Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מאכען חתונות גרעיט עגעין MCGA

מאכען חתונות גרעיט עגעין MCGA

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11589
דינסטאג יוני 20, 2017 10:29 am#376041
מאכען חתונות גרעיט עגעין MCGA
זייענדיג אין דער חתונה סיזאן, וויל איך מעורר זיין פאר מחותנים א פאר עניינים וואס קען מאכען די חתונה געשמאקער פאר די געסט.

א. היינטיגע צייטען איז שווער צו בעטען פון צו פיהל מענטשען צו זיצען ביי א חתונה פון אנהייב ביזען סוף. מענטשען יאגען זיך, מע האט אנדערע שמחות, מע קען נישט זיצען יעדער נאכט וכדו'. אלזא וואלט געווען א פיינע עצה ווען יעדער חלק פון די מאלצייט זאל קענען זיין א גאנצע נאכטמאל. למשל, ביים פארשפייז, קען מען געבען חלות מיט א פאר דיפס, אז מע זאל קענען וואשען און טינקען און ווערען זאט נאר פון דעם אליינס. אין ארץ ישראל דוכט זיך אז מע פיהרט זיך אזוי. דער זופ קען קומען מיט קרעקערס וכדו', און מע קען ארויס לייגען א קוגעל דעמאלס אויך.

ב. די מוזיק. איך פארשטיי אז ביים טאנצען האט מען נישט קיין רעכט צו פאדערען צו אפילו בעטען אז די מוזיק זאל נישט זיין צו הויך. דער עיקר איז דער טאנצען און דער אלטיטשקע אויף דער זייט איז נישט קיין מאן דאמר צו מאכען שטילער פאר דער עיקר פון די חתונה. אבער ביים מאלצייט איז די מוזיק אפטמאל צו הויך פאר מענטשען צו שמועסען געמוטליך. אפשר קען מען איינטיילען די זאל אין חלקים, און דער וואס וויל שמועסען זאל כאטש האבען די ברירה צו גייען צום אנדערע זייט.

ג. טרינקען. פאר עפעס א סבה האט מען איינגעפיהרט מאדעס אין די טרינקאכץ, וואס נעמען בכלל נישט אין באטראכט דאס וואס דער עולם וויל. איך בין געווען ביי א פענסי חתונה און מע האט נאר געגעבען סעלצער, וואסער און וויין. ביי רוב נארמאלע חתונות גיבט מען פאונטעין סאדע, נאר פון קאוק און דייעט קאוק. סעפאלט קיינעם נישט ביי אז מעוויל נישט דער קאפין אזוי שפעט ביי נאכט? און דער וואס וויל טרינקען נאך די פלייש עפעס אראפ צו ווישען די שמאלץ קען דאס נישט טוהן מיט וואסער, און וויין איז א פראבלעם פאר דער וואס וויל דרייווען. מע קען געבען זאפט, אנדערע סאודעס, און אן אויסוואל. לאז אפ מיט די פאונטעין סאדעס און לייגט'ס קליינע פלעשלעך פון קאלטע טרינקאכץ, ולכם תהיה צדקה.

ד. די וואס קומען צום חתונה נאך נאכט מאל טרעפען זיך עסען נאך א סעודה ווייל סע איז דארט אויפען טיש. ווען מע וואלט געלייגט פרוכט צו עפעס לייכט צו עסען, וואלט מען ארויס געהאלפען דער געזונט צושטאנד פון די געסט נישט צו עסען מער ווי סעאיז גוט פאר זיי.

דאס זענען עצות וואס סע פאלט מיר ביי, ותן לחכם ויחכם עוד.
דינסטאג יוני 20, 2017 10:58 am#376044
באלד וועט זיין א חתונה ניט מער ווי א שלום זכור, אפאהר באנדלעך, ביער, קוגלען, וזהו
דינסטאג יוני 20, 2017 12:57 pm#376075
וואכנאכטס ווערן חתונות, און חתונות ווערן וואכנאכטס.



עין הרע כולל מאכט געלט פון ביידע.
דינסטאג יוני 20, 2017 5:01 pm#376109
תורה ומדע האט געשריבן:באלד וועט זיין א חתונה ניט מער ווי א שלום זכור, אפאהר באנדלעך, ביער, קוגלען, וזהו

הלואי.
דינסטאג יוני 20, 2017 6:53 pm#376128
Re: מאכען חתונות גרעיט עגעין MCGA
וואס איז דער הלואי? איין סעודה וואס האט שוין יא א מקור אין די תורה, דארף מען פונקט דאס מבטל זיין?

ווייסט וויפיל הלכות זענען געבויט אויף דעם כלל פון אין אדם טורח בסעודה ומפסידה?
מיטוואך יוני 21, 2017 5:54 am#376231
מפוזרי האט געשריבן:וואס איז דער הלואי? איין סעודה וואס האט שוין יא א מקור אין די תורה, דארף מען פונקט דאס מבטל זיין?

ווייסט וויפיל הלכות זענען געבויט אויף דעם כלל פון אין אדם טורח בסעודה ומפסידה?

איז עסן ערב יום (כ)פורים נישט קיין דאורייתא? א סיום אין די ניין טעג איז נישט הלכה למשה מסיני? א סעודה לעילוי נשמת ר' ישעיה'לע? א מקור אין דער תורה, אט דאס שיינט צו זיין דער פראבלעם מיט'ן אנולירן דאס בילקעלע מיט זויער-פיקל!
מיטוואך יוני 21, 2017 8:34 am#376236
איז נישט עסן פיש שבת א חיוב? און וואס האבן חז"ל געטון ווען עס זענען געווען מייקרי שער?
מיטוואך יוני 21, 2017 9:08 am#376241
Re: מאכען חתונות גרעיט עגעין MCGA
ניין, סעודת חתונה קומט פאר שבת'דיגע פיש און סעודת עיו"כ וכ"ש אלע אנדערע אויסגערעכנטע.
קוק אריין אין מס' כתובות ווי רש"י איז מסביר די באדייט פון די שבע ברכות, וועסטו זען עד היכן הדברים מגיעים.

און אוודאי איז א מצוה גדולה איינצוימען די היינטיגע פארשווענדערישע סטיל, אבער דו ווילסט דאך נאר ארבעס מיט ביר!
א געוואשענע פליישיגע סעודה פאר מינומים א מנין אידן, איז א מוז. נישטא ביי אידן נאך אזא מחייב.
מיטוואך יוני 21, 2017 9:22 am#376243
כפול
מיטוואך יוני 21, 2017 9:24 am#376244
דער פותח האשכול זוכט צו מאכען געשמאקער פאר די געסט, קומען די מגיבים און ווילען קאלייע מאכען.

מ׳דארף פארענטפערען, הא בדאית ליה, הא בדלית ליה. אן ארימאן איז איין זאך, אבער א גביר וואס וויל מאכען שיין און געשמאק פאר זיין געסט, האט מען דא אפאר עצות. אדער נישט, טאמער מ׳דינגט זיך.
מיטוואך יוני 21, 2017 10:43 am#376258
90% פון אידען קען זיך ניט ערלויבען חתונה מאכן פאר 75 טויזענט דאללער א צד. מען בארגט און מען לעבט אויף קארטלעך רח"ל. לעולם וואלט מען געדארפט גוזר תענית זיין אויף דעם.
לענ"ד דארף מען זעהן מצמצם צו זיין, דער גאנצער כלל צוזאמען, און איינמאהל פאר אלעמאהל מסיר זיין דער מכשול הגדול פון לוקסוס מתוכינו . וואס וואלט שלעכט געווען א חתונה איז געפראוועט ווי א וואכטנאכט אזוי ווי עס איזט נהוג אין ארץ ישראל?
ענשטאטס דרשן'נען פונעם אינטערנעט זאללען די רבנים זיך באנעמען מיט דאס גרעסטע און ערגסטע מחלה בתויכנו הנקראת לוקסוס.
דאנערשטאג יוני 22, 2017 11:50 pm#376594
די רבנים האבן אויך ווייבער.
דאנערשטאג יוני 20, 2019 10:09 am#432136
איך קלער, אז מ'זאל איינפירען א שלאס אויף חתונה זאל'ן. מ'זאל אנהויבען די חופה אין א געוויסע צייט, און יעדער וואס איז דארט איז דארט פאר די נאכט, און יעדער וואס איז נאכנישט אנגעקומען זאל בלייבען אינדערהיים. ווייניגער מענטשען וועלן זיך באטייליגען, אבער די השתתפות וועט זיין הונדרעט פערצענט.
דאנערשטאג יוני 20, 2019 2:29 pm#432150
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך קלער, אז מ'זאל איינפירען א שלאס אויף חתונה זאל'ן. מ'זאל אנהויבען די חופה אין א געוויסע צייט, און יעדער וואס איז דארט איז דארט פאר די נאכט, און יעדער וואס איז נאכנישט אנגעקומען זאל בלייבען אינדערהיים. ווייניגער מענטשען וועלן זיך באטייליגען, אבער די השתתפות וועט זיין הונדרעט פערצענט.

בד"א ביי די ליטוואקעס מיט די אינדאר חופות, אבער ביי אונז חסידים העט עס נישט ארבעטן
דאנערשטאג יוני 20, 2019 3:32 pm#432151
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך קלער, אז מ'זאל איינפירען א שלאס אויף חתונה זאל'ן. מ'זאל אנהויבען די חופה אין א געוויסע צייט, און יעדער וואס איז דארט איז דארט פאר די נאכט, און יעדער וואס איז נאכנישט אנגעקומען זאל בלייבען אינדערהיים. ווייניגער מענטשען וועלן זיך באטייליגען, אבער די השתתפות וועט זיין הונדרעט פערצענט.


וואס גייט דיר אן אז יעדער קומט ווען מען קען?
פארוואס בוסטו נאר צופרידן אויב מען געבט דיר אוועק דעם גאנצן נאכט?
דאנערשטאג יוני 20, 2019 4:45 pm#432154
טראכט אריין א מינוט וויאזוי עס וואלט אויסגעקוקט. יעדער וואס איז דארט, איז אין גאנצען דארט. א קלענערע עולם, אבער אלע פראווען צוזאמען אינאיינעם, קיינער אנטלויפט נישט, קיינער זוכט נישט עפעס אנדערש צו טון. די שמחה איז פיל מער, די אהבה ואחוה ורעות איז פיהל מער, און דאס איז די שמחה אויף וואס חז"ל רעדן.

לעומת היינט, ווי מ'קומט יוצא צו זיין, מ'ציילט די מינוטן ביז מ'האט שוין יוצא געווען, און דער מחותן דארף נאך צאלען טבין ותקילין פאר מענטשן וואס ווילען נישט דארט זיין.
דאנערשטאג יוני 20, 2019 5:06 pm#432155
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:טראכט אריין א מינוט וויאזוי עס וואלט אויסגעקוקט. יעדער וואס איז דארט, איז אין גאנצען דארט. א קלענערע עולם, אבער אלע פראווען צוזאמען אינאיינעם, קיינער אנטלויפט נישט, קיינער זוכט נישט עפעס אנדערש צו טון. די שמחה איז פיל מער, די אהבה ואחוה ורעות איז פיהל מער, און דאס איז די שמחה אויף וואס חז"ל רעדן.

לעומת היינט, ווי מ'קומט יוצא צו זיין, מ'ציילט די מינוטן ביז מ'האט שוין יוצא געווען, און דער מחותן דארף נאך צאלען טבין ותקילין פאר מענטשן וואס ווילען נישט דארט זיין.



איך זעה נישט דיין אויפטוה בכלל. יעדע מענטש האט חברים און נענטערע חברים, און מען בלייבט ביי א שמחה לויט וויפיל עס פאסט פארן relationship.
א כלה מעג באקומען א מזל טוב פון א שכינה וואס האט זיך באמיט אריבערצוקומען, און אוודאי בלייבן די נאנטע מענטשן ביי די גאנצע שמחה.
איך זעה נישט וויאזוי באצווינגען מענטשן אפצוזיצן ביי איינעם 7-8 שעה איז לטובת די חתן כלה אדער די געסט.
דאנערשטאג יוני 20, 2019 5:23 pm#432156
עס דארף נישט זיין 7-8 שעה. עס איז גאר עפעס אנדערש.

דו קוקסט עס אן מיט די יעצטיגע אויגען, נאר מיט א פארשפארטן טיר. איך זאג דיר עס וואלט אינגאנצען אנדערש אויסגעקוקט.
זונטאג יוני 23, 2019 5:12 pm#432230
אישתישבי האט געשריבן:די רבנים האבן אויך ווייבער.

און אויך אינטערנעט...
דינסטאג יוני 25, 2019 2:36 am#432296
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:די רבנים האבן אויך ווייבער.

און אויך אינטערנעט...


און ס'דא וואס האבן ווייבער אויף די אינטערנעט..