Under maintenance
הויפט זייט » וועקער מעילינג סערוויס

וועקער מעילינג סערוויס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11658
דינסטאג יולי 25, 2017 12:19 pm#380222
וועקער מעילינג סערוויס
אויב איר האט נישט קיין עמעזאן פריים, אדער איר ווילט שיקן דעם וועקער פאר א חבר וכדומה נישט פון אייער אקאונט, קענען מיר עס שיקן פאר אייך פאר דעם געהעריגן פרייז 7.99, אן קיין שיפינג קאסטן.

שיקט אריין 7.99 דורך פעיפאל צו e vekerjournal@gmail.com e , און אין די קאמענט שרייב דעם נאמען, פולן אדרעס, זיפקאוד, וכו', און מיר וועלן עס ארויסשיקן פאר אייך דורך עמעזאן.

דאס איז בלויז א סערוויס פאר ווער עס שפירט באקוועם דערמיט. פארשטייט זיך אלעס בלייבט אין שטרענגסטן געהיים.

די וואס האבן געשריבן ארטיקלען פאר דעם יעצטיגן נומער קענען באקומען אן אומזיסטע קאפיע, דורך אריינשיקן אין אישי אדער אימעיל אן אדרעס וואו צו שיקן.
דינסטאג יולי 25, 2017 4:01 pm#380237
סתם פאר נייגעריקייט דאס איז אויך 2 טעג שיפינג אזוי ווי ביי פריים?
דינסטאג יולי 25, 2017 5:10 pm#380239
יא, צוויי-טעג שיפינג. עס ווערט געשיקט דורך עמעזאן פריים.
דינסטאג יולי 25, 2017 6:52 pm#380251
Re: וועקער מעילינג סערוויס
פארוואס זאל נישט סיי וועלכע דריי קאפ זיך קענען אנגעבן אלס איינער פון די שרייבער און עס קריגן בחינם?
וועסט אים בעטן ווערטיפיקאציע וועסטו אים בעטן גילוי פאר אכט טאלער.
עניוועי..
דינסטאג יולי 25, 2017 7:28 pm#380256
Re: וועקער מעילינג סערוויס
כ'פארשטיי נישט דער חשש, ראובן האט דאך געהאנדלט מיט יעדן שרייבער דורך זיין אישי צי אימעיל. טאמער וועט זיך איינער ווענדן פון יענעם וועניו וועט מען אים געבן.
דינסטאג יולי 25, 2017 7:30 pm#380258
מפוזרי האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט דער חשש, ראובן האט דאך געהאנדלט מיט יעדן שרייבער דורך זיין אישי צי אימעיל. טאמער וועט זיך איינער ווענדן פון יענעם וועניו וועט מען אים געבן.

וואו העט מען עס יענעם שיקן? מ'בעט א פיזישן נאמען און אדרעס. ווייל אן דעם קאן עס די פאסט טרעגער נישט אפטראגן צום ריכטיגן פערזאן.
דינסטאג יולי 25, 2017 7:47 pm#380260
ער קען געבן א קיופאן
דינסטאג יולי 25, 2017 8:15 pm#380263
Re: וועקער מעילינג סערוויס
דער גאנצער מעילינג סערוויס איז דאך לכתחילה נאר געאייגנט פאר איינער וואס איז גרייט ארויסצוגעבן אן אדרעס. א שרייבער וועט קריגן דעם סערוויס אומזיסט. וואס איז נאך אומפארשטענדליך?
דינסטאג יולי 25, 2017 8:44 pm#380265
Re: וועקער מעילינג סערוויס
זייער פשוט. אז איך געב ארויס מיין אדרעס וועט קיינער נישט וויסן צו איך האב בכלל א ניק אויף ק"ש, אבער טאמער געב איך מיך אן אלס קל וחומר וועט דער וואס זיצט ביים וועקער אפיס וויסן וואו קל וחומר וואוינט וויזוי ער הייסט און וויפול רעדלעך ער מאכט א יאר (...).
דינסטאג יולי 25, 2017 9:03 pm#380270
Re: וועקער מעילינג סערוויס
אה, יעצט האב איך געכאפט..
איך האב לכתחילה פארשטאנען אז דער גאנצער סערוויס ארבעט מיט גילוי פאר ווער ס'וויל, כ'האב מיך טאקע גע'חידוש'ט וואס זיי טראכטן.
דינסטאג יולי 25, 2017 11:26 pm#380290
כ'האב אריינגעשיקט 15.98 פאר צוויי וועקערס, איינס פאר ר' מנשה פילאפף, און א דער אנדערער פאר א שוואגער מיינער וואס קען עס נוצן.
ווער עס קען זאל מזכה זיין נאך אפאר אידן.
מיטוואך יולי 26, 2017 12:11 am#380304
ר' מנשה האט עס שוין.
מיטוואך יולי 26, 2017 12:50 am#380308
ווי אזוי ווייסטו? דער איד/צייטונג איז דאך נאך נישט ערשינען די וואך!
מיטוואך יולי 26, 2017 12:51 am#380309
איך וויל שיקן איינס צו הרב יצחק אייזיק קרישבסקי שליט"א
מיטוואך יולי 26, 2017 12:56 am#380311
שמעקעדיג האט געשריבן:ווי אזוי ווייסטו? דער איד/צייטונג איז דאך נאך נישט ערשינען די וואך!

די אלע זאכן באקמט ער בעפאר יעדן
כ'האב א קלער אז די וועקער אפיציעל שיקט צו אים
עס איז פארן וועקער א תועלת אז אין די ארטיקלן פון ר' מנשה זאל דערמאנט ווערן די וועקער.
מיטוואך יולי 26, 2017 8:10 am#380331
חצוצרות האט געשריבן:כ'האב אריינגעשיקט 15.98 פאר צוויי וועקערס, איינס פאר ר' מנשה פילאפף, און א דער אנדערער פאר א שוואגער מיינער וואס קען עס נוצן.
ווער עס קען זאל מזכה זיין נאך אפאר אידן.

מיט'ן זאגן אז איינס איז אייער שוואגער האט איר זיך מגלה געווען?
דאנערשטאג יולי 27, 2017 1:13 pm#380530
שיקט אריין די 7.99 "פאר פעמילי ענד פרענדס". אויב גייט איר מיט די אנדערע אפציע לייגט צו נאך 60 סענט, ווייל בערך אזויפיל שניידט פעיפאל אראפ.
דאנערשטאג יולי 27, 2017 11:55 pm#380612
לייגט דא ארויף אייער רב, ראש הקהל אדער סתם חשובע יוד מעילינג אדרעס. (די וואס איר האלט זיי וואלטן ווען עס געקויפט ווען זיי האבן
ווען אינטערנעט..) איך וועל שיקען ביז דרייסיג פון אייערע פריינט דורך עמעזאן א קאפי פריי פון אפצאל. להגדיל תורה ולהאדירה.
דאנערשטאג יולי 27, 2017 11:59 pm#380613
Re: וועקער מעילינג סערוויס
יאסל ראקאווער האט געשריבן:לייגט דא ארויף אייער רב, ראש הקהל אדער סתם חשובע יוד מעילינג אדרעס. (די וואס איר האלט זיי וואלטן ווען עס געקויפט ווען זיי האבן
ווען אינטערנעט..) איך וועל שיקען ביז דרייסיג פון אייערע פריינט דורך עמעזאן א קאפי פריי פון אפצאל. להגדיל תורה ולהאדירה.
כמוך ירבו
זונטאג מערץ 25, 2018 3:21 pm#398348
ווער עס קען נישט באשטעלן דעם וועקער דורך עמעזאן, אדער האט נישט "פּריים" און וויל נישט באצאלן פאר שיפּינג, קען אריינשיקן 8.99 צו פעיפאל אויף e vekerjournal@gmail.com e , מיט א נאמען און אדרעס, און דער וועקער וועט ווערן ארויסגעשיקט.
מאנטאג מערץ 26, 2018 12:31 am#398383
דער פרייז פון 8.99 איז נאר אויב איר שיקט אריין ווי family and friends. אויב שיקט איר בתורת מקח וממכר, שיקט נאך 75 סענט.