קורקלענד האט געשריבן:שבת אחים אבער ווען די קוקסט אויף די 'אקטואלע נומערן' וועסטו זעהן אז א רעדוקציע אין רעליגיע איז נישט קיין שום מעלה. עס ברענגט נישט צופיל גוטס.
א לעבן אונטער רעליגיע ברענגט מער צופרידענהייט וכדו'.
על כל פנים דאס איז נישט קיין לדעתי. נאר איך האב אמאל געליינט ערענסטע שטודיעס אויף דעם.
@איש עברי איר זאגט ערענסטע דברים של טעם. איך בין נישט איבערצייגענד אז יענע חילוני האט אט דאס געמיינט. איר שרייבט מער צו דער זאך ווי איהם.
״כהאב אמאל געליינט״ העלפט מיר נישט, לאמיר ביטע זעהן די שטודיעס און נאכדעם וועלן מיר רעדן ווייטער. דערווייל פארשטייט יעדער נארמאלע מענטש פארקערט. גלייבן אין עפעס בלינדערהייט מאכט נישט קיין מענטש בעסער. כמעט אלע מחלוקות און קריגערייען זייט די וועלט שטייט איז געקומען ווייל מ׳האט געגלייבט אין עפעס...
אפילו קאמיוניזם איז דער פראבלעם געוועהן אז זיי האבן געגלייבט אז אויב מ׳וועט נאר אפהארגענען און אויסרייסן אלע שלעכטע ״דערנער״ וועט די וועלט זיין ממש א גן עדן, אריינגערעכנט אויסרייסן יעדעמס רעליגע און אידיאלגעס חוץ זייער אייגענע בעלאוני.
אלע גרויסע וועלטליכע פראבלעמען כמעט שטאמט פון ארגאנייזט רעליגע און די מערסטע רשעות, רציחה, און בלוט איז פארגאסן וועגן רעליגע, יעדער חדר-יונגל וואס האט שוין געלערנט קמץ בית ווייסט דעס, איך האב עס ערגעץ געליינט, נישט אויף איין פלאץ, נאר וועלכע היסטאריע בוך די כאפסט אן וועסטו זיך אנשטויסן מיט הריגות און רציחות פון איין גלויבן צום צווייטן...
און נישט אלע זענען פעיק ניוס... סאיז דאקיומענטירט געווארן... קיינער לייקענט דאס נישט. פארשטייט זיך אז יעדער פוינט די פינגער אויף די צווייטע רעליגע אז זיי זענען די שולדיגע, די ארונים שרייען אז די זאלונים זענען שולדיג און די פאלעסטינער שרייען איז די ישראלים זענען שולדיג, די בלעימען געים איז אין פולן קראפט...אייביג איז יענע רעליגע שולדיג, ח״ו נישט די אייגענע.
מענטשען וואס לעבן אינטער רעליגע לעבן ״נישט״ מעהר א צופרידנע לעבן... צופרידנהייט און גליקליכקייט איז נישט פארבינדען מיט רעליגע, סהאט צוטהן מיט די מענטש אליינס און זיין בליק אויף לעבן... און מיט נאך אסאך אנדערע זאכן, אבער סתם ווייל מאיז צוגעווינט צו א געוויסע לעבן פון קינווייז אן מאכט נישט יענעם מעהר פרייליך ווי איינער וואס איז אויפגעוואקסן סעקיולער.
שטותים מיט לאקשן, וואס מ׳קען קלאר אויפווייזן אלץ פאלש און ריינע רעליגעזע און אנטי-סעקיולער פראפעגאנדא...!