Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קאווע שטיבל • די סעטה ריטש מיסטעריעזע מערדעריי

קאווע שטיבל • די סעטה ריטש מיסטעריעזע מערדעריי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11505
זונטאג מאי 21, 2017 1:48 am#371876
די סעטה ריטש מיסטעריעזע מערדעריי
איינער פון די עיקר יסודות אויף די גאנצע טראמפ-רוסלאנד באשולדיגונגען איז די די.ען.סי. אימעילס. יענץ איז געווען די סאמע ערשטע זאך וואו די דעמאקראטן האבן אנגעהויבן ארויף ברענגען רוסלאנד און גלייך דעראויף צוקלעבן טראמפ דערצו.

קיין גרויסע באווייזן אדער פאקטן וואס זענען עטוואס זאכליך זענען נאך ביז היינט נישט אפירגעקומען. אבער פארט הערט זיך נישט די גרידער און גערויש פון חלומות און ספעקולאציעס אויף.

צוביסלעך האלטן און איין אוועקפאלן איין ראיה נאכן אנדערע אז רוסלאנד זאל נאר האבן געהאט סיי וועלכע שייכות מיט די העקינג פונעם די.ען.סי. און אזוי וואלט די גאנצע יסוד פונעם קשר אויך געזאלט מיטפאלן. אבער קיינער רעדט נישט דערפון.

איינער פון די גרעסטע קאנטראווערסיעס און די די.ען.סי. אימעיל ליעק איז די פרשה פון סעטה ריטש. סעטה איז יוגענטליכע אקטיוויסט וואס איז געווען א שטארקע סאנדערס חסיד און אקטיוויסט און האט אויך געארבעט פאר די די.ען.סי. גלייך נאך וואס וויקיליעקס האט אנגעהויבן ארויסשטעלן די אימעילס איז סעטה ברוטאל ערמארדעט געווארן אין וואשינגטאן אויף א גאר מיסטעריעזע אופן. די פאליציי האבן שנעל פארמאכט די אינוועסטיגאציע מיטן אויסרייד אז ס'איז געוועזן א דורך געפאלענע האלד-אפ.

זינט דאן קומען ארויס מער און מער ראיות אז סעטה איז גאר געווען דער וואס האט איבערגעגעבן די אימעילס פאר וויקיליעקס. אלס א גאר שטארקע סאנדערס חסיד איז ער געווען שטארק אויפגעברויזט אויף די די.ען.סי. נאך וואס זיי האבן באהאנדלט סאנדערס שטארק אומדעמאקראטיש.

יעצט איז אפיר געקומען די קאנטראווערסיאלע קים דארט קאם פון ניו זילאנד מיט א סעריע פון טוויטס אז ער איז געווען נאענט מיט סעטה און ווי אויך אז ער האט געהאט א חלק אין די אימעיל סקאנדאל.
זונטאג מאי 21, 2017 2:16 am#371879
קורקלענד: איך פארשטיי נישט. אויב איינער איז אונטער א שטארקן חשד אז זיי האבן געהאט א האנט אין דערמארדן סעטה רידזש, איז דאס די פירערשאפט פון די דעמאקראטן. ווייל זיי זענען די איינציגסטע וועלכע האבן געהאט א מאטיוו אין איהם דערמארדן. דאס האט דאך גארנישט מיט טראמפ-רוסלאנד...!
זונטאג מאי 21, 2017 2:22 am#371880
ר' בערל: לויט מאנכע האט זיך די גאנצע טראמפ-רוסלאנד באשולדיגונגען אנגעפאנגען צו פארפירן יעדן פון די מערדעריי............
מאנטאג מאי 22, 2017 4:40 pm#372028
איך האלט אז פאדעסטא וועט נאך נתברר ווערען אלץ דער שר הטבחים דא.
מאנטאג מאי 22, 2017 5:09 pm#372031
די פראבלעם מיט זאגען אז די דעמאקראטען האבען אים געהרג'ט איז, עס פעלט מאטיוו.

נאכדעם וואס ער האט אנגעטוהן זיינס, מאכט נישט סענס זיי זאלען אים הרג'נן אלץ נקמה.

כלומר אויב האט ער געהאט אינפארמאציע וואס זיי האבען געוואלט דערשטיקן​, מאכט עס אביסל סענס, אבער אזוי ווי עס איז פעלט א מאטיוו.

מען זעהט אויך אז די ארויסגעבן די אימעילס האט נישט געטוישט די מצב, נעקסטע עלעקציע זעהט נישט אויס צו זיין אסאך אנדערש.
מאנטאג מאי 22, 2017 6:03 pm#372043
תורה ומדע האט געשריבן:איך האלט אז פאדעסטא וועט נאך נתברר ווערען אלץ דער שר הטבחים דא.

לאו דוקא. פאר ס'קען פאסירן סיי וועלכע בירור וועט נאך דער שחור וואס האט כלומערשט ערמארדעט מנחם שטארק אויך נעם אויף זיך די רציחה פון ריטש. אדער וועט מען מכבד זיין א צווייטער.........
מאנטאג מאי 22, 2017 6:07 pm#372045
אישתישבי האט געשריבן:די פראבלעם מיט זאגען אז די דעמאקראטען האבען אים געהרג'ט איז, עס פעלט מאטיוו.

נאכדעם וואס ער האט אנגעטוהן זיינס, מאכט נישט סענס זיי זאלען אים הרג'נן אלץ נקמה.

כלומר אויב האט ער געהאט אינפארמאציע וואס זיי האבען געוואלט דערשטיקן​, מאכט עס אביסל סענס, אבער אזוי ווי עס איז פעלט א מאטיוו.

מען זעהט אויך אז די ארויסגעבן די אימעילס האט נישט געטוישט די מצב, נעקסטע עלעקציע זעהט נישט אויס צו זיין אסאך אנדערש.

ווער זאגט אז ער האט נישט געהאט נאך סחורה?

מעגליך אז זיי האבן געוואלט אפשרעקן אנדערע. קיינער וויל נישט פלוצלינג נעלם ווערן...

און דריטענס ווען ער לעבט ווען וואלט מען דען געקענט אזוי באשולדיגן רוסלאנד?

פארגעס נישט אז דאס אריין ברענגען רוסלאנד אינעם געפעכט האט זיי אויך אהערגעשטעלט א פעסטע סטראטעגיע וויאזוי מסדר צו זיין טראמפ..
מאנטאג מאי 22, 2017 11:52 pm#372088
אסאנדזש אין א טוויט היינט האט נאכאמאל קריפטיש מרמז געווען אביסל שטערקער אז די ליעקער איז מעגליך סעטה ריטש.

אין א וועג מאכט ער אביסל 'דעמעדזש קאנטראל' אז נישט וויקיליעקס איז דער וואס געט עס ארויס נאר א פריוואטע מענטש (קים דאטקאם) וואס איז נישט אונטער וויקיליעקס.

מען דארף אויך באטאנען אז אסאנדזש האט מערערע מאל געזאגט​ אז וויקיליעקס וועט פרובירן וואס מער צו פארפירן פון זייערע קוועלער (פארשטייט זיך אז זיי וועלן קיין ליגענט נישט זאגן) זיי צו באשיצן. איז ווילאנג זיי זאגן נישט קלאר אז ס'איז געווען סעטה אדער אז ס'קומט נישט ארויס גארנישט פארלעסליך דאן איז מעגליך אז ס'רעדט זיך דא פון סתם הייסע לופט און וויקיליעקס האט זיך דערצו צוגעכאפט סתם צו פארמישן די שטן.
דינסטאג מאי 23, 2017 2:10 pm#372128
נעבעך די ״רייט ווינגערס״ זוכן דעספערטלי עפעס א ״קאנספיריסי״ פון אינטער דער ערד, אויף די לינקע... ווייל מ׳האט זיי געכאפט מיט די הויזן אראפ...

די געגענט אין די סי ווי עס איז פארגעקומען די שיסעריי איז פון די ערגסטע געגענטער אין גאנץ אמעריקא מיט איינע פון די העכסטע ראטע פון רויבערייען און האלד-אופס...

סאיז ליידער זייער א נארמאלע זאך דארט צו ווערן געשאסן אויב מגייט אליינס ביינאכט אויף די גאס אין יענע געגענט.

די פאליס האט ריפארטעט אז ווען מ׳האט געטראפן ריטש איז ער געוועהן צוביילט און צובלוטיגט, און לויט אלע סימנים איז דארט פארגעקומען שווערע ראנגעלישן, ווען ער האט געשאסן זענען גלייך פאליס געקומען צופארן און דער אטאקירער האט זיך דערשראקען און אנטלויפן.

אויב איז ער נאר געוועהן א שליח אים צו ערלעדיגן ווי ענק ווילן זאגן וואלט נישט געוועהן קיין ראנגלענישן, יענער האט געהאט א גאון! נאר די ראנגלענישן איז א בפירושע באווייז אז מ׳האט זיך געשלאגן איבער זיין בערזל-און זיין געלט, און נישט אים צו לינטשען.

חוץ מזה איז נישטא קיין שום סיבה שבעולם פארוואס די דעמקראטן זאלן אים וועלן הארגענען, חוץ די קינדערישע אויפגעמאכטע מעשיות פון די ״רייט ווינגערס״.

סתם א אויפגעבלאענע איי...כאילו די דעמקראטן הארגענען עפעס מענטשען??? יא! ווייל אין די היסטאריע האבן די דעמקראטן ממש געהארגט מענטשען טאג טעגליך... הילערי עסט אויף מענטשען פאר פרישטיג... טראמפ׳ס חלומות!...

קורקלענד? וואס נאך??? וואס טוט זיך מיט די וואנט??? די מעקסיקען וואנט? ווען הייבט מען עס אן צובויען???. אייסעס לעבט נאך? זיי האבן נעכטן באמבעדירט אין מאנטשעסטאר! כהאב געמיינט אז דאנאלד האט ״א טריק״ זיי צו ערלעדיגן אין פערציג טעג??? הא???


ריטש׳ס אייגענע נאנטע און משפחה האבן קאנפארמירט אז סאיז געוועהן א פשוטע האולד-אפ און גארנישט מעהר.
דינסטאג מאי 23, 2017 2:57 pm#372130
Re: די סעטה ריטש מיסטעריעזע מערדעריי
דינסטאג מאי 23, 2017 3:16 pm#372133
״פאקס ניוס״ פראבירט צו שפינען עפעס א מעשה באזירט אויף שטותים ארויסגעזויגט פון פינגער, נאכדעם וואונדערן זיי זיך פארוואס זיי פאלן אראפ טעגליך מעהר און מעהר... פאקס וויוערס האבן מוראדיג געטראסקט לעצטענס...
דינסטאג מאי 23, 2017 3:44 pm#372138
ATUB @שבת אחים ATUB האלטסט טאקע אז אויב וואלט עס געווען אן אסאסינאציע וואלט דער אטאקירער נישט געטוען אלעס אין די וועלט עס צו מאכן אויסקוקן ווי עפעס אנדערש?

נישט אז איך גלייב יעדע קאנספיראציע אריירעכענענדיג די דאזיגע אבער דיין אפפרעג שטימט נישט
דינסטאג מאי 23, 2017 5:19 pm#372143
שבת. ער איז געווען ביי זיך ווען פאליציי איז געקומען פאר הילף. די דריי פאליציי וואס זענען אנגעקומען אהין האבן אלע געהאט באדי קעמ'ס. די רעקארדירונגען פון אלע דריי קאמערעס זענען 'בטעות' פארמעקט געווארן.

ווי ליגט זיין לעפטאפ? פארוואס קען די משפחה נישט האבן קיין צוטריט דערצו?
דינסטאג מאי 23, 2017 7:54 pm#372163
שושן פורים האט געשריבן:@שבת אחים האלטסט טאקע אז אויב וואלט עס געווען אן אסאסינאציע וואלט דער אטאקירער נישט געטוען אלעס אין די וועלט עס צו מאכן אויסקוקן ווי עפעס אנדערש?

נישט אז איך גלייב יעדע קאנספיראציע אריירעכענענדיג די דאזיגע אבער דיין אפפרעג שטימט נישט


הער אויס, סאיז נישטא קיין שום באווייזן אויף גארנישט, אבער סמאכט נישט קיין טראפ סענס סזאל ווען האבן געזעהן א לינטשינק... און טאמער וואלט ער דוקא עס געוואלט מאכן אויסקוקן ווי א צופאל וואלט די גרינגסטע וועג געוועהן ווען ער שיסט אים און נעמט צו די בערזל.
דינסטאג מאי 23, 2017 7:59 pm#372164
קורקלענד האט געשריבן:שבת. ער איז געווען ביי זיך ווען פאליציי איז געקומען פאר הילף. די דריי פאליציי וואס זענען אנגעקומען אהין האבן אלע געהאט באדי קעמ'ס. די רעקארדירונגען פון אלע דריי קאמערעס זענען 'בטעות' פארמעקט געווארן.

ווי ליגט זיין לעפטאפ? פארוואס קען די משפחה נישט האבן קיין צוטריט דערצו?


איך האב נישט געהערט די דיטעלס פון די מעשה לויט וויאזוי דו פארציילסט עס, איך האב
געהערט די מעשה אינגאנצן אנדערש, און לויט מיינע מקורות זאגט זיין פאמילע סאיז געוועהן א ״אומגעלונגענע ראבערי״ אבער אפשר ביטע צייכענסטו צו דיינע מקורות???

ברענג א מקור

אז זיין משפחה קען קיין צוטריט נישט האבן.

און אז מ׳האט געמעקט טעיפס.

ביטע נישט פאקס ניוס, און נישט שאולזאהן, זייער מעשיות איז נישט באגלייבט ביי מיר, ווייל זיי זענען ליגנערס. ברענג א נארמאלע מקור, נישט עפעס א ״באבע מעשה״ גראד ארויס פון א ״רייט ווינג״ קאנספירסי מאגאזין.
דינסטאג מאי 23, 2017 8:11 pm#372166
קורקלענד די נפטר׳ס ברודער האט א בקשה צו דיר און צו שאן העננעטי...

הערטס אויף...! צו שפינען מעשיות מיט מיין ברודערס טויט..!


Seth Rich's brother pleads with Hannity to stop spreading conspiracy theory


m http://money.cnn.com/2017/05/23/media/s ... -fox-news/ m
דינסטאג מאי 23, 2017 8:15 pm#372168
נעבעך..! פון אינטער דער ערד פרובירן די ״רעכטע קרימינאלן״ צו באשומצען די לינקע... ס׳גייט זיי אבער נעבעך נישט... פרובירן צו אויפקאכן א מעשה פון אינטער דער ערד...
דינסטאג מאי 23, 2017 8:21 pm#372170
און די מערסטע געפעלט מיר נאך, דעס אז ״טראמפ״ איז קאראפטיט פון קאפ ביז פוס, און מיטגארבעט מיט א ״פיינטליכע לאנד״ צו קענען געוואונען, דעס גלייבט ער נישט...! אפילו סאיז שוין היינטיגע צייטן דא ״שווארץ אויף ווייס״ עדות אויף דעם פון אלע זייטן... אבער עפעס א קאנספיריסי אן קיין הענט און פוס און קיין טראפ סענס קויפט ער אפ ווי הייסע לאקשן און זאגט ״פארקערט״ ווי יענעמס אייגענע משפחה אבי צו שפינען עפעס א מעשה....
דינסטאג מאי 23, 2017 8:27 pm#372171
דא האסטו א לינק צום רעפארט.

ביי מיר איז זענען דיינע 'נארמאלע' מקורות פונקט אזוי גוט ווי פאקס.

איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז מ'האט געמעקט טעיפס. ס'נישט די ערשטע מאל וואס די פרובירסט אריינצולייגן ווערטער אין מיינע הודעות וואס איך האב נישט געזאגט.
דינסטאג מאי 23, 2017 8:28 pm#372172
שבת אחים האט געשריבן:נעבעך..! פון אינטער דער ערד פרובירן די ״רעכטע קרימינאלן״ צו באשומצען די לינקע... ס׳גייט זיי אבער נעבעך נישט... פרובירן צו אויפקאכן א מעשה פון אינטער דער ערד...

די גאנצע רוסישע מעשה דיינע האט נישט קיין הענט אדער קיין פיס. לעת עתה.
דינסטאג מאי 23, 2017 8:36 pm#372175
שבת אחים האט געשריבן:און די מערסטע געפעלט מיר נאך, דעס אז ״טראמפ״ איז קאראפטיט פון קאפ ביז פוס, און מיטגארבעט מיט א ״פיינטליכע לאנד״ צו קענען געוואונען, דעס גלייבט ער נישט...! אפילו סאיז שוין היינטיגע צייטן דא ״שווארץ אויף ווייס״ עדות אויף דעם פון אלע זייטן... אבער עפעס א קאנספיריסי אן קיין הענט און פוס און קיין טראפ סענס קויפט ער אפ ווי הייסע לאקשן און זאגט ״פארקערט״ ווי יענעמס אייגענע משפחה אבי צו שפינען עפעס א מעשה....

פיינטליכע לאנד? שווארץ אויף ווייס? ברענג א מקור

די קלינטאן'ס האבן אסאך מער שייכות געהאט מיט רוסלאנד ווי טראמפ
דינסטאג מאי 23, 2017 8:52 pm#372181
קורקלענד האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:און די מערסטע געפעלט מיר נאך, דעס אז ״טראמפ״ איז קאראפטיט פון קאפ ביז פוס, און מיטגארבעט מיט א ״פיינטליכע לאנד״ צו קענען געוואונען, דעס גלייבט ער נישט...! אפילו סאיז שוין היינטיגע צייטן דא ״שווארץ אויף ווייס״ עדות אויף דעם פון אלע זייטן... אבער עפעס א קאנספיריסי אן קיין הענט און פוס און קיין טראפ סענס קויפט ער אפ ווי הייסע לאקשן און זאגט ״פארקערט״ ווי יענעמס אייגענע משפחה אבי צו שפינען עפעס א מעשה....

פיינטליכע לאנד? שווארץ אויף ווייס? ברענג א מקור

די קלינטאן'ס האבן אסאך מער שייכות געהאט מיט רוסלאנד ווי טראמפ


דהיינו? וואספארא שייכות??? שאן הענעטי ווייסט עפעס וואס קיינער ווייסט נישט???

אויב האט ער געהאט שייכות מיט די רוסן? ווי זענען געוועהן די רעכטע וואס האבן אים אזוי פיינט געהאט און דעספערטלי אים געוואלט אימפיטשען, דעס איז דאך א גרעסערע עבירה ווי לעווינסקי.
דינסטאג מאי 23, 2017 8:56 pm#372183
קורקלענד האט געשריבן:דא האסטו א לינק צום רעפארט.

ביי מיר איז זענען דיינע 'נארמאלע' מקורות פונקט אזוי גוט ווי פאקס.

איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז מ'האט געמעקט טעיפס. ס'נישט די ערשטע מאל וואס די פרובירסט אריינצולייגן ווערטער אין מיינע הודעות וואס איך האב נישט געזאגט.


די לינק וואס דו ברענגסט ארבעט בכלל נישט...


דו לייקענסט אז זיין ברודער האט פריער געזאגט פאר די מידיעא בשם די גאנצע משפחה אז די מעשה פון שאן הענעטי איז נישט אמת???

האסט א קלארע ווידעא פון דעם אין די לינק וואס כהאב פריער אראפגעברענגט...! ביטע קוק עס...
דינסטאג מאי 23, 2017 9:09 pm#372186
די וואשינגטאן פאוסט- צוויי שעה צוריק:

We’re Seth Rich’s parents. Stop politicizing our son’s murder
m https://www.washingtonpost.com/opinions ... e95c292ddf m

די עלטערן פון סעטה ריטש אין א פערזענליכע אינטרערוויו:

״די רעכטע טאבליודס פרובירן צו שפינען עפעס א ״קאנספירסי טעאריע״ ארום אונזער זוהן׳ס טויט, ביטע נישט אויפמאכן קיין מעשיות און פאליטייזן אונזער קינדס טויט״
מיטוואך מאי 24, 2017 9:31 am#372229
It’s Too Late for Fox to Retract Its Seth Rich Story

The story was notably loud. Its retraction is notably quiet

m https://www.theatlantic.com/politics/ar ... ch/527850/ m

The problem was that the story was never proven. In fact, it had already fallen apart. Which is why, on Tuesday afternoon, a week after its initial publication, Fox News retracted the article speculating about Rich’s WikiLeaks ties, removing the story from its website wholesale

“On May 16,” the channel wrote in an unsigned message,

a story was posted on the Fox News website on the investigation into the 2016 murder of DNC Staffer Seth Rich. The article was not initially subjected to the high degree of editorial scrutiny we require for all our reporting. Upon appropriate review, the article was found not to meet those standards and has since been removed
דאנערשטאג מאי 25, 2017 5:11 pm#372362
ס'זייער אינטערסאנט אז ווער ס'וויל נאר טשעלענזשן די סעטה ריטש נאראטיוו ווערט געווארענט און געסטראשעט זייער שטארק. העניטי האט מען כמעט אראפגעברענגט פארן וועלן רעדן דערפון. ווי אויך WND האט טוויטער פארמאכט זייער אקאונט פארן טוויטן דערוועגן.
פרייטאג מאי 26, 2017 10:53 am#372456
קורקלענד האט געשריבן:ס'זייער אינטערסאנט אז ווער ס'וויל נאר טשעלענזשן די סעטה ריטש נאראטיוו ווערט געווארענט און געסטראשעט זייער שטארק. העניטי האט מען כמעט אראפגעברענגט פארן וועלן רעדן דערפון. ווי אויך WND האט טוויטער פארמאכט זייער אקאונט פארן טוויטן דערוועגן.


דעבּי וואַסערמאן שולץ האט געסטראשעט דעם וואשינגטאן קעפּיטאל פאליציי שעף אז ״סדא קאנסעקווענצן״ פארן נישט צוריק געבן פראפּערטי. זי מיינט אז די קלינטאןס קאנטראלירן נאך די ווערטשאפט..
די גאנצע סעטה ריטש מערדעריי ווייזט אויף קאנספיראציע וואס רעכענט אריין די עף. בי. איי. און וועם נישט. אללע פאקטן צייגט אויף רציחה דורך הויכע פענסטער מיטגעלידער. האפענטליך זייער ענדע איז נאָענט!

א בכבודיגע דזשונאליסטקע @LizCrokin האט יעצט גע׳טוויעט די פאלגענדע:
I've covered #SethRich for days. I'm a truth; however, I feel no choice but 2 step down from this story 4 my safety. I'm
פרייטאג מאי 26, 2017 12:26 pm#372470
ס'איז זייער אינטערעסאנט ווייל די גאנצע רוסישע סקאנדאל וואס די מידיא איז אזוי פארנומען מיט האט נישט לעת עתה קיין שום סאבסטאנץ אונטער זיך. עד כדאי כך אז זיי זענען שוין פארנומען מיט אבסטראקציע און קאוועראפ פאר א פארברעך וואס זעהט נאך נישט אויס ווי ס'זאל בכלל האבן פאסירט. זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם מיט ספעקולירן און קאנספירירן און קיינער טאר זיי נישט פארהאלטן אויף דעם. נאר אז מען טראכט נאר אדער מען פרעגט נארמאלע שאלות אויף די סעטה ריטש מערדעריי ווערט א גאנצע בהלה כאילו די אלע קשיות זענען פארענטפערט געווארן.

ס'איז דא גענוג נאכפראגע פון די פובליק אויף די מערדעריי און ס'וואלט זיך אויסגעפעלט אביסל א גרעסערע אינוועסטיגאציע ווי עפעס א פייל וואס איז אין א קאומע ביי די לאקאלע פאליציי.........
זונטאג יולי 16, 2017 5:24 pm#379177

ליינט אדורך די קאמענטס דארט. אניסעמיטיזים בתפארתו.
זונטאג יולי 16, 2017 6:22 pm#379181
ירח בן יומו האט געשריבן:ליינט אדורך די קאמענטס דארט. אניסעמיטיזים בתפארתו.

ציווישן די ליינער דארט זענען דא אסאך אנטיסעמיטן.
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 1:02 am#382073
די פעדעראלע פראסעקיוטער וואס האט געהאלטן אינמיטן אינוועסטיגירן וואסערמאן-שולץ וואס איז לעצטענס געטראפן געווארן טויט מיט א קויל אין קאפ, געווארן באשטעטיקט אלס זעלבסטמארד. אינטערעסאנט איז אז די גאן איז נישט געווען צום געפינען.......

נאך א באדי אויף די קלינטאן באדי קאונט.........
מוצ"ש נאוועמבער 04, 2017 10:48 pm#388356
וואס די לינקע זאגען איז א פאקט, און וואס די רעכטע זאגען איז קאנספיראציע, פרעג די פרעסע, זיי וועלן עס מסביר זיין מיט נאך א פאקט.

טראמפ געארבעט מיט רוסלאנד, פאקט.
רוסלאנד געהעקט די.ענ.סי, פאקט
בערני נישט געהאט קיין שאנס צו געווינען, קאנספיראציע
היללארי באצאלט פאר רוסלאנד, קאנספיראציע
זונטאג נאוועמבער 05, 2017 12:34 am#388362
תורה ומדע האט געשריבן:איך האלט אז פאדעסטא וועט נאך נתברר ווערען אלץ דער שר הטבחים דא.

אינטערעסאנט וואס דער האט מעיד געווען חדשים צוריק, עס איז אויפן וועג אהין...
מאנטאג נאוועמבער 06, 2017 7:23 pm#388513

לא יאומן וואס די וועלט וועט געווארען ווערען מארגען ווען איהר בוך ווערט ריליסט :o
מאנטאג נאוועמבער 06, 2017 7:23 pm#388514
איסר האטלקי האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:איך האלט אז פאדעסטא וועט נאך נתברר ווערען אלץ דער שר הטבחים דא.

אינטערעסאנט וואס דער האט מעיד געווען חדשים צוריק, עס איז אויפן וועג אהין...

הנח להם לישראל אם אינם נביאים בני נביאים הם..
מאנטאג מערץ 05, 2018 12:29 pm#396819
Re: די סעטה ריטש מיסטעריעזע מערדעריי
תורה ומדע האט געשריבן:

לא יאומן וואס די וועלט וועט געווארען ווערען מארגען ווען איהר בוך ווערט ריליסט :o

נו, מען האלו שוין לאנג נאך מארגען , וואסנאיז מען געוואויר געווארן?
מאנטאג מערץ 05, 2018 4:44 pm#396848
מעשה שטן הצליח אדערוויילע, אבער לדעתי יבוא יומה פון די גברת קלינטון ביג טיים.
זונטאג פעברואר 02, 2020 11:25 am#442405
פרישע חששות לעצטענס אנטדעקט...