הויפט זייט » מיין תיקון ליל שבועות המהודר
מיין תיקון ליל שבועות המהודר
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDTשריפט
31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11534
פרייטאג יוני 02, 2017 11:45 am#372952
המלוכה, ווי לאנג האט דיר גענומען דאס צו זאגן?
פרייטאג יוני 02, 2017 1:35 pm#372962
תיקון ליל שבועות המקורי
דאס איז א לשון כסדר אין חזל כסדר ^אם קבלה הוא נקבל ואם לדין יש תשובה^
עס קען זיין אז דער תיקון ליל שבועות וואס ער ברעננגט האט א מקור, לא ראינו אינו ראיה...
אדער קען זיין אז דאס איז סתם א גלייכווערטל מה שקורין לצנות...
און איך קען פארשטיין פארוואס מען זאל צילן דעם תיקון ליל שבועות, נאכדעם וואס רוב מנין און רוב בנין פון כלל ישראל זאגט עס נישט ווייל עס איז א דיקער חיבור... און נישט חס ושלום איך בארעכטיג עס, איך זאג נאר דברים כהוויתן
מען זעהט ערליכע בחורים אין יונגעלייט דרייען זיך אויפן גאס ארויף אראפ מיט'ן תיקון'ל פראבירענדיג מיט אלע כוחות צו מאכן א סוף צום תיקון ליל שבועות
מען איז משלים דעם תיקון, אזש ביז שמחת תורה...
אויף דעם האב איך גיזאגט: אם לצנות הוא נקבל ואם לדין יש תשובה, א ווערטל קען מען נישט אפפרעגן, אבער אויב די נידון איז: איך וויל זאגן תיקון ליל שבועות נאר איך קען נישט אויף דכם יש תשובה.
וזה החלו
לאמיר אריינקוקן אין זוהר (הקדמה דף ח') וואס ער איז דער סאמע ערשטער מקור פון אויפזיין שבועות אויף דער נאכט און זעהן ווי אזוי זיי האבן אפגעראכטן ליל שבועות מיט'ן משלב זיין די ערשטע און לעצטע פסוק פון יעדע פרשה דערנאך דאס זעלבע מיט נבואים און כתובים, דערנאך האבן זיי עוסק געווען אין פארשידענע לימודים די עיקר סודות התורה
איז אז איינער ווייסט ביי זיך איך וויל זאגן דעם תיקון ליל שבועות _ הגם וואס דער אריה"ק און דער שלה"ק האבן צוגעלייגט נאך פיהל לימודים פאר'ן נאכט _ אבער איך ווייס איך גיי דאס נישט ענדיגן און לכבוד דעם עפענט ער שוין בכלל נישט קיין תיקון ליל שבועות אזא איינער באגענונגט זיך מיט'ן פשוט'ן זוהר
מוהרא"ש זי"ע האט זייער פארפירט דערוועגן און לאחרונה האט ר' יואל ראטה שליט"א ארויסגעגעבן א חיבור פון תיקון ליל שבועות המקורי
איך וועל אפירזיכן די pdf דערפין און ברענגן דא לזכות את הרבים

פרייטאג יוני 02, 2017 2:51 pm#372972
Re: מיין תיקון ליל שבועות המהודר
איך האב קיינמאל נישט פראבירט צו זאגען תיקון, פארשטייט זיך. די געציילטע אין ביהמ"ד וואס זאגען יא, זענען די ערשטע איינצושלאפען.
וואס איך פרעג איז. דאס ווייסט מען אוודאי, אז די חברייא קדישא האבען געלערנט די אלע פסוקים וכו׳. זיי האבעןעס געלערנט ווי צ׳דארף לערנען, מיט פירוש רש"י ועוד. משניות האט מען געלערנט בעיון רב, כדרכו של תושבע"פ. ווער האט געזאגט אז ׳זאגען תיקון׳ איז די זאך? דו גייסט דאך סייווי נישט ענדיגען, לערן דאס ביסל ווי עס דארף צו זיין? ארויסנעמען סיי די תוכן סיי די חיצוניות האט דאך נישט קיין פשט. נישט מ׳האט געלערנט און נישט מ׳האט אויסגעזאגט.
והנלע"ד כתבתי
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

פרייטאג יוני 02, 2017 4:02 pm#372979
תורה שבכתב איז מען דאך יוצא מיטן זאגן, אבער אין די ליטא איז מען דאך חושש אויף ביטול תורה באיכות.
תורה שבעל פה איז טאקע צ"ע, מען וואלט ווען געדארפט זיך פארקוקען פריער דעם פשט פון די אלע משניות.
און אז מען רעדט שוין, כבוד הרב מיש נייעס, דיין חתימה איז טאקע מהאי טעמא נישט אויסגעהאלטן.
תורה שבעל פה איז טאקע צ"ע, מען וואלט ווען געדארפט זיך פארקוקען פריער דעם פשט פון די אלע משניות.
און אז מען רעדט שוין, כבוד הרב מיש נייעס, דיין חתימה איז טאקע מהאי טעמא נישט אויסגעהאלטן.
פרייטאג יוני 02, 2017 4:19 pm#372980
איך האב נישט געזאגט מ׳איז נישט יוצא, נאר וואס איז דער ענין? מיינסט טאקע אז דער ב"י האט געמורמעלט?
פרייטאג יוני 02, 2017 5:04 pm#372989
ליטוואק, איך מיין דער טעות דא איז דער ווארט "יוצא". יוצא וואס יוצא ווען. תיקון ליל שבועות איז עפעס יוצא צו זיין אזוי ווי תקיעת שופר דאורייתא? ס'איז א מנהג וואס איז יסודתו בהררי קודש וואס איך דארף אפילו נישט צו צייכענען. איי די פרעגסט אז ס'האט נישט פשט סתם צו מורמעלען ווערטער, ביסטו אויכעט גערעכט אז לערנען תורה לשמה מיט עמלות איז אויך א געוואלדיגע זאך ותלמוד תורה כנגד כולם. אז איינער טוט לפי דער מנהג טוט ער אויף געוואלדיגע זאכען לשיטת מתקני התיקון און ס'איז נישט אוועק צו מאכען. ווען מ'הייבט אן אבער מעסטען די זאך מיט יוצא זיין אדער נישט דארט פארקריכט מען און מ'מאכט פון עיקר טפל און פון טפל עיקר.
פרייטאג יוני 02, 2017 5:09 pm#372991
וואלווי - איך מיין דיין טעות הייבט זיך אן מיט די ווארט יוצא. איך האב עס נישט געזאגט צו געמיינט.
דאס יא. זאגען משניות אן פארשטיין א ווארט איז נישט קיין מצות תלמוד תורה, כמבואר בקו׳ תלמוד תורה הנד׳ בשו"ע הרב
דאס יא. זאגען משניות אן פארשטיין א ווארט איז נישט קיין מצות תלמוד תורה, כמבואר בקו׳ תלמוד תורה הנד׳ בשו"ע הרב
פרייטאג יוני 02, 2017 5:20 pm#372993
איך האב נישט געזאגט אז די האסט געזאגט די ווארט יוצא, כ'האב געמיינט די צוגאנג אז כאילו ס'איז א זאך יוצא צו זיין.
בנוגע די משניות ביסטו גערעכט וכן כתב ריכטיג לעיל:
בנוגע די משניות ביסטו גערעכט וכן כתב ריכטיג לעיל:
ריכטיג האט געשריבן:תורה שבעל פה איז טאקע צ"ע, מען וואלט ווען געדארפט זיך פארקוקען פריער דעם פשט פון די אלע משניות.
פרייטאג יוני 02, 2017 5:28 pm#372994
איך מיין דער 'עיקר' איז לערנען א גאנצע נאכט, און דער טפל איז גאר דער תיקון פון לערנען דוקא דער לימוד פון תיקון ליל שבועות. אבער ארויסווארפען דעם 'לימוד' און בלייבען מיט'ן 'תיקון' איז מאדנע.
פרייטאג יוני 02, 2017 5:58 pm#373000
א שטיקל נייעס:
דעם שבועות, האט איינער געוואלט העלפען דער עולם מיט קאנצענטרירען ביים לערנען. מה עשה? ער האט מנדב געווען א באקס fidget spinners און ס'האט געקנאקט א לערנען!
אינמיטן וואך, האט מען די עצה
Ffffidget.com
דעם שבועות, האט איינער געוואלט העלפען דער עולם מיט קאנצענטרירען ביים לערנען. מה עשה? ער האט מנדב געווען א באקס fidget spinners און ס'האט געקנאקט א לערנען!
אינמיטן וואך, האט מען די עצה
Ffffidget.com
מוצ"ש יוני 03, 2017 11:46 pm#373036
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואלווי - איך מיין דיין טעות הייבט זיך אן מיט די ווארט יוצא. איך האב עס נישט געזאגט צו געמיינט.
דאס יא. זאגען משניות אן פארשטייען א ווארט איז נישט קיין מצות תלמוד תורה, כמבואר בקו׳ תלמוד תורה הנד׳ בשו"ע הרב
שרייבסט כמבואר בשלחן ערוך הרב שרייבסט אבער נישט קיין מקור
איך בין נייגעריג צו דאס איז דיין מקור אין שלחן ערוך הרב הלכות תלמוד תורה פרק ב' סעיף יב
וזלש"ק:
אך אם מוציא בשפתיו אף על פי שאינו מבין אפילו פירוש המלות מפני שהוא עם הארץ הרי זה מקיים מצות ולמדתם ולפיכך כל עם הארץ מברך ברכת התורה בשחר לפני הפסוקים וכן כשעולה לספר תורה
מוצ"ש יוני 03, 2017 11:52 pm#373037
מישי, אפשר לומר ע"ד דרוש עם הארץ אימת שבת עליו ולכו"ע בשבת ניתנה תורה מילא קען מען זאגען תיקון, אבער פארגעס נישט אז אונזער ליטוואק איז א ריכטיגע בן תורה...
מוצ"ש יוני 03, 2017 11:59 pm#373040
וואלווי האט געשריבן:מישי, אפשר לומר ע"ד דרוש עם הארץ אימת שבת עליו ולכו"ע בשבת ניתנה תורה מילא קען מען זאגען תיקון, אבער פארגעס נישט אז אונזער ליטוואק איז א ריכטיגע בן תורה...
זייער שיינע דרש
וכאן המקום צטריקצוגעבן פאר 'ריכטיג' וואס ער שרייבט אז מיין ניק וועגען זאגן משניות איז נישט גילטיג במחילת כבודו הרמה האט ער פארזעהן א אפענע שו"ע הרב
היינו דאמרי אינשי: אז מען זאגט נישט קען מען נישט
זונטאג יוני 04, 2017 12:21 am#373043
למען האמת, זאגען משניות איז א געוואלדיגע זאך וואס אסאך גדולים האבן געהייסן מען זאל טוהן ובתוכם ר' נחמן ברעסלעבער, און אזוי ווי די ברענגסט פון שו"ע הרב אז אפילו מען פארשטייט נישט הייסט עס לימוד התורה, געדענק אבער אז דער רב שרייבט דער לשון אפילו, ד"מ אז אפי' מ'פארשטייט נישט איז עס אויך געלערנט, און פאר איינער וואס קומט נישט אן צו לערנען געהעריג צו פארשטיין איז עס טאקע זיין חלק אין תורה, איך מאך דאס ח"ו נישט אוועק, נאך דערצו ווען ס'קומט אמאל אן מיט מסירות נפש פון דער זאגער, און ווער ווייסט צו אויבן אין הימל וועלען די משניות זאגערס נישט שטיין אסאך העכער ווי די כולל יונגעלייט וואס נעמען צען קאפי ברעיקס א טאג, אבער אעפ"כ פארגעס נישט אז די עיקר תורה פון די לעצטע טויזענטער יאר איז תורה וואס מ'פארשטייט, ספעציעל עמילות בתורה, נישט קיין חילוק ספרדים אשכנזים ליטאים חסידים גאונים ראשונים אחרונים האבן אייביג געלערנט תורה מיט תלמידים אויף צו פארשטיין און דאס איז געווען די עיקר לימוד תורה לכתחילה ולמעשה ביי יודען אנגעהויבן פון מתן תורה אדער נאך פריער ביי שם ועבר.
זונטאג יוני 04, 2017 1:40 am#373067
מיש נייעס, מעתיק זיין א האלבע שטיקל איז זייער נישט שיין און חוצפה'דיג, דאס רופט זיך "סילוף"!
הילך המשך דברי הרב:
במה דברים אמורים בתורה שבכתב, אבל בתורה שבעל פה אם אינו מבין הפירוש אינו נחשב לימוד כלל
איך גיי נישט זיין אזא מסלף ווי דו און איך גיי יא מעתיק זיין די המשך הדברים וואס אויף דעם קענסט דיך אפשר פארלאזן:
ואעפי"כ יש לאדם לעסוק בכל התורה גם בדברים שלא יוכל להבין ולעתיד לבא יזכה להבין ולהשיג כל התורה שעסק בה בעולם הזה ולא השיגה מקוצר דעתו
פארשטייט זיך אז דאס איז בלויז א היתר פאר איינער וואס האט טאקע נישט די מעגליכקייט צו פארשטיין, נישט פאר איינער וואס איז פויל צו לערנען ברטנורה וכדומה אדער ער יאגט זיך צו קענען ענדיגן אכצן פרקים וכו'.

זונטאג יוני 04, 2017 9:43 am#373098
דער 'ואעפ"כ' פונעם שו"ע הרב מיינט נישט אז ער האט מקיים געווען מצות תלמוד תורה דערמיט. ער איז נישט מקיים קיין שום מצות תלמוד תורה, און פון דער סדר און לשון פון שו"ע הרב איז מבואר אז קיין ברכת התורה דארף ער נישט מאכען. נאר אז ס'שטעקט עפעס אין דעם.
זונטאג יוני 04, 2017 12:08 pm#373107
יש לדון אז דאס הייסט אפשר הכשר מצוה, וויבאלד לעתיד לבא וועט ער דאס עי"ז דאך לערנען כדין, אבער לאידך גיסא מצוות בטילות לע"ל ויל"ע אם יש ענין אם בזמן ההכשר נחשב למצוה ובעת קיום המצוה נסתלק החיוב.
זונטאג יוני 04, 2017 1:03 pm#373111
Re: מיין תיקון ליל שבועות המהודר
ריכטיג האט געשריבן:מיש נייעס, מעתיק זיין א האלבע שטיקל איז זייער נישט שיין און חוצפה'דיג, דאס רופט זיך "סילוף"!
הילך המשך דברי הרב:
במה דברים אמורים בתורה שבכתב, אבל בתורה שבעל פה אם אינו מבין הפירוש אינו נחשב לימוד כלל
איך גיי נישט זיין אזא מסלף ווי דו און איך גיי יא מעתיק זיין די המשך הדברים וואס אויף דעם קענסט דיך אפשר פארלאזן:
ואעפי"כ יש לאדם לעסוק בכל התורה גם בדברים שלא יוכל להבין ולעתיד לבא יזכה להבין ולהשיג כל התורה שעסק בה בעולם הזה ולא השיגה מקוצר דעתו
פארשטייט זיך אז דאס איז בלויז א היתר פאר איינער וואס האט טאקע נישט די מעגליכקייט צו פארשטיין, נישט פאר איינער וואס איז פויל צו לערנען ברטנורה וכדומה אדער ער יאגט זיך צו קענען ענדיגן אכצן פרקים וכו'.
דע מקור פון דעם ש"ע הרב לפענ"ד איז דער רמ"ק און דארט שטייט אויך קלאר אז דע וואס זאגן אהן פארשטיין גייט ארויף אויף מקרא בלבד
זונטאג יוני 04, 2017 11:19 pm#373244
ריכטיג האט געשריבן:יש לדון אז דאס הייסט אפשר הכשר מצוה, וויבאלד לעתיד לבא וועט ער דאס עי"ז דאך לערנען כדין, אבער לאידך גיסא מצוות בטילות לע"ל ויל"ע אם יש ענין אם בזמן ההכשר נחשב למצוה ובעת קיום המצוה נסתלק החיוב.
ואולי יש להביא ראי' מהכנה למצוה שגדול ממצוה עצמה כמו שמצינו שהטבת נרות הוא דוקא ע"י כהן אבל הדלקה יכול להיות ע"י זר. אבל לשי' הגר"ח שכותב שעיקר המצוה הי' ההטבה ולא ההדלקה א"כ דוקא במנורה אמרינן הכשר עיקר, אבל גם ע"ז יש להקשות דשם עכ"פ יסיים המצוה בהדלקה, אבל לשיטתך דבעת קיום המצוה דלעתיד יסתלק החיוב עד הסוף א"כ לא מהני מה שיש כן הכשר מצוה והדרי קושיא לדוכתיה.
צריך עיון גדול!
מיטוואך יוני 07, 2017 10:23 am#373702
קען איינער אפירזיכן די pdf פון די תיקון ליל שבועות המקורי, איך האב געמיינט אז איך האב עס, איך האב עס געהאט באקומען אבער איך זעה עס נישט אויב איינער קען מיר עס טרעפן אדער מראה מקום זיין למצוה גדולה יחשב
דינסטאג יולי 04, 2017 8:38 am#377751
יעצט געזען אז אסאך לערנען אפ אין דער מג"א סי׳ נ׳ אז ער האלט אז אפילו תושב"כ איז מען נישט יוצא מיט׳ן נישט פארשטייען. וע" בפמ"ג שם ובשו"ע הרב.
דינסטאג יולי 04, 2017 1:08 pm#377785
איך האב שוין פון לאנג א הרגש אז די שיטה פונעם שו"ע הרב לגבי תושב"כ - וואס בהשקפה ראשונה איז דאס דאך צ"ב - איז מושפע פון תורת הקבלה, ווי ער איז מסביר אין סידור - ביי הקפות דאכצעך - אז ביי תושב"כ איז די קדושה אין די "ווערטער" ווייל די אורות קומען אראפ און זענען זיך מצמצם אין די ווערטער, משא"כ תושבע"פ איז די קדושה אין די "שקלא וטריא" ווייל דאס זענען די אורות וואס שיינען ארויס פון די ווערטער פון תושב"כ וויאזוי מען זאל זיי פארשטיין.
דינסטאג יולי 04, 2017 1:47 pm#377798
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יעצט געזען אז אסאך לערנען אפ אין דער מג"א סי׳ נ׳ אז ער האלט אז אפילו תושב"כ איז מען נישט יוצא מיט׳ן נישט פארשטייען. וע" בפמ"ג שם ובשו"ע הרב.
וואוו! ליטוואק אזא תלמיד חכם... איך זיך א מקור אויף עפעס אפשר קענסטו מיך ארויסהעלפן, איך וויל מחדש זיין א הלכה אז "נישט לערנען" הייסט געלערנט, איז דא אזא שיטה? איך וויל פשוט מצדיק זיין רוב בנין ומנין פון כלל ישראל וואס ווילן נישט אננעמען דעם ברסלב'ן דרך הלימוד, און זיי לערנען (...אמממ) שווער צו זאגן דעם נישט, אז זיי זאלן האבן עפעס א מקור זיך סומך צו זיין אז דאס הייסט געלערנט... ווייל זאגן הייסט דאך זיכער נישט געלערנט נו מ'דארף דאך אבער לענען!
דינסטאג יולי 04, 2017 4:55 pm#377830
איך האב נישט קיין אהנונג וואס דו ווילסט.
ביסט מסתמא זייער אויפגערעגט אויף דער חוצפה פונ׳ם בעל התניא פאר׳ן זיך דינגען אויף יואלי ראטה. אפשר זיי מאריך אין אלע זיין עבירות.
ביסט מסתמא זייער אויפגערעגט אויף דער חוצפה פונ׳ם בעל התניא פאר׳ן זיך דינגען אויף יואלי ראטה. אפשר זיי מאריך אין אלע זיין עבירות.
פרייטאג מאי 18, 2018 4:55 pm#403124
די פסוקים פון תנ"ך פארשטיי איך כמעט יעדע ווארט וואס איך זאג, און אפילו די פאר ווערטער וואס איך פארשטיי אפשר נישט איז מען דאך לויט די רב יוצא לימוד התורה. אבער די משניות זאג איך נישט משום כמה טעמים. קודם כל אין זוהר און כתבי אר"י ווערט עס נישט דערמאנט, נאר אין של"ה. און אויב איך וועל וועלן פארשטיין וואס איך זאג וועט אפילו צוויי נעכט זיין אויף אויך נישט גענוג זיין, איז פארוואס סתם פלעפלען אין די וועלט אריין? איך קען דאך אין די צייט לערנען אפאר בלאט גמרא. און איך רעד שוין נישט פון דעם וואס די קאמארנער איז זייער שארף אז מ'זאל דוקא נישט זאגן משניות.
פרייטאג מאי 18, 2018 7:40 pm#403132
רביה"ק זי"ע: און איך בין יוצא תיקון ליל שבועות מיט קריאת שמע שעל המיטה. און המפיל. דארט איז שוין דא פון אלעם . תורה, נביאים כתובים. משניות. גמרא. און כתבי האריז"ל...!
פרייטאג יוני 07, 2019 6:18 am#431734
berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: און איך בין יוצא תיקון ליל שבועות מיט קריאת שמע שעל המיטה. און המפיל. דארט איז שוין דא פון אלעם . תורה, נביאים כתובים. משניות. גמרא. און כתבי האריז"ל...!
מ`זאגט אז איינער איז אמאל אריין אין א ספרים סטאר און געבעטען א תיקון ליל שבועות נוסח גור, געט אים יענער א קריאת שמע שעל המיטה.