Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אייוועלט קאמענטארן » הגאון הגדול רבי ישראל דוד הארפענעס: "אייוועלט איז אסור"

הגאון הגדול רבי ישראל דוד הארפענעס: "אייוועלט איז אסור"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 48 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11561
דינסטאג יוני 13, 2017 11:08 am#374852
הגאון הגדול רבי ישראל דוד הארפענעס: "אייוועלט איז אסור"
שוין יארן לאנג וואס די אייוועלט וועבזייטל פירט ארום דעם עולם מיט כל מיני היפאקריטסטווע און צווינגן ארויף די גלויבונג פון יעדן פריש געשפראצענער פישטו רבי, אויב איינער זאגט א ווארט קעגן סיי וועלכער איינגעגעבענער מיסטעיק אין די סיסטעם ווערט פארשריגן און באווארענט, וואס זיי באהאלטן אבער איז אז די גאנצע וועזן פון זייער וועבזייטל איז אפגעפרעגט אין זייער אייגענע שיטה, און גייט נישט אין שפאן פון וואס זיי ווילן זייערע ליינער זאלן גיין און טראכטן. זיי פארהוילן זיך פון די קלארע פסקים פון די רבנים ביי כינוס כלל ישראל, תקנות פון מוסדות, וכו', אז מ'מעג נוצן די אינטערנעט נאר לצורך פרנסה. עס איז נישט דא קיין שום היתר – לויט די אייוועלט רבנים – צו ניצן אינטערנעט צו פארברענגען און שמועסן.

אצינד קומט אריין די נייעס אז הגאון הגדול המפורסם רבי ישראל דוד הארפענעס האט שטארק פארדאמט זייער טריפה'נער וועבזייטל במעמד קהל רב. כנראה איז הרב הארפענעס נישט קלאר באהאווענט מיט אייוועלט, און ער מיינט אז ס'איז פאקוסט אויף ביזנעס - דאך אסר'ט ער עס מיט גאר שארפע ווערטער. דער אמת איז אז ס'איז פאקוסט אויף נייעס און כל מיני פלאפלערייען, וואס מאכט עס נאך פיל ערגער לדעתו כמובן.

ס'איז נישט דא קיין שום וועג צו פארענטעפרן דעם פאקט אז הונדערטער א.ג. פרומע און הייליגע יונגעלייט שטופן צייט אויף אייוועלט טאג און נאכט, שרייבן און פארפירן אז וואס די רבנים זאגן און די תקנות זענען הייליג און טייער, בשעת זיי טרעטן קלאר אויף די תקנות. זייער עצה איז די עצה פון די בת היענה -- נישט רעדן דערפון און זיך מאכן ווי ס'איז אקעי. די זעלבע וואס שרייבן אז ראבינאוויטש און השומרים קארטעלך איז גאר א גוטע זאך און דאס וועט ראטעווען דעם דור, זענען פיין דערמיט ווי לאנג מ'רודף'ט דעם שכן און שוואגער, אבער ווען ער אליין דארף פלאפלען אויף אייוועלט פליט די כינוס כלל ישראל תקנות ארויס פון פענצטער.

נאך ווייטער פון דעם, אויב בעט מען פון משומר, טעג, גדר וכו' צו עפענען אייוועלט טוען זיי עס גערן כאטש ס'איז קלאר קעגן די תקנות המוסדות און קעגן די תקנות פון כינוס כלל ישראל. דאס איז ווייל זיי אליין קענען באשטיין צו טרעטן אויף די אייגענע תקנות ווען עס קומט זיי גוט אויס...‎

לכאורה וועט די גאנצע נייעס נישט געליפטערט ווערן אין נארט קארעא, די רעזשים דארט וועט עס נישט צולאזן, אויב וועט יא דערמאנט ווערן א ווארט וועט עס שטארק צענזורירט ווערן און דער וואס וועט עס ליפטערן וועט פארשפארט ווערן כדרכם מאז. און אוודאי וועט עס קומען באגלייט מיט בלאט-סטייל ספינס וואס יעדער וועט וויסן אז ס'איז א ליצנות און סתם געווארפן זאמד אין די אויגן.

אייוועלט וועט ווייטער אנגיין ברוב גאון ועוז, און אלע וויכטיגע ענינים ווי מורא'דיג טראמפ איז, ווער די רבנים פון ווארמייזא זענען געווען און ווערט ס'ליגט אין בית החיים אין ניו דזשערזי וועט ווייטער אויסגעשמועסט ווערן, בפרט יעצט מיט די טעגליכע סעילס איז דאך א שאד אויף אידיש געלט אז דאס זאל גיין לאיבוד.
דינסטאג יוני 13, 2017 11:25 am#374854
דאס געשעהט מיט עקסטרעמיסטען. זיי שטיצן עקסטרעמיזם וויפיל ס'גייט, און ווען ס'בייסט זיי צוריק ווייסן זיי נישט וואס צו טוהן נעקסט..
דינסטאג יוני 13, 2017 11:29 am#374855
איך קלער אז אויב די פילטערס וועלן זיך נישט צושטעלן און בלאקן דעם ג'אסרט'ן איי וועלט וועט "השומרים" נישט האבן קיין ברירה נאר מפרסם זיי שוידערליכע מעשיות פון אינגעלייט וואס זייער גאנצע ירידה האט זיך אנגעהויבן אין איי וועלט. וואס קלערט איר, זיצט זיך א כולל אינגערמאן אויפן "משומר", יעדער אויף איי וועלט מיט די פילטערס האלטן מיט לעבעדיג די עלעקשאנס אויף סי ען ען, ווילאנג וועט נעמען ביז ער וועט זיך מיישב זיין איך בהמה דארף דא זיצן און פייגערן די גרינע זאלן "דראפבאקסן" די קליפס? ער וועט עס זען דירעקט און פון דארט תוצאותיו מי ישורנה און אזוי ווייטער די אלע פסוקים.
דינסטאג יוני 13, 2017 12:08 pm#374861
הארפענעס געפעלט קאווע שטיבל בעסער.
דינסטאג יוני 13, 2017 12:13 pm#374863
שלום שטיסל:יישר כח פאר באלייכטן אונזערע אויגן מיט די נייעס אז דער אמת'ער פוסק הדור הרהגה"צ ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א האט ארויסגעזאגט זיין חוות דעת. זיין דעת תורה קליפ און קלאר, אז ..."אייוועלט"...איז אסור...וואלט דאך געווען מסתבר אז אונזער קאווע שטיבל זאלל אודאי און אודאי זיין אסור. מכח קל וחומר. נאר אונז ווייסן דאך דעם כלל אז ..."אין למדין מקל וחומר"...עד שבא ליט-פאק. און ער וועט שוין אויפקומען מיט עפעס א ליט-פאק'ישן כאפ וואס קיין נארמאלער מענטש טראכט נישט דערפון...! ווייל סוכ"ס קאוע שטיבל פרעטענדירט נישט צו זיין ..."הייליג"...און די גבאים און אחראים מעקן נישט (דערווייל) אויב איינער זאגט ארויס א מיינונג וואס טוט אנרירן זייערע געפיהלן. נאר ממש ווען ס'רירט אן די יסודי הדת. ווי אפיקורסות אדער ניבול פה, רח"ל...! ממילא האמיר אונז נישט פון וואס מורא צו האבן. ווייל מ'האט זיכער נישט אונז געמיינט...!
דינסטאג יוני 13, 2017 1:00 pm#374879
פארוואס האט רב הרפנס נישט געווארט כאטש ביז די 17 בלעטער אשכול אויף די "צעקה" אלבוים בארוהיגט זיך?
דינסטאג יוני 13, 2017 1:03 pm#374883
ווי זאגט יענער אז דו אסר'סט שוין ברענג ארויס די ריכטיגע סיבה פ"וו עס איז אסור......
דינסטאג יוני 13, 2017 1:26 pm#374890
אין אנדערע ווערטער שטעלט ער זיך צו צו הרב ראבינאוויטש זי ארויסצושטעלן קעגן די רבנים סקולען סאטמר מהר''א רז'''ל וואס זייערע פילטער'ס לאזן אדורך אייוועלט נגד הרב וואזנער
דינסטאג יוני 13, 2017 1:30 pm#374891
שוין. נאך 6 מינוט, איז דער אשכול אין אייוועלט פארקנאקט.
דינסטאג יוני 13, 2017 1:40 pm#374893
ס'איז אנגעגאנגען כמעט צוויי שעה ביז ס'איז פארשטייט זיך געווארן אפגעשפארט.
מער ווייניגער האבן די חכמי איי וועלט געפסקנט אז איי וועלט איז לצורך פרנסה ווייל אין איי וועלט ליפטערט מען זיך אויס און מ'דארף זיך אויסליפטערן לצורך פרנסה....
דינסטאג יוני 13, 2017 2:37 pm#374913
שאנדעפרודע: אייסיס אטאקירט איראן טראץ איר היסטאריע פון זעלבסט-אינטערעסיגע שטיצע פאר זשיהאד.

כ'מיין אז הרב הרפענעס האט מחמת חסרון ידיעה פארזעהן אז אייוועלט עקזעסטירט בלויץ לצורך פרנסה פון די פארוואלטונג. :D
דינסטאג יוני 13, 2017 2:45 pm#374915
.
דינסטאג יוני 13, 2017 2:56 pm#374918
.
דינסטאג יוני 13, 2017 3:41 pm#374941
лпم iοوԴ האט געשריבן:ס'איז אנגעגאנגען כמעט צוויי שעה ביז ס'איז פארשטייט זיך געווארן אפגעשפארט.
מער ווייניגער האבן די חכמי איי וועלט געפסקנט אז איי וועלט איז לצורך פרנסה ווייל אין איי וועלט ליפטערט מען זיך אויס און מ'דארף זיך אויסליפטערן לצורך פרנסה....

m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=34133 m
דינסטאג יוני 13, 2017 3:52 pm#374943
.
דינסטאג יוני 13, 2017 6:20 pm#374966
יואליש האט געשריבן:כ'מיין אז הרב הרפענעס האט מחמת חסרון ידיעה פארזעהן אז אייוועלט עקזעסטירט בלויץ לצורך פרנסה פון די פארוואלטונג. :D

:lol: :lol: :lol:

וואס איך נעם ארויס דערפון אז ר' ישראל דוד הארפענעס איז אן ערליכער איד, ווייל ווי שוין דערמאנט זעהט אויס אז ער אליין האט נאך קיינמאל נישט באזוכט אייוועלט, ער טייטשט נישט ריכטיג אפ אייוועלט
דינסטאג יוני 13, 2017 7:41 pm#374974
berlbalaguleh האט געשריבן:שלום שטיסל:יישר כח פאר באלייכטן אונזערע אויגן מיט די נייעס אז דער אמת'ער פוסק הדור הרהגה"צ ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א האט ארויסגעזאגט זיין חוות דעת. זיין דעת תורה קליפ און קלאר, אז ..."אייוועלט"...איז אסור...וואלט דאך געווען מסתבר אז אונזער קאווע שטיבל זאלל אודאי און אודאי זיין אסור. מכח קל וחומר. נאר אונז ווייסן דאך דעם כלל אז ..."אין למדין מקל וחומר"...עד שבא ליט-פאק. און ער וועט שוין אויפקומען מיט עפעס א ליט-פאק'ישן כאפ וואס קיין נארמאלער מענטש טראכט נישט דערפון...! ווייל סוכ"ס קאוע שטיבל פרעטענדירט נישט צו זיין ..."הייליג"...און די גבאים און אחראים מעקן נישט (דערווייל) אויב איינער זאגט ארויס א מיינונג וואס טוט אנרירן זייערע געפיהלן. נאר ממש ווען ס'רירט אן די יסודי הדת. ווי אפיקורסות אדער ניבול פה, רח"ל...! ממילא האמיר אונז נישט פון וואס מורא צו האבן. ווייל מ'האט זיכער נישט אונז געמיינט...!


אין למדין מק"ו איז נאר ביי קדשים, און קאווע שטיבל איז דאך נישט הייליג, קומט דאך אויס (דא דרייט מען מיט די פינגער...) אז איסורו במקומו עומד, נאר וואס דען? וואס שטייט לאז שטיין, און אונז גיימער ווייטער!
דינסטאג יוני 13, 2017 7:45 pm#374975
ווען איך בין ווען א רב וואלט איך אויך גע'אסר'ט איי וועלט

ווילאנג זיי לאזן די דריפעלטע לאנגע ציטירען, אנע לייק סיסטעם.
:אומגלויבליך:
דינסטאג יוני 13, 2017 7:48 pm#374976
אינטערסאנטער האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:כ'מיין אז הרב הרפענעס האט מחמת חסרון ידיעה פארזעהן אז אייוועלט עקזעסטירט בלויץ לצורך פרנסה פון די פארוואלטונג. :D

:lol: :lol: :lol:

וואס איך נעם ארויס דערפון אז ר' ישראל דוד הארפענעס איז אן ערליכער איד, ווייל ווי שוין דערמאנט זעהט אויס אז ער אליין האט נאך קיינמאל נישט באזוכט אייוועלט, ער טייטשט נישט ריכטיג אפ אייוועלט


דאס איז די גרעסטע צרה אונ'ם דור, ווען מ'זאגט אויף דעם און יענעם ער איז אן ערליכער יוד.

ערליכער יוד איז נישט קיין קוואליפיקעישאן צו זיין א דיין און געבען פסקים. ס'איז גוט פאר א שכן לאחר מאה ועשרים אין בית החיים. פאר א דיין איז עס סך הכל נאך א מעלה, אבער אז ער געבט ארויס א פסק זאל ער מוחל זיין אויפמישען דער וועבזייט און מיט זיינע אייגענע אויגען זעהן פון וואס ס'רעדט זיך.

דיסקלעימער: איך פראמאוט נישט דא אייוועלט, דאכצעך אין שאלות ותשובות זאב יטרף איז ער מתיר קאווע שטיבל און נאך, עיי"ש.
דינסטאג יוני 13, 2017 7:53 pm#374982
איך קלער אנצונעמען די רייד פון הגה"צ מהארפענעס שליט"א און מיך ארויססיינען פון אייוועלט, און אנהאלטן בלויז מיין ניק דא אויף ק"ש.
דינסטאג יוני 13, 2017 7:56 pm#374983
Re: הגאון הגדול רבי ישראל דוד הארפענעס: "אייוועלט איז אסור"
נישט צו פארדרייען די נושא, אבער וואס מיינען די ווערטער ׳אין למדין מקל וחומר׳? ביי דאווענען זאגט מען דאך בשלש עשרה מדות שהתורה נדרשת בהן, און איינער פון זיי איז מקל וחומר? אחוץ טאמער ס׳איז א דבר הנלמד מהיקש, וואס דאס איז נאר ביי קדשים, וכמו שהעיר ר׳ וועלוועל (דער קלוגע, נישט דער דומע).

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג יוני 13, 2017 7:56 pm#374984
איסר האטלקי האט געשריבן:איך קלער אנצונעמען די רייד פון הגה"צ מהארפענעס שליט"א און מיך ארויססיינען פון אייוועלט, און אנהאלטן בלויז מיין ניק דא אויף ק"ש.


ח"ו, האסט אמאל פרובירט צו בראוסען די פארום'ס באיסור? אפשר האט עס א בעסערע טעם...
דינסטאג יוני 13, 2017 7:59 pm#374986
וואלווי האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איך קלער אנצונעמען די רייד פון הגה"צ מהארפענעס שליט"א און מיך ארויססיינען פון אייוועלט, און אנהאלטן בלויז מיין ניק דא אויף ק"ש.


ח"ו, האסט אמאל פרובירט צו בראוסען די פארום'ס באיסור? אפשר האט עס א בעסערע טעם...

די פארומ'ס קען מען בראוסען באיסור? איך האב שוין געטרייט צו בראוסען אנדערע נישט אידישע סייטס, זעלבע טעם.
דינסטאג יוני 13, 2017 8:06 pm#374989
הערינג און קיכעל יוה"כ (רח"ל...) האט מן הסתם א בעסערע טעם ווי פארק טשאפס אין א גרינעם דינסטאג, וד"ל....
דינסטאג יוני 13, 2017 10:57 pm#375017
Re: הגאון הגדול רבי ישראל דוד הארפענעס: "אייוועלט איז אסור"
איך האלט אז רב הארפענעס איז גאר גערעכט מיטן אסר'ן אייוועלט, און דערמיט מתיר זיין קאווע שטיבל, ווייל די עוולה איז איז זיי פאטשען זיך די בייכער אז זיי זענען מותר, און האלטן זיך מיט די קעפ און די הייעך, און א צייט וואס עס איז קלארנישט לויט די תקנת הכינת כלל ישראל.
קאווע שטיבל איז לעומת זה קיינעם נישט גארנישט שילדיג, עס זיכט נישט קיין היתר אדער קיינעם צי געפעלן נאר האמת שניתן להאמר, און מאכט זיך נישט צוטון פון איסורים.
משא''כ זיי, זיכען יעדעם צי געפעלן, קיין אמת ווארט קען דארט נישט געזאגט ווערן, נאר אויב עס שטומט מיטן שניט, און עס שטימט נישט, קענען זיי נישט עקזעסטירן.
יעדער וואס קען די אינסייד פאליטיק דארט ווייסט אז ס'רוב שמיעסערייען קומען ניטאמאל פאר אויפן סייט, נאר אויף די אייוועלט אימעיל גרופ, ווי עס קומען און פארן אן א שיעור אימעיל'ס א טאג סתם פלוידערייען.
גערעכט איז הארפענעס אייוועלט איז אסור און פארטיג.