Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אייוועלט קאמענטארן » לינקע אקטיוויסטען אינפילטרירען "אייוועלט",

לינקע אקטיוויסטען אינפילטרירען "אייוועלט",

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
14 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 22 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11650
פרייטאג יולי 21, 2017 2:07 am#379764
לינקע אקטיוויסטען אינפילטרירען "אייוועלט",
כ'האב געהאט געשריבען א ארטיקל אויף אייוועלט, סתם א גוטמוטיגע אומשולדיגע ארטיקעל, כ'וועל דא לייגען דעם ארטיקל, און נאכדעם שרייבען וואסי געשען נאכדעם,

כ'האב אקארשט אויסגעפירט א טויט אורטייל,


ער האט זיך אריינגעחאפט צו מיר אינדערהיים, אן רשות, סתם אזוי מירניש דירניש, און ער האט זיך אנגעהויבען באקוועם מאכען, כאילו ער וואלט געווען א שוויגער צו וואס....
איך ווייס שוין פון עקספיריענס אז מען מוז גלייך אראפשטעלען די פיס, נישט ווארטען, טאמער איז מען מוותר נעמט ער עס אן ווי כאילו א הסכמה פאר זיינע שאנדפולע טהאטען,

אין דער מחוצף האט זיך דערוואגט צי מאכען א וועב וואס איז געווען אנגעחאפט אין מיין תהילים'ל וואס איז געווען אויפען טיש לעבען די וואנט ווי דער ספיידער האט זיך באקוועם געמאכט,

דאס איז שוין געווען אריבער די רויטע ליניע, כ'האב גלייך פארריפען א דרינגדע אסיפה, פון איך מיט מיינע שתי כליות, און ס'איז באשלאסען געווארען פה אחד, אז פאר די חוצפה אליינס קומט זיך עים טויט שטראף אן קיין מעגליכקייט צו אפעלירען, און אז די אורטייל ברויך צו אויסגעפירט ווערען תיכף ומיד, למען ישמעו ויראו,

האביך גענומען א טישא און אים ציקוועטשט צום טויט, כן יאבדו כל שונאי ישראל,

למעשה האב איך נישט געוויסט וואס פאר א שערוריה דאס וועט אנווערטשאפטען, די האנטיגע משוגענע ליבעראלען וואס שטייען פאר גלייכבארעכטיגונג פאר פליגען און מייזען (נאר נישט פאר מענטשען...), האבען אויפגעהויבען א וויי געשריי, היתכן צו אומברענגען א ספיידער אזוי אכזריות'דיג, אן קיין געהעריגע משפט, די יוא-ען יומען רייטס קאמישען איז אריין און אובער דרייוו, פארדאמונגען זענען געפלויגען פון אלע לינקע ארגענעזאציעס, אנדערע האבען געסטראשעט מיט סאנקציוס....

כ'האב נישט געוויסט וואס דא איז געשעהן, כ'מיין.... ס'נאר א ספיידער.... בארואיגטס ענק.... שרייען זיי צוריק... יא, ס'הייבט זיך אן ביי א ספיידער און ווער וויייסט ווי ס'ענדיגט זיך... וואס?!

אנדערע האבען געווארפען פאשקעווילען, האטליינס האבען געקאכט און געשימפט,

ס'נישט נארמאך, איך געדענק נאך צייטען וואס מען האט געקענט הארגענען א ספיידער און קיינער האט נישט געגעבען קיין דעםם, היינט .... משוגע מטורע,

האלו, קריכטס אראפ פון מיר באצייטענס, ווייל טאמער וועט עטס מיר אויפרעגען דאן וועל איך אנהייבען ביי פרעה און ענדיגען ביי גאנץ מצרים,
רעגטס מיר נישט אויף, ס'נישט קיין שום פראבלעם צו הארגענען ספיידערס, גענוג מיט דעי הבלים, כ'ווארען ענק מיט שיינעם,

נידער מיט די פאלעסטינער !

עם ישראל חי וקים לנצח נצחים !


דאס איז געווען דער ארטיקעל,

איז געקומען דער ניק "אחראי" און געמעקט די שורה " נידער מיט די פאלעסטינער" מיט די תירוץ אז ס'איז "קלאסישער ראסיזם""און ס'האט נישט קיין פלאץ אויף א פאבליק פארום..."
כ'בין ממש געווען שאקירט, פאר ווער עס ווייסט, דאס איז דאך ממש די אויסגעדראשענע תירוץ פון קראנקע לינקע אקטיוויסטען איבער די וועלט צו אטאקירען נארמאלע מענטשען, ווי כאילו ס'איז עפעס א מאראלישע פראבלעם צו מלחמה האלטען קעגען שונאים און רשעים,

כ'האב עס ממש נישט ערווארטעט פון א אזוי געריפענע "אוטורדאקסישע פארום",אז זיי זאלען מעקען "נידער מיט די פאלעסטינער" כ'האב נישט געוויסט אז די קראנקע לינקע אידאאלאגיע האט שוין אריינגעדרינגען אזוי טיעף אזש ביז די סאמע היימישטע קאמיונעטיס,

נאכדעם האב איך זיך געחאפט אז דאס האט לכאורה ציטאהן מיט סאטמער (וואס די איי-וועלט פירערשאפט איז פארפעסטעט מיט סאטמערע שונאי ישראל), מיטען חשבון אז די שונא פון מיינע שונאים זענען מיינע פריינד, און וויבאלד די פאלעסטינער זענען קעגען "מדינת ישראל" ממילא איז נישט קיין פראבלעם זיי צו שטיצען, איי די פאלעסטינער זענען רוצחים און רשעים און שונאי ישראל, איטס זשאסט טו בעד, דאס איז די תוצאה ביי א חלק פון די וואס גייען דורך א סאטמארע נעגאטיווע חינוך צו שנאת ישראל,

למעשה ווי עס קוקט אויס, אז ביי א געוויסע חלק פון סאטמערע מחונכים האט די לינקע קראנקע אידאאלאגיע געפונען א באקוועמע פלאץ, למעשה ווארפען זיי ארום די זעלבע קראנקע טענות ווי די לינקע שונאי הדת ושונאי המדינה ושונאי ישראל,

אבער די מעשה ענדיגט זיך נישט דא, נאך א סימן פון לינקע חולי נפש, איז אז זיי זענען כראנישע שקרנים, דער אחראי וואס האט געמעקט יענע שורה דרייט זיך ארום אויף אייוועלט מיט א צווייטער צווילער ניק, מיט יענער ניק האט ער אטאקירט דעם ארטיקעל און א תגובה (יעצט איז עס שוין געמעקט) שרייבענדיג דארט " אז ער האט געוויסט אז ס'וועט אנקומען צו אראבער .... וכו' שרייבענדיג דארט ווייטער לינקע דברי הבל,
שפעטער ווער ער האט געמעקט די שורה פון "נידער מיט די פאלעסטינער" האט ער פארגעסען צו מעקען זיין תגובה, וואס דאס האט געברענגט שאלות פון באזוכער אז זיי זעהען נישט קיין ווארט פון אראבער .... האט דער שקרן געענפערט אז " ווי עס קוקט אויס האט עס דער שרייבער געמעקט...." בעת ווען ער האט עס אליינס געמעקט.... ! , דאס איז א טיפיקעל סימן פון לינקע חולי נפש וואס האבען נישט קיין שום פראבלעם צו שיסען שקרים און די וועלט אריין,

אזא סארט באנעמונג פון א אפיציעלע היימישע פארום ברענגט אויף געפילען פין גרויל, ס'וואלט געווען ראטזאם פאר אייוועלט צו רייניגען אירע רייען און פטור ווערען פון די חולי נפש !

"נידער מיט די פאלעסטינער !"

"עם ישראל חי וקים ! "
פרייטאג יולי 21, 2017 2:52 am#379767
Re: לינקע אקטיוויסטען אינפילטרירען "אייוועלט",
פון ווי נעמסטו אז דער שרייבער איז דער מעקער?
אדער ווי מען זאגט אין סאטמאר, די צינדער איז דער לעשער?
פרייטאג יולי 21, 2017 5:08 am#379768
כמיין אז זיי זענען הונדרעט פראצענט גערעכט.די לינקע קראנקע אידאלגיע וויאזוי דו רופסט עס הייסט זיין: Politically correct... מטאהר נישט שרייבן אזא זאך.

די לינקע זענען קראנק. ווידער טראמפ מיט קריס קריסטי זענען ״געזונט״... אה און דזשאן מעקעין, ער איז זיכער קראנק, ער האט ב״ה באקומען דעם שטראף אויף דער וועלט פארן זיין א רשע מרושע, סקוקט שוין אויס ווי ענדליך גייט ער פגרן פון א ״ברעין טומער״... און עפעס הער איך אז סטיוו בענען מיט דער אונגארישער נאצי גארקאו זענען דיגאנזט געווארן מיט HIV... סאיז אמת???
פרייטאג יולי 21, 2017 5:32 am#379769
נידער נישט די טראמפיסטן
פרייטאג יולי 21, 2017 6:35 am#379774
זייער יומערעס, די מערסטע געפעלט מיר ווי שבת'ל האט גענומען די בעיט, הוקליין און סינקער, און נאך צוריק געהאקט כאילו, שוין.
פרייטאג יולי 21, 2017 8:39 am#379783
שבת אחים האט געשריבן:. אה און דזשאן מעקעין, ער איז זיכער קראנק, ער האט ב״ה באקומען דעם שטראף אויף דער וועלט פארן זיין א רשע מרושע,

וואס מיינט "ב"ה"?
פרייטאג יולי 21, 2017 9:10 am#379784
אויב מען גלייבט אין "אהבת ישראל" איז דאך א קל וחומר אז מען גלייבט אין גאט.
פרייטאג יולי 21, 2017 9:11 am#379785
און בכלל וואס איז שייך שטראף?
פרייטאג יולי 21, 2017 10:11 am#379792
געוואלדיג האט געשריבן:און בכלל וואס איז שייך שטראף?


קארמא איז פונקט געלונגען, אוואדי איז דאך דא רשע וטוב לו.

פוקנט ווי יענער האט געוואלט שרייבן אויף העלבראנץ. אז יש דין ויש דיין. נוץ איך עס אויך.
זונטאג יוני 14, 2020 9:09 am#451570
איינער א לץ האט דאס געשריבן אויף אייוועלט

ווי עס ווערט באקאנט האבן עטליכע רבנים ארויסגעטראטן מיט א שארפקייט היינט ביי רעווא דרעווין איבער די שרעקליכע גזירה פון פארמאכן די קעמפס , וואס איז געגרינדעט געווארן דורך גדולי ישראל מדור הקודם אלץ רעטונגס מיטל פאר טויזענטער תשב"ר ובחורי חמד נישט זיך צו דארפן דרייען און די טריפה'נע גאסן דורכאויס די זומער וואכן.

צווישן אנדערע הערן מיר אז גאלאנטא רבי שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט אז די וואס לאזן נישט עפענען די קעמפס זענען שלוחים פון די ס"מ צו קאליע מאכן די זויבערע חינוך פון אונזערע קינדערלעך, און האט פארגעזעצט אז זיין הייליגע זיידע רבי אייזיקל זידיטשובער האט געקענט אוועקלייגן ווען עס האט זיך אויסגעפעלט, אזוי אויך רבי ישעי'לע קערעסטירער האט זיך אויסגעדרוקט אויף געוויסע אז אדער וועלן זיי זיך בייגן אדער זיך לייגן, ממילא האט ער ער מעורר געווען בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן אויך אייניקלעך וואס ווערן באטראפן פון די גזירה, אז די שלוחים פון ס"מ זאלן זיך אדער בייגן אדער לייגן.

אזוי אויך נאך שלש סעודות האט מען געזינגען די באקאנטע ניגון "וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק".

(ווער עס איז געווען אנוועזענד איז מכובד צוצולייגן אדער אראפנעמען..)


עס זעט אויס אז עס האט נאכאמאל פאסירט
זונטאג יוני 14, 2020 12:44 pm#451589
Re: לינקע אקטיוויסטען אינפילטרירען "אייוועלט",
דו מיינסט ער האט עס געשריבן סארקאסטיש?
זונטאג יוני 14, 2020 12:56 pm#451590
היינט צו טאגס איז שווער צו וויסן. אפשר האט עס דער גאללאנטא רב אויך געמיינט סארקאסטיש, און ר' ישעיה'לע מיט ר' אייזיק'ל אויך.
זונטאג יוני 14, 2020 1:52 pm#451597
Re: לינקע אקטיוויסטען אינפילטרירען "אייוועלט",
פון די ווערטער (און אייוועלט רוח) זעט עס אויס ערנסט, נאר די האסט געשריבן "עפעס א לץ האט געשריבן" וועיס איך נישט.
זונטאג יוני 14, 2020 2:36 pm#451600
שבת אחים האט געשריבן:כמיין אז זיי זענען הונדרעט פראצענט גערעכט.די לינקע קראנקע אידאלגיע וויאזוי דו רופסט עס הייסט זיין: Politically correct... מטאהר נישט שרייבן אזא זאך.

די לינקע זענען קראנק. ווידער טראמפ מיט קריס קריסטי זענען ״געזונט״... אה און דזשאן מעקעין, ער איז זיכער קראנק, ער האט ב״ה באקומען דעם שטראף אויף דער וועלט פארן זיין א רשע מרושע, סקוקט שוין אויס ווי ענדליך גייט ער פגרן פון א ״ברעין טומער״... און עפעס הער איך אז סטיוו בענען מיט דער אונגארישער נאצי גארקאו זענען דיגאנזט געווארן מיט HIV... סאיז אמת???

שבת אחים: אן קוקן האביך געוואוסט אז דו האסט געגעבן גערעכט פאר דעם מעקער (צינדער/לעשער) פון איי וועלט.
איך האב מורא אז דער סבא קדישא. און אפילו הרה"ק מ'סאטמער וואלטן דיך נישט ליעב געהאט, ווייל דו האסט, אלס סאציאליסט ליעב די פאלעסטינער.

ווארט נאר. ביז דו וועסט צו קומען צו א..."פאלעסטינער טשעקפוינט"...דארט וואו די באוואפנטע פאלעסטינער יוגנטליכע שטייען אדער זיצן באהאלטן, און זיי וועללן ארויסקומען מיט די ביקסן און די מעסערס. און זיי וועללן דיך פארהערן ויואל משה אדער על הגאולה ועל התמורה און דו וועסט נישט קענען. ביניך דיך נישט מקנא. די טענה אז דו האסט זיי ליעב אלס סאציאליסט, וועט דיר ווייניג העלפן.

איין עצה האביך פאר דיר. דו זאלסט גיין צו אן אנטי מדינת ישראל דעמאנסטראציע. (דארט וואו אנשי שלומינו ווארטן אפ דעם אפיקורס, קרימינאל און טיפש נתן-יהוא ווען ער גייט אריין אין ווהייט האוז צו פראזידענט אבאמא ירום הודו אדער אין דעם הייליגן בנין פון די פאראייניגטע פעלקער ירום הודם, און ברענגען א בילד ווי דו שרייסט פוי. דאס וועט דיך אפשר ראטעווען...!