Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » שו"ת זאב יטרף (וועקער נומער 9)

שו"ת זאב יטרף (וועקער נומער 9)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
15 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 21 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11663
דאנערשטאג יולי 27, 2017 10:52 pm#380610
שו"ת זאב יטרף (וועקער נומער 9)
וואס זאלעך ענק זאגען גוטע ברודער. כ'האב עגמת נפש.

בנים גדלתי ורוממתי המה פשעו בי. נאך די שווערע מוה לברר וללבן, הער איך גריסען פון קעמפ אז מיין יואל'יש האט נאך נישט געטוישט קיין זאקען א גאנצע וואך און ווער ווייסט וואס נאך.
ס'מוז זיין אז ס'איז א זכר לחורבן, אזא בחינה ווי דער כהן הגדול אין ביהמ"ק ונשמע קולו בבואו אל הקודש, איי וואס איז מיט די יודען וואס הערן נישט גוט, מיין קדיש'ל לאזט גריסען דורך די אנדערע חושים...
מיטוואך אוגוסט 02, 2017 6:20 am#381065
Re: שו"ת זאב יטרף (וועקער נומער 9)
הרב וואלף שליט"א, עכט הנאה געהאט פון די טיפע שפראך, בליציגע רעיונות און געשמאקע מליצות. יאך האף אז די וועסט וואן דעי ארויסגעבען שו"ת זאב יטרף לאור עולם.
מיטוואך אוגוסט 02, 2017 9:48 am#381092
א הערליכע תשובה, מברר להלחה דוורים אהומדים ברומו של הולם.
פרייטאג אוגוסט 04, 2017 3:09 pm#381365
געוואלדיג האט געשריבן:א הערליכע תשובה, מברר להלחה דוורים אהומדים ברומו של הולם.


:lol:

געוואלדיג, ס'האבן זיך צוזאם געקליבן ביי מיר היבש אסאך כתבים און איך זיך א מגיה, כ'קלער וואלסט געטויגט. ביסט עוועילעבל?
פרייטאג אוגוסט 04, 2017 3:18 pm#381366
געוואלדיגע תשובה. אנדערש ווי דער פריערדיגער תשובה איז די נושא נישט לאכעדיג, אבער די בירורים זענען קאמיש ביז גאר.
פרייטאג אוגוסט 04, 2017 3:26 pm#381367
ריכטיג. און די ערשטע תשובה איז די טעמע אליינס מער אריגענעל און הומערוס.

די קומענדיגע מאל... אין מגלין אלא לצנועין...
פרייטאג אוגוסט 04, 2017 3:28 pm#381368
איך כאפ נישט די איידיע דא, וואס איז עס, סתם צו מאכן ליצנות פון הלכה? די שאלה וואס איך זעה דא ווערט אויסגעשמועסט נארמאל אין היינטיגע הלכה ספרים.
פרייטאג אוגוסט 04, 2017 3:45 pm#381371
לעיקוואד האט געשריבן:איך כאפ נישט די איידיע דא, וואס איז עס, סתם צו מאכן ליצנות פון הלכה? די שאלה וואס איך זעה דא ווערט אויסגעשמועסט נארמאל אין היינטיגע הלכה ספרים.


ביסט געקומען לערנען א בירור הלכה אינ'ם וועקער? די איידיע איז סה"כ א פאראדי ווי אזוי תשובות ווערען געשריבען, נישט קיין ליצנות פון הלכה און נישט קיין ערענסטע הלכה אויך נישט. אפען גערעדט, ס'איז פורים תורות פאר ווער ס'ענדזשויט עס.
פרייטאג אוגוסט 04, 2017 3:47 pm#381372
ס'איז נישט פאני.
פרייטאג אוגוסט 04, 2017 3:59 pm#381374
לעיקוואד האט געשריבן:ס'איז נישט פאני.


מיינסט עס ערענסט עד שאין לו דין לצור על פי צלוחיתו?

אויב די פערזענליך ענדזשויסט נישט די סארט פשעטלעך, הער איך, על טעם וריח אין להתוכח, וכן כתבתי אז ס'דא וואס ענדזשויען עס יא.

וואלווי האט געשריבן:די איידיע איז סה"כ א פאראדי ווי אזוי תשובות ווערען געשריבען, נישט קיין ליצנות פון הלכה און נישט קיין ערענסטע הלכה אויך נישט.

אפען גערעדט, ס'איז פורים תורות פאר ווער ס'ענדזשויט עס.
פרייטאג אוגוסט 04, 2017 4:04 pm#381375
איך פארשטיי צו פורים תורה אבער דער איז עפעס נישט פאני און זעהט אויס צו זיין סתם א ביליגע (במובן פון cheap, ווען א בדחן האט שוין נישט קיין וויצען רעדט ער וועגן שמוציגע אינטערוועש, קינדעריש בלע"ז) וויץ אויף דער חשבון פון דער ספעציפישער הלכה. איך ווייס נישט וואס מער צו זאגן.
פרייטאג אוגוסט 04, 2017 4:06 pm#381376
Re: שו"ת זאב יטרף (וועקער נומער 9)
וואלווי האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:איך כאפ נישט די איידיע דא, וואס איז עס, סתם צו מאכן ליצנות פון הלכה? די שאלה וואס איך זעה דא ווערט אויסגעשמועסט נארמאל אין היינטיגע הלכה ספרים.


ביסט געקומען לערנען א בירור הלכה אינ'ם וועקער? די איידיע איז סה"כ א פאראדי ווי אזוי תשובות ווערען געשריבען, נישט קיין ליצנות פון הלכה און נישט קיין ערענסטע הלכה אויך נישט. אפען גערעדט, ס'איז פורים תורות פאר ווער ס'ענדזשויט עס.
כ'האב עס גראדע זייער אינדזויעט, נאר ס'האט מיך ארויף געברענגט אביסעל קאשמארן פון נעפאנעק
פרייטאג אוגוסט 04, 2017 4:30 pm#381378
לעיקוואד האט געשריבן:איך פארשטיי צו פורים תורה אבער דער איז עפעס נישט פאני און זעהט אויס צו זיין סתם א ביליגע (במובן פון cheap, ווען א בדחן האט שוין נישט קיין וויצען רעדט ער וועגן שמוציגע אינטערוועש, קינדעריש בלע"ז) וויץ אויף דער חשבון פון דער ספעציפישער הלכה. איך ווייס נישט וואס מער צו זאגן.


יש"כ פאר די פיעדבעק.
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 8:00 pm#382004
Re: שו"ת זאב יטרף (וועקער נומער 9)
דורכגעלערנט דיין תשובה. איך האב געוואלט שרייבען ביאורים און הסברים, נאר איך האב באמערקט אז ס׳וועט נעמען צו לאנג.

ס׳איז עפעס הערליך! קענסט זיך אריין רוקען צו דער קארלסבורגער רבנות, נאו פראבלעם!

די שטיקלעך תורה און פלפולים זענען פון אן עכטע ת"ח. חילך לאורייתא!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 4:54 pm#382174
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:קענסט זיך אריין רוקען צו דער קארלסבורגער רבנות, נאו פראבלעם!
Sent from my LG-K373 using Tapatalk


:lol:

איך האב דארט חזקה אויף די חצות היום שעה סלאט אין בית הוראה. ווען די דיינים שלעפען ארויס די שמאטעס אינטערען זון אינמיטען 53 סטריט...

פאר ווער ס'איז באקאנט..