Under maintenance
הויפט זייט » נייע אידישע קאר סערוויס ע"ד "אבער"

נייע אידישע קאר סערוויס ע"ד "אבער"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11820
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 6:01 pm#381990
נייע אידישע קאר סערוויס ע"ד "אבער"
היינט געזעהן אין בלאט אנאנסירט א נייע קאר סערוויס קאמפעני וואס וועט גיין אין די פיסטריט פון אבער, וואו זיי ועלן האבן אויפגעסיינט אסאך דרייווערס איבעראל און ווי אימער מגעפינט זיך וועט מען קענען באשטעלן א קאר פון זיי. אויך ביי PHONE' דאס מיינט אז עס פעלט נישט אויס א סמארטפון פאר דעם.

איינער מיט מער פרטים וועבסייט וכדו?
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 10:17 pm#382040
Re: נייע אידישע קאר סערוויס ע"ד "אבער"
צו וואס פעלט זיך אויס א אידישער אובער? וואס גייט דאס מחדש זיין? די אידן וואס האבן א סמארטפאון גייען לכוארה נישט אזוי שנעל אויפגעבן אובער/ליפט! פארוואדשע יא? אז איך האב פאריגע וואך געהאט א רייד מיט אובער פון בארא פארק קיין מענהעטן פאר אונטער פופצן דאלער! גיי איך עס נישט אזוי שנעל אויפגעבן.... איך גלייב שווער פון האבן א אידישען דאטא בעס קען ער אפילו טראכטן פון געבן אזוינע פראמאשענס.
און פאר די אידן וואס האבן נישט קיין סמארטפאון, וואס איז די אויפטו? מ'גייט קענען טרעקן די קאר? זעהן א רעוויאו אויף א דרייווער? ווי גייסט עס טרעקן, ווי גייסט עס זעהן? א.א.וו.

אפשר האט עס יא מעלות... ווער ווייסט
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 10:31 pm#382045
בכלל איז לעצטנעס דא היימישע אינגעלייט דרייוון פאר uber.
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 11:14 pm#382054
Uber האט א אפציע צו באשטעלן א דרייווער וואס רעדט ספאניש. מילא דארף מען זיי נאר בעטן אז זיי זאלן לייגען אידיש רעדענדיגע אויף זייער עטנישע גרופע וואס לוינט צו סערווירן דורך לייגען א שפראך פאר זיי.
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 11:24 pm#382058
Re: נייע אידישע קאר סערוויס ע"ד "אבער"
בילד
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 11:29 pm#382059
גראדע א קלינגעדיגע נאמען, און א גוטע לאגא.
זאל זיין מיט מזל
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 11:32 pm#382060
Re: נייע אידישע קאר סערוויס ע"ד "אבער"
פונקט עטליכע וואכן צוריק האב איך געשמועסט מיט א חבר מיינער אז איך קלער עס וואלט געווען א גוטע געדאנק צו עפענען אזא קאר סערוויס.

לגבי די שאלה "ווער דארף עס?"

איך האלט אז עס דא אינגעלייט וואס וואלטן געקענט באשטיין צו זיין דרייווערס, פארט טיים צו פול טיים, נאר עס שמעקט זיי נישט צו דרייווען אגאנצן טאג גויאישע קליענטן. צו פאר זיכערהייט צו פאר באקוועמליכקייט.

לעומת זה איז דא גענוג קליענטן, בעיקר פרויען, וואס וואלטן נישט גענוצט אובער. צו ווייל זיי האבן נישט קיין צוטריט צו אינטערנעט, צו ווייל זיי ווילן דווקא אידישע דרייווער.

די וועבזייטל איז m http://www.ridejcab.com m
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 11:37 pm#382062
Re: נייע אידישע קאר סערוויס ע"ד "אבער"
קען זיין...

שוין לאנג געוואלט וויסן, וואס איז דאס TLC לייסענס, יעדעס טעקסי דרייווער מוז עס האבן? איז עס שווער צובאקומען? קאסט אסאך? מיט די נייע קאמפאני גייט מען מוזן האבן די לייסענס?
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 11:41 pm#382064
וועלכע געגענטער גייען זיי סערווירן?
דארפן זיי האבן ספעציעלע לייסענס?
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 11:43 pm#382065
Re: נייע אידישע קאר סערוויס ע"ד "אבער"
זיי שרייבן אין עד, גאנץ גרעיטער ניו יארק, ניו דזשערסי, קאנאדע.
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 9:02 am#382103
הערסטע האט געשריבן:שוין לאנג געוואלט וויסן, וואס איז דאס TLC לייסענס, יעדעס טעקסי דרייווער מוז עס האבן? איז עס שווער צובאקומען? קאסט אסאך? מיט די נייע קאמפאני גייט מען מוזן האבן די לייסענס?
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 9:40 am#382110
Re: נייע אידישע קאר סערוויס ע"ד "אבער"
הערסטע האט געשריבן:שוין לאנג געוואלט וויסן, וואס איז דאס TLC לייסענס, יעדעס טעקסי דרייווער מוז עס האבן? איז עס שווער צובאקומען? קאסט אסאך? מיט די נייע קאמפאני גייט מען מוזן האבן די לייסענס?


@הערסטע @קאמענטירער, TLC איז א לייסענס פון די טעקסי און לעמאזין קאמיסיע, וואס מען מוז האבן אויב וויל מען פירן פאסאנדשזירן פאר געלט (להוציא חסד, גמ"ח הצלה וכדו').

איז עס שווער? ווענד זיך וויאזוי דו קוקסט אן שווער. זיי פארלאנגען גאנץ א לאנגע ליסט פון זאכן, אבער עס איז נישט שווער אויסצופירן.

קאסט: איך האב נישט געמאכט די חשבון יעצט, אבער איך מיין אז עס קאסט באלד $1,000 צו באקומען TLC אחרי ככלות הכל.

פארוואס זאל דען די נייע קאמפאני זיין אנדערש.
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 11:15 am#382122
וואס איז עס אנדערש פון די ביז יעצטיגע קאר סערוויס?
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 11:47 am#382134
נייע אידישע קאר סערוויס ע"ד "אבער"
פאר די חברי השטיבל וואס זענען אינטערעסירט, פאלגענד איז די ליסטע פון זאכן וואס מען דארף האבן צו באקומען TLC לייסענס.

*אלעס מוז ווערן געענדיגט אין א משך פון 90 טעג*

1. טויש דיין לייסענס צו א קלאס E לייסענס אדער CDL. צו באקומען קלאס E קאסט בערך $30.

2. נעם א דיפענסיוו דרייווינג קורס. מען מוז עס האבן געטון אין די פארגאנגענע 3 יאר. איך מיין אז מען קען עס האבן פאר $20-$25 אנליין.

3. מען דארף דורכגיין א מעדיקאל עקזעם. א געווענדליכע דאקטאר קען עס אויספילן.

4. באצאלן די $252 פאר די אפליקאציע (מען דארף קוקן א סעקס טראפיקינג ווידיאו).

5. מען דארף נעמען א ווילטשעיר קלאס בערך 3 שעה און 24-שעה טעקסי קורס בערך 2-3 טעג. די ווילטשעיר קלאס איז $50 און די 24-שעה קורס איז $200.

6. מען דארף נעמען א דראג טעסט. איך בין נישט זיכער, אבער מיר דאכט זיך אז מען קען עס באקומען אומזינסט ביי געוויסע פלעצער.

7. מען דארף נעמען פינגערפרינטס. עס איז דא געוויסע פריסינקטס ווי מען קען עס מאכן פאר $25.

סך הכל קאסט וועט זיך ווענדן אין וויפיל מען צאלט פאר יעדע קורס און טעסט. פארשטייט זיך דאס אלעס איז נאר אין NYC.

צו אפלייען פאר TLC און פאר מער אינפארמאציע זעה דא.
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 4:41 pm#382173
החוקר האט געשריבן:TLC איז א לייסענס פון די טעקסי און לעמאזין קאמיסיע, וואס מען מוז האבן אויב וויל מען פירן פאסאנדשזירן פאר געלט (להוציא חסד, גמ"ח הצלה וכדו').

Uber פארלאנגט עס דען? כ'מיין אז נישט.
זונטאג אוגוסט 13, 2017 9:38 am#382239
קאסט: איך האב נישט געמאכט די חשבון יעצט, אבער איך מיין אז עס קאסט באלד $1,000 צו באקומען TLC אחרי ככלות הכל

הייסט עס סאיז נאר אן איינמאליגע אפצאל? עניוועי איז די קאר סערוויס סך הכל א נייע ק''ס קאמפעני מיט א פיוטשער ענליך צו אובער נישט שלעכט..
זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:59 am#382250
אויב איז דאס פארן היימישען ציבור, איז דאס א געפערליכע חוצפה . אינטערנעט איז אסור , און ער מאכט א עפפ פאר קארסערוויס.
זונטאג אוגוסט 13, 2017 12:04 pm#382253
Re: נייע אידישע קאר סערוויס ע"ד "אבער"
סלינקי האט געשריבן:
החוקר האט געשריבן:TLC איז א לייסענס פון די טעקסי און לעמאזין קאמיסיע, וואס מען מוז האבן אויב וויל מען פירן פאסאנדשזירן פאר געלט (להוציא חסד, גמ"ח הצלה וכדו').

Uber פארלאנגט עס דען? כ'מיין אז נישט.
לויט ווי איך פארשטיי פון אובערס עדווערטייזמענט, פארלאנגן זיי עס יא! זיי זאגן אז זיי קענען דיר העלפן עס באקומען גרינגער.

דאכצעך מיר אז ליגעלי טאר מען נישט זיין א קאר סערוויס אהן די לייסענס.
זונטאג אוגוסט 13, 2017 1:39 pm#382266
אויב פאנגט זוך דו טריפ אן ארויס פון דו 5 באראס דארפדטו מישט קיין טלסי לייסענס.
כקען היימישע אידן פון אפסטעט וואס זענען אויפגעסיינט מיט אבער, זיי האבן נישט קיין tlc
זונטאג אוגוסט 13, 2017 8:42 pm#382309
נולד מאוחר האט געשריבן:אויב איז דאס פארן היימישען ציבור, איז דאס א געפערליכע חוצפה . אינטערנעט איז אסור , און ער מאכט א עפפ פאר קארסערוויס.

ער שרייבט דאך קלאר אינעם עד אז מען דארף "נישט" קײן סמארטפאון דערצו.
זונטאג אוגוסט 13, 2017 9:22 pm#382313
איך פארקויף חזיר , מקען אויך קויפן כשר פלייש
זונטאג אוגוסט 13, 2017 10:03 pm#382315
עפפ ארבעט נישט, דעסקריפשאן איז גרייזיג א שוואכער אנהייב. פארשטיי אויך נישט פונקטליך וויאזוי ער ווער ארבעטן ווי אובער ליפט וואס האבן טויזנטער דרייווער און בדרך כלל אין סיטי האב איך א קאר אין מינוטן, וועט ער עס קענען באווייזן? אויך שטעל איך מיר פאר אז די פול-ליין אפשאן וועט נישט זיין עס איז דאך נישט אזא היימישע זאך, היינט קען מען מיט אובער פאל האבן א רייד פון ברוקלין קיין מאנהעטן פאר אינטער צען דאלאר. בין איך פארט אינטערסירט צו שטיצן א היימישע זאך בפרט א היימישן עפפ אבער זאל עס ארבעטן צום אלעם ערשט.
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 7:06 pm#382476
Re: נייע אידישע קאר סערוויס ע"ד "אבער"
אפשר איז זיין פלאן אויב נישט האלט דיך אז עס איז א גוטער פלאן.

שלום א שווערע ארבעטער פין 9-5 אין קוים געלעקט ער צום לעבן נאך נאכאמאל האט ער זיך אויפגעסיינט מיט די אידישע אובער געדאנק אין מאכט טריפס לויט זיין געשמאק אין זיין געגענט אין נעמט ארויס נאך אפאר טולר א חודש.