Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » ברעקינג! קרית יואל צוריק מיט א מרא דאתרא!

ברעקינג! קרית יואל צוריק מיט א מרא דאתרא!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 56 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11509
זונטאג מאי 21, 2017 10:18 pm#371956
ברעקינג! קרית יואל צוריק מיט א מרא דאתרא!
נאך איבער 10 יאר וואס קרית יואל שטייט אן א רב נאכדעם וואס ר' אהרן טייטלבוים האט רעזיגנירט פון אמט אלס רב אין קר''י מונרא נעמענדיג די טיטל רב הצעיר און שפעטער רבי.

קומט אריין די פרייליכע נייעס אז הרב יואל טייטלבוים וועט ווערן אויפגענומען אלס רב ומרא דאתרא בעיר קרית יואל והגלילות.


א פסק וועגען סידור קידושין איז ערווארטעט בקרוב דורך די דיין שליט''א
זונטאג מאי 21, 2017 10:55 pm#371957
עס איז שוין א אור אלטער פלאן צו מכתיר זיין ר' יואל
עמיצער האט אים דען אויפגענימען יעצט?
מען מיטשעט זיך דארט מיט געלט ניין?
זונטאג מאי 21, 2017 11:05 pm#371959
פעיק ניוז

מהרז"ל האט סך הכל געזאגט אז מען פלאנט פעולות בנוגע א זאל פאר חתונות און א רב
זונטאג מאי 21, 2017 11:42 pm#371961
פ"וו לייגן אזא נייעס אין צימעס.........................
מאנטאג מאי 22, 2017 12:43 am#371969
קלאנגן גייען ארום אז רח"צ קומט צוריק פון ירושלים און וועט זיך באזעצן אין וומ"ס.

ס'איז א ווייטאג צו זעהן ווי מ'שפילט געימס מיט קהילות ווי אלעס דרייט זיך ארום די ראיעל פעמילי און דער עולם גולם גייט כצאן לטבח.
שוין צייט אז מ'זאל מאכן א סוף דערצו און יעדע קהילה/ביהמ"ד זאל אויפנעמען א רב וואס האט די קוואליפיקאציעס
מאנטאג מאי 22, 2017 12:46 am#371970
גאנצל האט געשריבן:פ"וו לייגן אזא נייעס אין צימעס.........................

וואס זאגסטו צו דעם אז די באליבטע נאמען פון די נון יארן ''די קרית יואלע רב'' ווער געדענקט נאך? קומט צוריק
מאנטאג מאי 22, 2017 12:49 am#371971
שמעון וואלף האט געשריבן:קלאנגן גייען ארום אז רח"צ קומט צוריק פון ירושלים און וועט זיך באזעצן אין וומ"ס.

ס'איז א ווייטאג צו זעהן ווי מ'שפילט געימס מיט קהילות ווי אלעס דרייט זיך ארום די ראיעל פעמילי און דער עולם גולם גייט כצאן לטבח.
שוין צייט אז מ'זאל מאכן א סוף דערצו און יעדע קהילה/ביהמ"ד זאל אויפנעמען א רב וואס האט די קוואליפיקאציעס

יא דאס איז א ווייטאג די ערשטע יארן האט ער ביהעווט און די עולם האט עם באוואונדערט אז ער שטעלט נישט זיינע קינדער אין ערגעץ...
לעצטענס געווען א שטיקל מאכרייכא ווען הגז''ל פילאפף און הגש''ל וו''ב האבן געוואלט אריינשטעלן זייערע בנין אין די דיינות אידערסדרי און מען האט זיי נישט געלאזט.

למעשה ער פילט זיך שוין קאמפטערבל אויפן שטיל, שיקט יואלין אין קרית יואל די איידעם אין לעיקוואד.
מאנטאג מאי 22, 2017 3:42 am#371976
עמעזאן האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:פ"וו לייגן אזא נייעס אין צימעס.........................

וואס זאגסטו צו דעם אז די באליבטע נאמען פון די נון יארן ''די קרית יואלע רב'' ווער געדענקט נאך? קומט צוריק


? :roll: :lol:
מאנטאג מאי 22, 2017 1:54 pm#372010
אוהב ספרים האט געשריבן:פעיק ניוז

מהרז"ל האט סך הכל געזאגט אז מען פלאנט פעולות בנוגע א זאל פאר חתונות און א רב

אינטרעסט: איך האב גארנישט געוואוסט וואס מ'האט אפגעשמועסט אין קהילת מהרז"ל שי'. ביי מיר איז מהר"א שליט"א נאכאלץ דער רב ומרא דאתרא. און דער רבי אויך. און ר' געציל בערקאוויטש איז ווייטער דער דיין. און אז מארגן וועט זיך אנקומען אן אור אייניקל פונ'ם אלטן הוידו-נאנאשער רב זכרונו לברכה. און ער וועטציך דערקלערן אלס רב אין מאנרא, וועל איך שוין זאגן אז אין קרית יואל איז נישט דא קיין מרא דאתרא...?!
מאנטאג מאי 22, 2017 5:46 pm#372042
די גענעראל פארזאמלונג איז געווען איבער ארויסבעילן מהרז''ל מוסד אין קרית יואל פין די 15 מיליאן דאללער חובות, זעהט אויס מהרז''ל חוש'ט ארום מיט זיין אייגענע ציבור דא אין קאווע שטיבל, מהרז''לס יואלי איז שוין אימפאציעל רב אין זיין שוהל אין פארט ארויס 1 מאל א וואך, אין האט באוויזן צו בארואגן אלע פראקציעס דארט, אבער קוים וואס מ'האט דערמאנט זיין נאמען נעכטן (געהערט פין א אנווזענדער)
מאנטאג מאי 22, 2017 10:41 pm#372082
זעיט נישט אויס ווי ער האט באוויזן נאטינג

מ'רייסט זיך אין גרויסן
זונטאג יוני 18, 2017 3:03 am#375566
די צוקונפטיגע קרית יואל'ע רב הרה''ג ר' יואל שליט''א האט געפראוועט א דערהויבענע שבת אין קרית יואל ווי עס איז באנייט געווארן די נייע פראכטפולע בית מדרש יעקב נחמי'
זונטאג יוני 18, 2017 12:07 pm#375605
וואס הייסט צוקנופטיגע ?
זונטאג יוני 18, 2017 4:54 pm#375631
ערנסט גערעדט, חסידי מהר''א האפען אז יואלי וועט למעשה באקומען די רבנות שטעלע.. (אגב, שוין געווען עטליכע קאנדידאטן וואס מ'ווייסט אין האבען עס אפגעזאגט)
זונטאג יוני 18, 2017 5:16 pm#375635
Re: ברעקינג! קרית יואל צוריק מיט א מרא דאתרא!
פארוואס האפן אזוי חסידי מהר"א??
דינסטאג יולי 04, 2017 11:26 am#377768
אין די צייט וואס עס הייסט אז יואליש ווערט רב / גייט ווערן רב / אפשר יא אפשר נישט... איז אינטרעסאנט אז חיים הערש איז דא יעצט פאר זוממער!
שמעתי אומרים אז אפשר גייט ער ווערן גאר די נייע מרא דאתרא בקר"י און נישט יוא'לן
אדער גאר גייט ער ווערן רב/רב הצעיר אין ווסב"ג.. :roll: ווער ווייסט

איינער מיט מער אינפו איז מכובד אריינצוקומען
מאנטאג יולי 10, 2017 4:26 pm#378545
ר' חיים הערש איז לעת עתה שוין דא אפאר חדשים צוליב פריוואטע ענינים אשר אכמ"ל, ווי עס קוקט יעצט אויס גייט ער שוין דא בלייבן כאטשיג ביז נאך די ימים טובים, אבער עווענטואל איז זיין פלאן קלאר צוריק צו פארן קיין ארץ ישראל.
דינסטאג יולי 11, 2017 1:51 pm#378649
איך בין נישט קלאר ווער וועליכע קהלה זוכט א קרית יואל רב? וואס האט דאס מיט הרב חיים הערש?
דינסטאג יולי 11, 2017 3:57 pm#378698
אינטערסאנטער האט געשריבן:ר' חיים הערש איז לעת עתה שוין דא אפאר חדשים צוליב פריוואטע ענינים אשר אכמ"ל, ווי עס קוקט יעצט אויס גייט ער שוין דא בלייבן כאטשיג ביז נאך די ימים טובים, אבער עווענטואל איז זיין פלאן קלאר צוריק צו פארן קיין ארץ ישראל.


דארף ארויסגעברענגט ווערן די שיינקייט פון כלל ישראל אז מ'פאקט נישט דא אויס ברבים די פריוואטע ענינים וואס עס איז בעצם א סוד פאר גאנץ בראד
פרייטאג יולי 21, 2017 9:41 am#379788
חיים הירש איז פין ניסן מער נישט אין ירושלים ער דארף איבערנעמן דע כסא
פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:38 am#387724
"די אהרונים" האבן מער מורה פין "הקדוש חיים הערש" וועל ער איז דער באליבסער אייניקעל פון ברך אין אלע עשירים פון די אהרונים זענען זיינע "אפענע פארברענטע חסידים" טייל אהרונים פארן אפי' צו עם אויף א"י אויף שבתים אין ימים טובים!!!!!!
מוצ"ש אקטאבער 28, 2017 9:34 pm#387768
צווישן די גרים און ספרדישע זענען דט עשירים אויך ביי זיי ?

די גוטע נייעס איז אז אפילו איינער וויל פארן צו אים דארף ער שוין נישט פארן קיין ירושלים מ'קען אים שוין טרעפן דא אין ווימ"ס ער איז דאך געקומען העלפן די צופאלענע קווינס ישיבה לויט איין בלאפישע גירסה
זונטאג אקטאבער 29, 2017 1:25 pm#387802
גאנצל האט געשריבן:צווישן די גרים און ספרדישע זענען דט עשירים אויך ביי זיי ?

די גוטע נייעס איז אז אפילו איינער וויל פארן צו אים דארף ער שוין נישט פארן קיין ירושלים מ'קען אים שוין טרעפן דא אין ווימ"ס ער איז דאך געקומען העלפן די צופאלענע קווינס ישיבה לויט איין בלאפישע גירסה


הלוואי אויף מיין ביזנעס געזאגט, אזא צופאלנקייט ווי די קווינס ישיבה
זונטאג אקטאבער 29, 2017 3:30 pm#387812
די ביזנעס חלק דערפון וואונטש איך דיר מיטן גאנצן הארץ
זונטאג אקטאבער 29, 2017 4:29 pm#387817
די חלומסט שוין ווייטער?