Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » אונזערע מוסדות

אונזערע מוסדות

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11490
זונטאג מאי 14, 2017 9:01 am#370855
אונזערע מוסדות
דאס יאר ביים באקן די מצות, מיין יערליכע חבורה, איז פארענטפערט געווארען א קשיא וואס פלאגט מיר שוין מיום עמדי על דעתי.

א חבורה מצות האט מענטשן איינגעטיילט ביי אלע ארבעט, אנהייבנדיק ביי דער מעלער וואסער, קנעטער, וועלגערער וכדו'.

באמערקענדיג ווי די וואס פאקען און סארטירן די מצות, נעמען זיך מער מצות, שענערע מצות, נישט ווייל זיי ארבעטן שווערער פין די אנדערע, נאר פשוט ווייל זיי דרייען זיך לעבען די מצות, באקומען זיי א שענערע און גרעסערע חלק.

אין א ביזנעס פארשטייט יעדער אז דער בוך האלטער, צו דער קעשיר אין א גראסערי קומט אים נישט צו האלטען מער געלט פשוט ווייל ער דרייט זיך נעבען די געלט, מען וועט אים אפזאגן פין די ארבעט אין דער פאל וואס ער פירט זיך אזוי אויף.

נו, שטעלט זיך א פראגע, מה נשתנה?


אונזערע מוסדות האבען די זעלבע סטייל הנהגה.

א מוסד האט קינדער עלטערען קונים, און מלמדים א קעכער ריינונג סטעף, וכדו'.

אבער אין די אפיס זיצט א מענטש וואס כלומרשט פירט דער מוסד, און ער האט פרנסה בהרחבה בעת וואס די מענטשען וואס ארבעטן באקומען צומאל נישט באצאלט יארען.

פשט, ווייל ער דרייט זיך נעבען די מצות, נעמט ער פאר זיך.

כלומר, אונזערע חבורות סימבאליזירן אונזערע מוסדות.
זונטאג מאי 14, 2017 12:21 pm#370865
Re: אונזערע מוסדות
וואס נאך איז נייעס. די שיינע אידן פלעגן זיין אזוינע וואס האבן ''אמאל'' געהאלפען און זיך געמוטשעט צו אויפשטעלן די מוסדות פאר דער רב (זצ''ל) זאל לעבן. זיי אלע סאמהאו פארמאגען שפעטער ריעל עסטעיט ביג טיים.

Sent from my XT1096 using Tapatalk
זונטאג מאי 14, 2017 3:26 pm#370902
Re: אונזערע מוסדות
דאס איז פון די יסודות פון די חילוק צווישען קאפיטאליסטען און סאציאליסטען. דער סאציאליסט האלט אז דער עיקר איז דער ארבעטאר וואס זיין ארבעט האט עפעס פאבריצירוט, און דער קאפיטאליסט האלט אנדערש.
ליין daas kapital פאר מער פרטים

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג מאי 14, 2017 3:39 pm#370903
קאפיטאליזם איז נישט מתיר עמבעזלמענט. א מוסד איז לכתחילה אראפגעשטעלט אלס א נאן פראפיט. און די מענטשן וואס זענען על פי רוב נתעשר געווארן האבן עס נישט געטוהן ארענטליך.

ס'זעהט מיר אויס ווי די האסט מערסטענס געלייענט וועגן קאפיטאליזם אין סאושעליסטישע געשרייבאכצער.
מאנטאג מאי 15, 2017 1:02 pm#371070
אין הנידון דומה לראי'
ווייל ביי די מצה חבורה האט יענער לכל הפחות געפאקט מצות און געטיילט פארן ציבור, נאר אביסל מער און שענערע זענען אנגעקומען צו אים ווייל ער דרייט זיך דארט.