Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » אין קאלומביע'ס טעם-לאבאראטאריע (וועקער 9)

אין קאלומביע'ס טעם-לאבאראטאריע (וועקער 9)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
4 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 5 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11678
דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:20 pm#381015
אין קאלומביע'ס טעם-לאבאראטאריע (וועקער 9)
א הערליכער אריגינעלער ארטיקל ערשיינט אין וועקער 9, געשריבן דורך האברך הערשי פישמאן פון בארא פארק, איבער זיין ארבעט אין דער טעם-לאבאראטאריע אין קאלומביע אוניווערסיטעט.

קאמענטארן זענען וועלקאם.
מיטוואך אוגוסט 02, 2017 5:23 am#381066
Re: אין קאלומביע'ס טעם-לאבאראטאריע (וועקער 9)
טאקע זייער אן ארגיניעלער ארטיקל. ס'עפעס אנדערש ווי געווענדליך. זייער אינפארמאטיוו.

כלפי זיין סיום פון זיך גיין לערנען חכמה חיצונית פארשטיי איך נישט פארוואס ער פרובירט זיך צו פארענטפערן אויב דאס איז זיין פרנסה. ויש לעיין בהמקורות.
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 12:31 am#381532
הערליכע ארטיקעל. מיין פעיוואריט. סיי פישמאן'ס פערזענדליכע מעשה איז אינטערסאנט און סיי איז זייער אינטערסאנט די ריסוירטש וואס ער רעדט פון.
דינסטאג אוגוסט 08, 2017 9:33 pm#381793
טאקע אינטרעסאנטע ארטיקל: איין הערה האב איך נאר, איך האב עס כמעט נישט געקענט ליינען צוליב די פענסי פאנט און די גרויע בעקגראונד אויפ'ן בלאט.

א כלל אין טייפאגרעפי איז אז פענסי פאנטס לאזט מען איבער פאר חתונה בריוולעך. א בוך אדער מאגאזין וואס איז געמאכט צו'ם ליינען דארף אלעמאל זיין מיט א פשוט'ע קלארע פאנט (ווי דער וואס רוב וועקער איז געמאכט מיט) און א שטארקע קאנטראסט. אנדערש איז פשוט נישט באקוועם צו ליינען מער ווי אפאר ווערטער.