מאנטאג יוני 12, 2017 1:31 am#374531
כינוס תשע''ז: זאלוינים באגייסטערט; אהרונים דעמאראליזירט
א מאסיווער כינוס איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן אין דעם גרויסן 'בארקלעיס סטאדיום' אין ברוקלין. דער כינוס איז פאררופן געווארן דורך האדמו"ר זלמן לייב טייטלבוים מסאטמאר, מיט גאר ווייניג הילף פון אנדערע קרייזן, און האט באוויזן אנצופילן קנאפע 12,000 זיצן אין דעם גרויסן ספּארטס-צענטער.
דאס אומגלויבליכע איז געווען דער סורפרייז פונעם טאג, און האט אוועקגעשטעלט האדמו"ר זלמן לייב'ס פארטיי ווי א מאכטפולן כוח וואס קען צוזאמענברענגען אזא ריזיגן צאל פון מענטשן. די בני בית פון דעם רבי'ן זענען געזען געווארן אוונט נאכ'ן כינוס זיך ארומנעמען מיט קופקעס, ארויסזאגנדיג וואספארא געווינס דאס איז געווען, און ווי דער כינוס איז פאקטיש געווען א "ריזיגע לויה פאר אהרן טייטלבוים," ווי דער עבד לעבדי ה' שמואל טייטלבוים האט געזאגט פאר יעדן וואס האט נאר געוואלט הערן.
די אהרונים, ווידעראום, האבן געהאט איינער פון זייערע שווערסטע טעג זינט זייער רבי איז געקרוינט געווארן ווי האדמו"ר מסאטמאר. שוין צום צווייטן מאל וואס א ריזן ציבור חסידישע אידן קומען זיך צוזאם אין א גרויסן סטאדיום, און ווידעראמאל האבן זיי נישט געהאט קיין געלעגנהייט צו האבן א טייל דערין. דערצו איז דער פאקט אז די זאלוינים האבן באוויזן דאס אומגלויבליכע אויך א גאר שווערער פּיל אראפצושלונגען.
איבער אלעם איז דער טאג געווען באגלייט מיט בייזוואונדער פאר אלע זייטיגע צושויער, ווען דער ציל פון דעם כינוס האט זיך געבויעט אויף שקרים וכזבים וועלכע קענען באשטעטיגט ווערן מיט איין טעלעפאן-רוף. איבער דעם האבן די אהרונים געבויט נאך א שטאפל פון פעיק ניוז, דרייענדיג מיט די צונגען צו ווארפן האלבע אומקלארע ווערטער מסביר צו זיין פארוואס זיי, מאמינים אין פעיק ניוז פונקט ווי די זאלוינים, קענען זיך נישט באטייליגן.
די מאסיווע פראפאגאנדע-אפאראטן ווערן יעצט ערווארטעט איש על מחנהו ואיש על דגלו צו בויען שקרים גג על גג: זאלוינים, גוזמאות איבער דער באטייליגונג און שקרים איבער דעם אפקלאנג און תועלת; און די אהרונים, ריזיגע עמערס פון שפינערייען און ליצנות, וואס יעדער – חוץ דריי תמימי לב וואס ארבעטן אין בוטשער סטאר – וועט וויסן אז ס'איז א חוזק און געלעכטער, אבער דאך וועט מען ווייטער קויפן, זיך משתתף זיין, פארטיידיגן, און זינגען ברוך הוא אלוקינו שהבדלנו מן התועים.
ברוך המקדש שמו ברבים!