Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » רעדן מיר אידיש אדער ענגליש?

רעדן מיר אידיש אדער ענגליש?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11635
מיטוואך יולי 12, 2017 7:56 pm#378847
רעדן מיר אידיש אדער ענגליש?
אויב איר האט נאכנישט באמערקט ס'רוב פון אונזערע אריגינאלע אידישע ווערטער זענען דאס זעלבע ווי ענגליש,

איך רעד נישט דא יעצט פון די אריינגעמישטע ווערטער, ווי לייט, באלב, קאר, סטעפ'ס, גארבידזש, שאפינג, וואקן, קראסן, הייווועי, באבל, וכו' וכו'

נאר די אריגענעלע אידישע ווערטער זענען כמעט אלע ענדליך צו ענגליש.

הייב אן סיי וועלכע שמועס און צייגט אייך איבער אז רוב ווערטער זענען ממש ענגליש, און די גרעסערע חלק זענען וועטער וואס ענדלן זייער שטארק צו ענגליש, זעהט אויס אז דייטש איז במקור א שוועסטער שפראך פון ענגליש.
מיטוואך יולי 12, 2017 8:39 pm#378857
אלע נומערן פון איין ביז הונדרעט זענען די זעלבע ווי ענגליש
מיטוואך יולי 12, 2017 8:58 pm#378861
מיש נייעס: ס'הייסט אז א איד וואס קען נישט קיין ענגליש קען אריינגיין אין סיי וועלכן סטאר (אנטשולדיגט, געשעפט) אין אמעריקע און פארלאנגען צו קויפן סיי וואס אויף די אידישע שפראך, און מ'וועט איהם פארשטיין. א ראיה צו דיינע ריכטיגע ווערטער האב איך. ומעשה שהיה. ס'איז אמאל געפארן א באס מיט חסידים אונטערוועגנס. אינמיטן וועג האט מען געמאכט א סטאפ. און אן ארץ ישראל'דיגער איד, א וויזשניצער חסיד, האט געוואלט קויפן א קאווע. האט ער געזאגט אויפ'ן היימישן מארמארישן אידישן לשון..."עך דארף א קאווע"...האט איהם די פארקויפערין געפרעגט אין ענגליש..."דו יו וואנט מילק"? האט ער געענטפערט. ניין. מעלעך דארף עך נישט. עך האב מעלעך... :lol:
מיטוואך יולי 12, 2017 8:59 pm#378862
די סיבה איז פשוט.
ענגליש איז נשתלשל געווארן פון אלט דויטש, די זעלבע שפראך פון ווי אידיש שטאמט.
מיטוואך יולי 12, 2017 8:59 pm#378863
Re: רעדן מיר אידיש אדער ענגליש?
ענגליש איז טאקע פון די גערמאנישע שפראך-פאמיליע.
מיטוואך יולי 12, 2017 9:03 pm#378866
ההשתלשלות
מוצ"ש יולי 15, 2017 11:28 pm#379131
פריש וואסער האט געשריבן:ההשתלשלות


יישר כח פריש פאר'ן ברענגן דעם טאוועל
זונטאג יולי 16, 2017 12:11 am#379134
מיש-נייעס האט געשריבן:
פריש וואסער האט געשריבן:ההשתלשלות


יישר כח פריש פאר'ן ברענגן דעם טאוועל

For bringing the
דינסטאג נאוועמבער 13, 2018 4:35 pm#416587
מיש-נייעס האט געשריבן:אויב איר האט נאכנישט באמערקט ס'רוב פון אונזערע אריגינאלע אידישע ווערטער זענען דאס זעלבע ווי ענגליש,

איך רעד נישט דא יעצט פון די אריינגעמישטע ווערטער, ווי לייט, באלב, קאר, סטעפ'ס, גארבידזש, שאפינג, וואקן, קראסן, הייווועי, באבל, וכו' וכו'

נאר די אריגענעלע אידישע ווערטער זענען כמעט אלע ענדליך צו ענגליש.

הייב אן סיי וועלכע שמועס און צייגט אייך איבער אז רוב ווערטער זענען ממש ענגליש, און די גרעסערע חלק זענען וועטער וואס ענדלן זייער שטארק צו ענגליש, זעהט אויס אז דייטש איז במקור א שוועסטער שפראך פון ענגליש.


דאס איז ווייל דו קאנסט נישט קיין אידיש. איך מיין נישט דיר פראזענליך נאר רוב מענטשען היינט די אלע ווערטער ווי אויך אנדערע איז דא אין אידיש
דינסטאג נאוועמבער 13, 2018 4:53 pm#416589
Re: רעדן מיר אידיש אדער ענגליש?
נאז nose, ווארט word, נאכט ליכט לאמפ פייער גוט האנט פריינט איינס צוויי דריי פיהר פינף זעקס זיבן אכט ניין צען ואטו כי רוכלא.
דינסטאג נאוועמבער 13, 2018 8:50 pm#416593
פריש וואסער האט געשריבן:די סיבה איז פשוט.
ענגליש איז נשתלשל געווארן פון אלט דויטש, די זעלבע שפראך פון ווי אידיש שטאמט.

פריש וואסער: וכל מאן דבעי למידע. כ'מיין אז איך האב עס שוין דא פארציילט. מיט א א לאנגע צייט צוריק ביניך געווען אין א פעקטארי פון א גוי וואס האט געשטאמט פון דייטשלאנד.דאס איז נאך געווען א סאך פאר די תקופה פון די סעללפאונס, שטייצעך. פאר איך בין אוועקגעגאנגען פון זיין אפיס. האביך איהם געפרעגט אויב איך קען מאכן א פאון קאלל. איך האב גערעדט צו מיין מאמע. און געפרעגט אויב זי האט א שליסל פון די הויז. ווען איך האב געענדיגט דעם פאון קאלל, פרעגט מיך דער גוי וועלכע שפראך איך האב גערעדט. האביך איהם געזאגט...אידיש...! זאגט ער פאר מיר אז אין עסטרייך איז דא א געוויסע געגנט וואו אלע איינוואוינערס רעדן אזוי...!
דינסטאג נאוועמבער 13, 2018 9:17 pm#416595
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:https://youtu.be/YRUpCMyFAEc

https://www.youtube.com/watch?v=2OynrY8JCDM

רביה"ק זי"ע: (ביי דע וועי.איך מיין אז רבינו הק' לעבט ב"ה גאנץ פיין אויף ביידע באקן.) נאר צו געבן א קליינעם סעמפל פון וואס דער בעל דבר רעדט אין דעם צווייטן קליפ...ער טענה'ט (בתוך הדברים) אז די מער פארמאלע שפראך אין ענגליש שטאמט פון פראנצויזיש. און די טאג טעגליכע (פראסטע) שפראך אויסדרוקן שטאמען פון דייטש...! למשל, דער ווארט שאופער. שטאמט פון פראנצויזיש. דאס מיינט א הייצער.. אויף די אלטע באנען לאקאמאטיוון וועלכע זענען געפארן מיט סטיעם, איז געווען אויסער'ן דרייווער/ענדזשיניער א ..."הייצער"/שאופער. וואס מ'רופט אין ענגליש א..."פייערמען":... און אויף די טאג טעגליכע שפראך זאגט מען א ..."דרייווער"... פון לשון ..."טרייבער"... בעל עגלה...!

לגבי אידיש. טענה איך שוין פון לאנג אז די אידישע שפראך פארמאגט. אויסער בערך א 12% סלאווישע ווערטער. אויך בערך א 15-20% ווערטער וועלכע שטאמען פון פראנצויזיש. נאר אונז היימישע אידעלעך האבן עס שוין אזוי שטארק פארבויגן און פארדרייט, אז מ'דערקענט עס שוין כמעט נישט. נעם למשל אזא פאפולאר ווארט ווי..."טשולענט"...דאס איז א צוזאמענשטעלל פון 2 פראנצויזישע ווערטער. שאו-לענט. פי' הייס. און שטאאט. (גוגל זאגט עס מיט א דלי"ת צום סוף.) ...Cheaud-Lent...!

אדער אזא עכט סאטמאר'ע ווארט ווי ..."לעוואר"...דאס שטאמט אויך פון פראנצויזיש...Laveur...א וואשונג כלי...!

איך קען האלטן א דיסערטאציע פון עטליכע פעידזשעס. נאר דער עולם האט נישט קיין געדולד. וועט עס געניג זיין פאר איצט...!
מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 7:54 pm#416649
Re: רעדן מיר אידיש אדער ענגליש?
בערעלינו: גיי אן, מיר ווארטן אויף נאך.
מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 9:14 pm#416655
או. קעי.: לבקשת הרבים. (לאמיר האפן)...!

ס'איז דא א ווארט וואס א יעדער אונגערישער/סאטמאר'ער איד ווייסט..."זשאנדאר"...א מין שטרענגער פאליסמאן...!דאס נעמט זיך פון פראנצויזיש...!
Gen d'





















































סאררי: כ'האב געדרוקט דעם ראנג באטטאן...."זשאנדאר"...א מין שטרענגער פאליסמאן. דאס שטאמט פון פראנצויזיש...!
Gend'Arme= A man of Arms...!

אויך: די אונגערישע אידן זאגן...אויף אן אומגליק, רח"ל...."מעלעיר"... in French...Mal Heure= a bad time.

דאס זייער פאפולערע אידיש ווארט..."בייגל"...נעמט זיך אויך פון פראנצויזיש... א רינג/ל אויף פרענטש הייסט...Bague = ring...!

די פוילישע אידן רופן טאמעיטאס..."פאמידארן"...ד.מ. גאלדענע עפל...Pomme d'Or...= Golden Apple

אז מ'שטודירט שפראכן איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז אויף ספאניש איז דא א סאך ווערטער וועלכע האבן זייער שורש אין לשון הקודש...למשל דער ווארט..."Medida"...= measure/size... has a Hebrew origin...מדידה/מידה...!

א ווארענונג וועגן א סכנה. א געפאר הייסט אין ספאניש...Peligro...Danger...פליג רע...= א נישט גוטע (געפערליכע) רייזע...!
פרייטאג דעצעמבער 07, 2018 12:06 am#418178
זייער אינפארמאטיוו און אינטערעסאנט. (פאר ווער ס'האט ליב היסטאריע און שפראך)
אויפ'ן שפיץ גאפל איז ער מסביר אז ענגליש איז א פראדוקט פון הונדערטער יארן וואס פרעמדע פעלקער האבן זיך אויסגעמישט מיט די ענגלישע, וואס אויסער דעם וואס זיי האבן נישט געקענט קיין ענגליש, האבן זיי נישט געהאט אזא גוט'ן חיתוך הדיבור. איז ארויסגעקומען פון דעם אזא מין פארוואסערטע צומישטע שפראך מיט פיל פארשידענארטיגע אויסדריקן וואס איז זייער גרינג זיך אויסצולערנען.

עוד בנושא האשכול.
זונטאג דעצעמבער 09, 2018 1:46 pm#418279
זונטאג דעצעמבער 23, 2018 8:02 pm#419705
דינסטאג יאנואר 01, 2019 8:44 pm#420855
כל לשון נבואה, אדם המכריז ומשמיע לעם דברי תוכחות. והוא מגזרת ניב שפתים... ובלע״ז קורין לו פריידיג״ר (רש"י שמות ז,א).
דינסטאג יאנואר 01, 2019 9:03 pm#420861
רביה"ק זי"ע: דאס איז גראדע א דייטשע טרענסלעישן פון רש"י הק'. רש"י, ווי באוואוסט האט געשריבן די מערסטע טרענסלעישנס אין פראנצויזיש. נאר א געווויסן פראצענט (א קליינעם פראצענט.) האט ער געשריבן אין אנדערע שפראכן. אזוי ווי ענגליש. דייטש, און ספאניש. אין די סלאווישע שפראכן האט ער נישט געשריבן. ס'זעהט אויס אז אין די געגנט וואו רש"י האט געוואוינט האט מען אינגאנצן נישט געהערט אדער געהערט אט די שפראכן...!

אין אנהייב ספר ירמיה אין נ"ך איז דא א פסוק ווי דער מלאך פרעגט ביי ירמיה הנביא וואס ער זעהט. און ירמיה ענטפערט איהם..."אני רואה סיר נפוח. זאגט רש"י אויף דעם ..."בוילינ"ק"... א טאפ וואס קאכט. אין מס' גיטין וואו די גמרא רעדט וועגן א מאנטל. גלימא. בלשון הגמ'. זאגט רש"י ..."קויטא"... בלע"ז. אויך אין מס' שבת, וואו די גמ' רעדט וועגן שפילו באלל אום שבת. זאגט רש"י פילוט"א בלע"ז... דאס הייסט א באלל אויף ספאניש...!..."Pelota"...= ball in Spanish...!
דינסטאג יאנואר 01, 2019 9:19 pm#420868
ס'דא וואס זאגן אז דער שפראך "לעז" וואס רש"י דערמאנט איז געווען א געמיש פון אפאר שפראכן.
דינסטאג יאנואר 01, 2019 9:41 pm#420871
רביה"ק זי"ע: דאס ווארט ..."לעז"... איז אין שורש טייטש א פרעמדע שפראך...! אזוי אז דאס ווארט בלע"ז איז נישט קיין ראשי תיבות. נאר ענדערש א קוואוטעישן מארק. אין די צייטן פון רש"י האט מען דאס גענוצט אלס קוואוטעישן מארק...!

א ראיה צו דעם קענסטו זעהן אז (כ'מיין אין פ' בהעלותך) וואו רש"י טוט טרענסלעיטן א גאנצן פסוק פון חומש אויף פראנצויזיש. (ס'איז שוין געווארן דיסקוטירט אין דעם אשכול פון די בלע"ז'ן פון רש"י) איז א יעדעס ווארט געשריבן מיט אויבערשטרעכלעך. און דאס זענען נישט קיין ראשי תיבות. נאר ענדערש קוואוטעישן מארקס...!
זונטאג יאנואר 06, 2019 3:05 am#421198
berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: דאס איז גראדע א דייטשע טרענסלעישן פון רש"י הק'. רש"י, ווי באוואוסט האט געשריבן די מערסטע טרענסלעישנס אין פראנצויזיש. נאר א געווויסן פראצענט (א קליינעם פראצענט.) האט ער געשריבן אין אנדערע שפראכן. אזוי ווי ענגליש. דייטש, און ספאניש. אין די סלאווישע שפראכן האט ער נישט געשריבן. ס'זעהט אויס אז אין די געגנט וואו רש"י האט געוואוינט האט מען אינגאנצן נישט געהערט אדער געהערט אט די שפראכן...!

אין אנהייב ספר ירמיה אין נ"ך איז דא א פסוק ווי דער מלאך פרעגט ביי ירמיה הנביא וואס ער זעהט. און ירמיה ענטפערט איהם..."אני רואה סיר נפוח. זאגט רש"י אויף דעם ..."בוילינ"ק"... א טאפ וואס קאכט. אין מס' גיטין וואו די גמרא רעדט וועגן א מאנטל. גלימא. בלשון הגמ'. זאגט רש"י ..."קויטא"... בלע"ז. אויך אין מס' שבת, וואו די גמ' רעדט וועגן שפילו באלל אום שבת. זאגט רש"י פילוט"א בלע"ז... דאס הייסט א באלל אויף ספאניש...!..."Pelota"...= ball in Spanish...!

רע״ב אין מסכת כלים זאגט די זעלבע זאך. זעט אויס אז ס׳איז א לאטייניש ווארט, פון וואו איטאליעניש און ספאניש שטאמען.
זונטאג יאנואר 06, 2019 6:26 am#421201
Judeo-french די שפראך פון רש"י.
זונטאג יאנואר 06, 2019 8:07 pm#421277
רביה"ק זי"ע: ייש"כ. דער וויקיפעדיע זאגט טאקע אז אין די יודעא צרפתי (פראנצויזיש) שפראך זענען דא זייער ווייניג היברו ווערטער. משא"כ. אין לאדינא. וואס איז א געמיש פון ספאניש מיט לשון הקודש ווערטער אויף א העכערן פראצענט. קומט אויס אז די ווערטער פון רש"י זענען אויף גאר א הויעכן פראצענט אריגינאלע ווערטער אין פראנצויזיש. נאר דער טעם פארוואס רש"י האט געברענגט פראנצויזישע ווערטער מיט לשון הקודש אותיות. אבער מיט דעם פראנצויזישן גראמאטיק און סינטאקס, האביך געהערט, איז ווייל רש"י האט נישט געוואלט אריינשרייבן לאטיינישע אותיות אין א חומש...! אבער דאס איז איינס פון די שוועריגקייטן וואס דער עוורידזש לערנער פון רש"י האט מיט דעשיפרירן די ..."מיסטעריעזע"... פראנצויזישע ווערטער. ווייל מ'ליינט דאס מיט דעם גראמאטיק פון לשוה"ק. אבער איינמאל מ'קען די-קאודן די בלע"ז ווערטער פארשטייט מען די מיינונג פון רש"י הונדערט מאל בעסער...!

איך וועלל נאר (איבער) ברענגען איין משל. פון פ' ויגש. וואו ס'שטייט אין פסוק .."וישמע בית פרעה"...זאגט רש"י אין זה בית ממש. אז מ'מיינט נישט בריקס פון פרעה'ס הויז האבן געהערט. נאר דאס הויזגעזונט. פי'. די אלע מענטשן וועלכע האבן זיך געדרייט ביי פרעה אין הויז. אזוי ווי די באדינערס...! ברענגט רש"י א ווארט מישנד"ה בלע"ז. קומען עטליכע אזוי גערופענע .."מפרשים"... אזוי ווי ארטסקראלל. און זיי זאגן ...(פאלש) פשט. אז אין אלט פראנצויזיש הייסט א הויז...מישנד"ה... דאס איז פאלש וועגן עטליכע טעמים. ערשטנס רש"י'ס פונקציע איז נישט צו דינען אלס א דיקשאנערי. און צווייטנס דאס געט גארנישט צו צום פשט...! נאר דער ריכטיגער פשט איז אין די היינטיגע גערעדטע שפראך. דאס איז א צוזאמענשטעל פון 2 ווערטער...Maison De...= The House of...!
Like saying..."The house of Windsor"... Does not mean the physical house of brick and mortar. But the people who are part of the household. Like the servants...!
זונטאג יאנואר 27, 2019 12:49 pm#423368
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:Judeo-french די שפראך פון רש"י.

רביה"ק זי"ע: איך בין א ביסל מחולק מיט וויקיפעדיע. (איך מעג?). נישט מיט אלעם. נאר מיט די באהויפטונג אז די פראנקא-אידישע שפראך ...צרפתית"...איז וואס רש"י ז"ל האט ארויסגעברענגט אין זיין פירוש על התורה. פאר א פשוט'ן טעם. ווייל די מערסטע ווערטער פון די בלע"ז קאטעגאריע שטימען מיט די היינטיגע מאדערן גערעדטע פראנצויזישע שפראך... די אלע ווערטער איבער וועלכע איך האב געשריבן, האביך פריער אדורכגעקוקט אין א גוטן פראנצויזיש-ענגלישן דיקשאנערי. און אויך דורך גוגל טרענסלעיט. און די מערסטע (99.9%) פאללן אריין אין די מאדערנע , קאנטעמפארערי פראנצויזיש...!

א קליינעם סעמפל פון אט די ווערטער אדער פסוקים. איז אין פ' וישב. אויפ'ן פסוק ..."ויט אליה יהודה". זאגט רש"י ..."דישטורני"ר"...דאס שרייבט מען אין פראנצויזיש...De(s)tourner = making a detour...!

אין פ' ויגש. אויפ'ן פסוק ..."וישמע בית פרעה"... זאגט רש"י לא בית ממש...און ער ברענגט דעם בלע"ז ווארט..."מישנד"ה"...דאס איז אייגנטליך 2 ווערטער...Maison De...which means...The House of...(Household of that family. Meaning all the servants. like cooks, janitors and stable minders.)

אויך וואו רש"י ברענגט בלעז"ן אויפ'ן גאנצן פסוק..."המבלי אין קברים במצרים"...האביך געטשעקט א יעדעס ווארט. און ס'איז צוגעפאסט צו די היינטיגע פראנצויזישע שפראך...!
זונטאג יאנואר 27, 2019 1:04 pm#423369
פון דער אנדערע זייט, זענען דא פיל ווערטער וואס רש"י ברענגט, וועלכע האבן נישט קיין שייכות מיט פראנצויזיש. לויט די טעאריע שטימט עס זייער גוט, פונקט אזויווי אידיש-דייטש איז בעצם דייטש, מיט אביסל פון אנדערע שפראכן, די זעלבע מיט אידיש-פראנצויזיש.
זונטאג יאנואר 27, 2019 1:26 pm#423371
רביה"ק זי"ע: אבער די אנדערע ווערטער וועלכע זענען נישט פראנצויזיש זענען קלארע ווערטער אין די אנדערע שפראכן וואס רש"י האט געשריבן. למשל ווי ספאניש און ענגליש. די סעמפל ווערטער פון ענגליש און ספאניש האביך שוין עטליכע מאל געברענגט. סיי אין נ"ך. אן סיי אין די גמרא.

אבער דאך. איין פאל וועלל איך ברענגען. די גמ' אין מס' כתובות (כ'מיין דף סא. ע"ב.) רעדט וועגן די ארבעט וואס א פרוי דארף טון אין שטוב. זאגט די גמ' אז אפילו אויב זי ברענגט אריין א סאך געלט. דארף זי נאכאלץ טון עפעס אן ארבעט כדי נישט צו צוקומען צו בטלה. ווייל בטלה מביאה לידי שיעמום. זאגט רש"י אז זי קען עוסק זיין אין דעם..."געים"... וועלכער הייסט ..."אישקקי"...דאס ליינט זיך נישט ווי איש-קאקי...לאל...!נאר דאס איז א פראנצויזיש ווארט פאר דעם שאך שפיעל. . הנקרא טשעסס...! מ'זאגט עס ארויס...עי-שעקק(ע)...!
Chess in French is called...Echeque...ay-sheque...!

דאס איז א ריין פראנצויזיש ווארט וואס ווערט ארויסגעזאגט מיט דעם פראנצויזישן גראמאטיק. כאטש ס'איז געשריבן מיט אל"ף בי"ת...!
זונטאג יאנואר 27, 2019 1:47 pm#423374
זיי טענהן אז רש"י האט נאר גענוצט איין שפראך, פונקט אזויווי אין אידיש זענען דא ווערטער פון שפאניש, ענגליש און א טוץ אנדערע שפראכן, אזוי איז אויך געווען מיט אידיש-פראנצויזיש. דאס שטימט אסאך בעסער ווי אז ער האט גענוצט יעדן מאל א צווייטן שפראך.
זונטאג יאנואר 27, 2019 2:58 pm#423380
רביה"ק זי"ע: ס'איז מעגליך אז דיין טעאריע איז ריכטיג. אבער דער פאקט איז אז די געמיש פון שפראכן איז נישט אויף קיין רעגולערן אופן. איך האב נישט קיין פונקטליכע סטאטיסטיקס וויפיהל פראצענט פון די ווערטער וואס רש"י איז מפרש זענען אין די 2 אנדערע שפראכן (ענגליש און ספאניש/לאטין). אבער ס'איז זייער א קליינער פראצענט. מסתמא נישט מער ווי איין פראצענט. אויב דיין טעאריע וואלט געווען ריכטיג. וואלט עס געדארפט צו זיין פיהל א העכערער פראצענט...!

אני הקטן האב אן אנדערע טעאריע. אז רש"י האט באקומען קארעספאנדענס פון די אנדערע מדינות. ווי ענגלאנד און שפאניע/איטאליע. און ער האט געענטפערט פאר די אנפרעגערס אין זייער לאנד'ס שפראך...!
זונטאג יאנואר 27, 2019 3:08 pm#423381
לעז בכלל האט זיך געהאלטן זייער שטארק צום אריגינעלן פראנצויזיש, ס'האט אפילו נישט געהאט קיין סאך ווערטער פון לשון הקודש. אנדערש ווי אידיש, וואס האט זייער אסאך ווערטער פון אנדערע שפראכן אריינגערעכנט לשון הקודש. ס'געווען בערך אזא בחינה ווי די יעקישע אידיש, וואס איז געווען כמעט ריין דייטש מיט אביסל א אידישן פלעוואר.
זונטאג אוגוסט 18, 2019 11:08 pm#434986
פארגלייך פון נייעס באריכטן אין די גערמאנישע שפראכן - ענגליש, דייטש, נעדערלאנדיש, שוועדיש, אפריקאנס, דעניש, נארוועגיש, אידיש, לוקסעמבורגיש, אייסלענדיש און פאראוער.
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:58 am#435010
רביה"ק זי"ע: זייער אינטרעסאנט: איך פארשטיי נישט די אלע שפראכן. אבער איך בין זיכער אז די אלע שפראכן אפילו זיי האבן ענליכקייטן איינע צו די אנדערער (גערמאנישע שפראכן) זענען אבער פון איין אינטעגראלער שפראך אדער דיאלעקט. אידיש איז אבער אנדערש. ווייל דאס באשטייט פון א געמיש פון פיהל פארשידנארטיגע שפראכן. וואס איז א סימפטאם און א צייכן פון די אידישע וואנדערונגען...!

די אונטערלאגע פון אידיש איז דייטש. מיט לשון הקודש ווערטער. און אויך א גרויסער פראצענט פון פראנצויזישע ווערטער (כאטש פארבויגן און פארדרייט פון די אריגינאלע אויסשפראך). אויך א געוויסער פראצענט פון סלאווישע ווערטער וואס די אידישע איינוואנדערער האבן אויפגעפיקט אין לויף פון די יארן...!
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 1:25 pm#435016
באמת שטאמען אלע שפראכן פון איין שפראך וועלכעס האט עוואלווט איבער טויזענטער יארן אויף טויזענטער שפראך-פאמיליעס, שפראכן און דיאלעקטן, צווישן די שיטות וואס איז געווען די דאזיגע ערשטע שפראך זענען לשה"ק, טאמיל, סאנסקריט, אראביש און proto-human language.
דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 8:23 pm#439807
List of English words of Yiddish origin

א גאנצע וויקיפעדיע בלאט! איינער איז געווען עכט לאנגווייליג. :lol: :lol: :lol: