען געווארן 1005 מאל
אנאנס איבער רבנים און משכילים זוכן נייעס.זוכנדיג צווישן עליס איילענד רעקארדס צי דער ר' יצחק מאיר האט אמאל באזוכט אמעריקע, האב איך געטראפן אז יא. יאנואר 1, 1925 איז אריין געקומען א יצחק מאיר אלטער-האכבערג (פוילישער נאמען פאר משפחת אלטער).
רעקארד נומ' 29 פון יצחק מאיר.
מערקט דעם אנגעגעבענעם אדרעסס.
קוקנדיג פאר ר' יצחק מאיר'ס אנגעגעבענע דעסטינאציע זע מען טאקע 110 סופאלק סטריט, דער אדרעסס פון זיין ספרים געשעפט. ס'איז מיר אבער געווען אינטערעסאנט צו זען דעם זעלבן אדרעסס געשריבן א שורה אונטער דעם; כ'געב א קוק זע איך אז ר' איטשע מאיר לעווין, ר' יצחק מאיר אלטער'ס שוואגער, איז אויך דא פארן זעלבן צוועק. ווי ראובן האט דערמאנט איז ר' איטשע מאיר געווען א שותף אינעם געשעפט.
דארף מען נאר וויסן וואס עפעס זענען די צוויי איידעמער פון גערער רבי געקומען אין 1925 צום געשעפט אין אמעריקע...