דאנערשטאג יולי 27, 2017 12:05 am#380479
שקר-ליין
כ'וועל איבער'חזר'ן וואס כ'האב געשריבן ערגעץ אנדערש:
מ'פרעגט מיר וועגן דעם "שקר-ליין" ארטיקל אינעם פרישן וועקער (נומער 9), וויל איך קלאר מאכן דאס וואס ווערט קלאר געמאכט אין דעם ארטיקל זעלבסט. די פארפּעסטיגונג פון שקר ביי אלע אונזערע אויסגאבעס איז אן עקלהאפטיגע ערשיינונג, און מ'דארף לוחם זיין קעגן דעם.
קינדליין איז בשום אופן נישט ערגער ווי אנדערע אויסגאבעס. פארקערט, איך פערזענליך נעם קינדליין ערנסטער ווי די אנדערע ווייל כ'ווייס אז זיי האבן א געוויסע אינטערעסע צו זיין בעסער. קינדליין האט אויך א גרעסערער אחריות ווי אנדערע ווייל עס איז געווידמעט פאר קינדער.
קינדליין האט נישט קיין דין אויסגאבע, נאר א דין "פענאמען". דאס איז אן ערשיינונג ביי אונז און פארדינט אונזער אויפמערקזאמקייט. כ'ווייס אז קינדליין איז סענסיטיוו צו קריטיק, אבער דער פאקט אז קינדליין ווערט ארויסגעהויבן ווי די וויכטיגסטע צווישן אלע היימישע אויסגאבעס איז נאר א פאזיטיווע זאך פון א מארקעטינג פערספעקטיוו. פון קינדערלעך איז ניטאמאל ווערד צו רעדן.
דער עולם איז מכובד צו קאמענטירן כיד ה' הטובה עליהם.