מאנטאג יולי 17, 2017 2:40 pm#379305
חיים איצקאוויטש און די "נארמאלע מענטשן"
ס'איז ארומגעפארן א מעסעדזש פון חיים איצקאוויטש, ווי ער איז מסביר פארוואס ער האט זיך אנגענומען פאר די סיקריקים אין סאטמאר מאנסי, קעגן א יונגערמאן מיט א סמארטפאן וועמען זיי האבן ארויסגעווארפן פון ביהמ"ד. איצקאוויטש שטעלט זיך אהער ווי א "נארמאלער מענטש". ער איז נישט מסכים מיט דעם אנטי-סמארטפאן טעראר, אבער ער האט דאך געפילט אז ער דארף זיך אננעמען פאר די סיקריקים היות דער יונגערמאן האט גערופן פאליציי. איצקאוויטש האט ביי דעם פונקט אויסגערופן מיט פאטאס: "עד כאן!"
כ'ווייס נישט וואס די מעשה איז געווען, אבער אפילו זאל דער יונגערמאן געהאט געזאגט ליגנט פאר די פאליציי אז די סיקריקים האבן אים געשלאגן, דארף טאקע דער "נארמאלער מענטש" גיין זיך אננעמען פאר זיי? וואלט דער סיקריק זיך אנגענומען פאר דעם "קילן" יונגערמאן ווען א צווייטער סיקריק בא'עוול'ט אים?
און נאך מער, ווען איצקאוויטש וואלט מוחה געווען אויף דעם טאג-טעגליכן טעראר וואס די סיקריקים פירן אויס יעדן טאג, אויף די טייכן אומשולדיג בלוט וואס די חברה האבן פארגאסן די לעצטע יארן -- ווען ער וואלט געשטורעמט קעגן הנהלות המוסדות און והקהילות וואס זענען מבזה און פייניגן זקנים עם נערים, וואלט איך געקענט הערן אז ער זאל אויך מוחה זיין ווען א סיקריק ווערט בא'עול'ט. אבער פארוואס איז דער סיקריק זוכה צו האבן אן אומזיסטן אדוואקאט פון צווישן די "נארמאלע מענטשן" ווען דער זעלבער "נארמאלער מענטש" גיט נישט דעם בענעפיט פאר זיינע אחים לדעה? וואו איז איצקאוויטש'עס "עד כאן!" ווען יעדן טאג קומען ארויס נאך און נאך גזירות שונות ומשונות, און נאך און נאך עלטערן און קינדער ווערן געפייניגט דורך קהילות און מוסדות?
די סיקריקים קענען זיך צעפירן די הענט און טון ככל העולה על רוחם ווייל זיי ווייסן אז זייערע אייגענע וועלן זיי אייביג פארטיידיגן, און אפילו די א.ג. "נארמאלע מענטשן" וועלן זיי אויך פארטיידיגן אויב זיי זענען פונקט גערעכט. די חיים איצקאוויטשעס פון דער וועלט זענען די enablers - די נארמאלע מענטשן וואס וואלטן געדארפט הייבן א קול מחאה, אבער טוען גארנישט. נאר ווען דער אנטי-סיקריק באגייט אן עוולה זענען זיי פלוצלינג דא.
אונזער געמיינדע ווערט מער און מער צעדרייט און עקסטרעם נישט נאר צו פארדאנקען די סיקריקים אליין, נאר אויך די אלע א.ג. נארמאלע מענטשן וואס לאזן דאס אלעס צו, און טוען גארנישט, אפילו אויב זיי וואלטן געקענט עפעס טון.