Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » חידות בתנ"ך

חידות בתנ"ך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
21 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 46 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11633
דאנערשטאג יולי 13, 2017 2:47 pm#378962
אלגעמיין האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:שווער צו גוגל'ן אזא ווארט. שטייט צופול מאל "אתה". תורה דוקא אדער תנ"ך?


גוגל וועט דיר קיין סאך נישט העלפן איו דעם פאל...
דארפסט זיך באניצן מיטן אלט-מאדישן מיטל, פשוט אפלערנען די וואכעדיגע פרשה מיט מפרשים :cry: .


שוין, האסט דאך פראבירט, פאלגענד איז די תשובה:
ושם אשת עמרם יוכבד בת לוי אשר ילדה "אתה" ללוי במצרים - במדבר/פנחס כ"ו נ"ט
מפרשים\מדרש זאגט אז דאס איז געווען איר נאמען.
דאנערשטאג יולי 13, 2017 2:49 pm#378963
כמו שאמרתי, במדבר כו' נט
דאנערשטאג יולי 13, 2017 5:34 pm#378985
וועלכע עונש פון די תורה - ווען איינער איז חוטא ח"ו -
איז תלוי בנס?
דאנערשטאג יולי 13, 2017 5:47 pm#378988
קנאים פוגעין בו?
דאנערשטאג יולי 13, 2017 6:04 pm#378990
Re: חידות בתנ"ך
סוטה
דאנערשטאג יולי 13, 2017 7:16 pm#379004
קל וחומר האט געשריבן:סוטה



פיין!

ביי השקאת סוטה אין פרשת נשא\במדבר ה', כ', שרייבט דער רמב"ן א דבר נפלא:
והנה אין בכל משפטי התורה דבר תלוי בנס זולתי העניין הזה,
שהוא פלא ונס קבוע שיעשה בישראל בהיותם רובם עושים רצונו של מקום, וכו'"
דאנערשטאג יולי 13, 2017 8:44 pm#379019
Re: חידות בתנ"ך
יעצט זיך מתבונן געווען אז דער רמב"ן איז מדויק מיטן שרייבן 'נס קבוע', ווייל נדב ואביהוא, קורח ועדתו האבן געקריגן זייער עונש דרך נס, ס'איז אבער נישט קבוע!
דאנערשטאג יולי 13, 2017 8:49 pm#379020
אזמין לסעודתא...
די חברי' איז מכובד ארויף צו ברענגן פרישע סחורה
דאנערשטאג יולי 13, 2017 11:50 pm#379032
אלגעמיין האט געשריבן:וועלכע עונש פון די תורה - ווען איינער איז חוטא ח"ו -
איז תלוי בנס?


וואלט היינט געווען פורים וואלטעך אזוי געזאגט

ויבא העם אל משה ויאמרו חטאנו כי דברנו בה' ובך התפלל אל ה' ויסר מעלינו את הנחש ויתפלל משה בעד העם ויאמר ה' אל משה עשה לך שרף ושים אתו על נס והיה כל הנשוך וראה אתו וחי...

דער נחש איז געווען תלוי על הנס.
פרייטאג יולי 14, 2017 12:05 am#379034
וואלווי האט געשריבן:
אלגעמיין האט געשריבן:וועלכע עונש פון די תורה - ווען איינער איז חוטא ח"ו -
איז תלוי בנס?


וואלט היינט געווען פורים וואלטעך אזוי געזאגט


דער נחש איז געווען תלוי על הנס.


ערשטענס די שמות הק' גיב אכטונג.
צום ענין, עס ברויך נישט זיין פורים פאר דעם...עס איז טאקע געווען א נס.
ווי @קל וחומר האט פריער דערמאנט איז געווען נאך עונשים בדרך נס, ס'איז אבער נישט א 'נס קבוע' וואס מ'וועט ווייטער טוען.
ס'נאר געווען אן איינמאליגע זאך.
פרייטאג יולי 14, 2017 2:52 am#379042
אלגעמיין האט געשריבן:ערשטענס די שמות הק' גיב אכטונג.

געמאכט ק"פ פון די פסוק אן באמערקען די שמות הק'. שטעלטס זיך די שאלה ווי אזוי פארעכט מען עס אז חברנו היקרים וואס הויערען באתר די ביה יחדון רוחין ונפשין זאלען נישט נכשל ווערען בקדושת השם במקום שאין מכניסין?

אלגעמיין האט געשריבן:צום ענין, עס ברויך נישט זיין פורים פאר דעם...עס איז טאקע געווען א נס.
ווי @קל וחומר האט פריער דערמאנט איז געווען נאך עונשים בדרך נס, ס'איז אבער נישט א 'נס קבוע' וואס מ'וועט ווייטער טוען.
ס'נאר געווען אן איינמאליגע זאך.


גערעכט. כונתי לתיבות אלו "ושום אותו על נס".
פרייטאג יולי 14, 2017 12:08 pm#379057
וועלכע 2 אותיות זענען קיינמאל נישט איינס נעבן צווייטן אין גאנץ תנ"ך?
פרייטאג יולי 14, 2017 12:16 pm#379058
Re: חידות בתנ"ך
סצ?
זצ?
פרייטאג יולי 14, 2017 12:37 pm#379063
גט
פרייטאג יולי 14, 2017 2:04 pm#379080
איש חזון האט געשריבן:גט


צוגטראפן!

דער גר"א ברענגט צו אין דברי אליהו דאס בייגעלייגטע.
(@קל וחומר איז ווארשיינדליך אויך גערעכט, אבער עכ"פ דאס האט א סיבה דערצו)

* * * * * *
פרייטאג יולי 14, 2017 2:17 pm#379081
Re: חידות בתנ"ך
שיינע ידיעה. אבער דאס איז נישט קיין סיבה, אדרבה מ'רופט עס גט ווייל ס'שטייט קיינמאל צוזאמען.
טא, קען דאך א גט ווען הייסן סצ אדער זץ.

Sent from my SM-G800F using Tapatalk
פרייטאג יולי 14, 2017 2:54 pm#379085
ATUB @אלגעמיין ATUB ביסט פיינע נייעס!
פרייטאג יולי 14, 2017 7:36 pm#379122
נעגעל וואסער האט געשריבן:שיינע ידיעה. אבער דאס איז נישט קיין סיבה, אדרבה מ'רופט עס גט ווייל ס'שטייט קיינמאל צוזאמען.
טא, קען דאך א גט ווען הייסן סצ אדער זץ.

Sent from my SM-G800F using Tapatalk


לערן דעם געדאנק פון אנהייב. ס'שיינער דערהער.
בצחות גערעדט, אויב האט דאס צוטוען מיט די 12 שורות (בגי' גט) וואס מ'שרייבט,
דאן שטעלט אייך פאר וואס וואלט זיך אפגעטון ביים שרייבן א 'סצ' אדער 'זץ'...
אפשר וואלט מען לכ' דעם צוויי מאל געטראכט פארן זיך סצ'ן אדער זץ'ן...
מוצ"ש יולי 15, 2017 11:32 pm#379132
די מערסטע ה'ס איינס נעבען אנדערן אין תנ"ך?
מאנטאג יולי 17, 2017 12:44 am#379227
מיש-נייעס האט געשריבן:די מערסטע ה'ס איינס נעבען אנדערן אין תנ"ך?


תהילים קמח?
מאנטאג יולי 17, 2017 12:56 am#379228
א פסוק אין תהילים, די ערשטע ווארט האט 2 אותיות, די 2'טע 3,
3'טע 4, די 4'טע 5, די 5'טע 6 און די 6'טע 7 אותיות?