ריכטיג האט געשריבן:https://youtu.be/JTouQF5gqaM
זייער אינטערסאנט, אין נאבעמבער 2016, דאס איז בערך א האלבע יאר צוריק שרייבן זיי אז ס'איז נישטא ווי צו גיין פאר הילף. ביז יענע צייט האט שוין יעדער פון אונז מיטגעהאלטן צענדליגער צענדליגער אזעלכע פעללער.
-----------------------------
געוואלדיג האט געשריבן:סא דער פשוטער ענטפער אויף שלום׳ס שאלה איז נישט עכט, אבער מען קען זיין זיכער אז איינמאל מען וועט אראפנעמען דעם שלייער וועלן זיך יאווען ארגענעזאציעס ווי שוואמען נאך א רעגן
#כי היא חכמתכם ובינתכם...
כ'מיין אז דער שלייער איז שוין אראפ, וויפל אזאנע מעשיות האמיר מיטגעהאלטן ס'לעצטע יאר אליין?
------------------------
און ס'דארף צוגעגעבן ווערן אז ס'איז אינגאנצן נישט קיין נייע זאך, נאר זייט דער עולם דרייעט זיך מיט סמארטפאונס ווערט נתגלה אזעלכע מעשיות מער אפט ווי אמאל, און מ'גלייבט נישט קיין אנגעגעבענע כבוד משפחה ווערסיעס. איך וויל נישט אריינגיין און אויסרעכענען נעמען, אבער ס'איז דא גענוג אזעלכע מעשיות פון די נ' יארן, און פון בעפאר אויך, ס'איז לגמרי נישט קיין נייע זאך. מ'האט אבער קיינמאל נישט געטון עפעס דערצו, די שאלה איז צו היינט טוט מען יא עפעס.
און אז מ'טוט איז אויך די שאלה ווער ס'טוט, די דזשואיש קאמיונעטי איז נישט איין קאמיונעטי, אונז זעמיר עטליכע קליינע קאמיונעטיס, איך ווייס אז דער פלעטבוש קאמיונעטי טוט דערין, איך שטעל מיר פאר אז 'אוהל' טוט דערין, די שאלה איז צו די וומסב"ג קאמיונעטי אדער די לעיקוואד קאמיונעטי טוט עפעס, די זעלבע מיט מאנסי סקווירא קרית יואל בארא פארק ועוד, ביי קיין איין פון די פלעצער איז סוסייד נישט קיין חידוש און א צופאל, ביי די אלע פלעצער איז שוין געווען אזעלכע מעשיות ביי די דאזן אין די לעצטע פאר יאר אליין, וויפל נאך גייט דארפן זיין אז מ'זאל עפעס טוהן.
וואס ריליעף טוט און ווער זיי זענען ווייסט דערווייל קייינער נישט דא, דער עולם ווייסט פון עפעס א נומבער אין ביזנעס דירעקטערי וואס שיינט צו זיין בדרך אפשר די נומבער פון ריליעף, א סורטש אויפן אינטערנעט ברענגט נישט ארויף קיין שום געפינס אויף זיי, וווייסט איינער וואס דאס איז?