Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » וועקער 9 - "ווען איז די משנה געשריבען געווארען"

וועקער 9 - "ווען איז די משנה געשריבען געווארען"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
4 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 8 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11682
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 8:57 am#381217
וועקער 9 - "ווען איז די משנה געשריבען געווארען"
איך וויל געבען א פערסאנאלע שכוייח פאר הרב מיכל הירש פאר די חידוש וואס ער האט מיר מחדש געווען.

כל ימי הייתי מצטער אויף די 'חסורי מחסרי והכי קתני'. ס'האט מיר אויסגעקוקט ווי אפאלוג'טיקע צום בעסטען, און ווי א פוילע תירוץ אויף א גוטע קשיה. רח"ל מהאי דעתא.

יעצט, נאכען ליינען די ארטיקעל, איז דעם חסורי מחסרי די פשוט'סטע און מערסטע אויסגעהאלטענע תשובה ווען, למשל, זיי האבען געטראפען א סתירה אין די רייד פון א תנא.

ביי אונז אין חדר האבען מיר געלערנט מיט א פשטות אז רבי האט געשריבען די משנה. קען אויך זיין ווען מיין רבי האט געזאגט "מסדר געווען די משנה" האב איך פאלטש פארשטאנען. בכל אופן קומט דיר א תשואת חן פאר'ן עקלערען א זאך וואס האט מיר געפעלט אין הבנת התלמוד.
מוצ"ש אוגוסט 05, 2017 10:54 pm#381410
שיינע ארטיקל. שטארק הנאה געהאַט.
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 12:37 am#381527
אימתי נכתב המשנה - וועקער תמוז אב ע''ז.
אין די לעצטע וועקער האב איך געשריבן אן ארטיקל ווי איך פרוביר אדורכציטון די וויכטיגע שאלה ווען איז די משנה געשריבן געווארן און וויאזוי האט מען געלערנט די משנה בישיבות האמוראים, די הכרעה אין די שאלה איז גאר יסודותדיג און וויכטיג פאר די צוגאנג ווען מען זעצט זיך לערנען גמרא,

ווען מען לערנט אזא היסטארישע יצירה ווי די גמרא וואס איז געשריבן געווארן פאר בערך 1500 יאר צוריק, איז זייער גרינג צו מאכן די טעות אז מער ווייניגער האט מען געלערנט ווי היינט און דער בית המקדש האט אויסגעזען ווי אונזערע בתים מדרשים און ישיבות, און מכח זה אננעמען בפשטות אז ווען עס שטייט אין גמרא אז מען האט געלערנט די משנה האט מען דאס געלערנט מתוך הכתב ווי מיר טוען, אבער ווען מען הייבט אן דורכציטון די מקורות זעהט מען אז עס איז נישט אזוי פשוט, דערפאר איז וויכטיג צו צונעמען די סוגיא בבהירות,

להגדיל תורה להאדירה ווער עס האט געליינט דעם ארטיקל אינעם וועקער און האט וואס מוסיף צו זיין אפצופרעגן וכו' זאל דא מגיה זיין און מען וועט פרובירן אויסצושמועסן ווי עס איז שייך.
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 9:25 am#381546
יסוד המשנה ועריכתה, הרב ראובן מרגליות

m http://www.hebrewbooks.org/20976 m