Re: ווידעא וויאזוי מען מעסט האר פון מיידלעך...
לאמיר עפעס אוועק שטעלען וועגען די סקול. דאס הייסט א ריזיגע גוטע סקול, יעדער וואס איז דארט רעדט פון דעם אלץ דער בעסטע סקול פון אלעם, מער ווי סיי וועלכע סקול. פארוואס? ווייל די אקאדעמישע סטאנדארדען זענען זייער הויך. מ׳דערציילט אז אין היי סקולס זענען די מיידלעך פיהל ווייטער ווי אלע אנדערע.
א חלקם פון די הצלחה פון די סקול, איז די מנהלת, א חסידישער גראדע, וואס איז א ריזיגע כח. אלע מיידלעך האבען איהר ליעב און זי טרייבט אלץ מער און מער. זי איז טאקע שטרענג וועגען צניעות, מ׳זאגט זי קען כאפען איינעמ׳ס קלייד און אראפ רייסען די hem ווייל ס׳איז צו קורץ געווארען וכדו׳, אבער די מיידלעך שטעלען זיך צו.
צוליעב דעם, האבען זיי דארט מיידלאך פון מער אויפגעקלערטע (אויפגעקלערט ביי ליטווישע מיינט אז דיד מאמע האט שטודירט א קאלעדזש פראגראם, נישט די טאטע׳ס הויזען), און א טייל פון זיי זענען נישט צוגעשטעלט צו די צניעות נארמען וואס די מער היימישע\ישיבישע האבען. דעריבער זוכט זי אלץ עצות דערפאר.
די נערישקייט, וואס כפי המסופר אויף די אינטרנט, האבען זיי אפגעשטעלט נאך די בזיונות, שיינט צו זיין א חלק פון די פראבלעם, נאר פארשטייט זיך, טאמער מ׳באשרייט עס נישט, וועלען שוין אלע מוסדות נאכמאכען.
גראדע, האט מען מיין טאכטער אריינגענומען דארט, נאר פאר פארשידענע סבות האב איך דארט נישט געשיקט, הודו להוי"ה כי טוב אז מ׳האט מיר געראטעוועט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk