קורקלענד האט געשריבן:גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:
חוץ מזה סאיז א סמארט מאוו די פאון מאכט נישט קיין אישאס לאנג בעטערי ועוד
פאר אנדערטהאלבן יאר. דערנאך פאנגט עס אן גיין שטאט וכדו', זיי פרובירן דיר צו צווינגען צו קויפן א נייע יעדע צוויי יאר.
יעדע פאון איז די זעלבע אין דעם הינזיכט. ווען מען קויפט עס ניי פארט עס געשמירט, און מיט די צייט ווערט עס שטייטער און הייבט אן מאכן אישוס, בפרט נאכ'ן אינסטולירן אסאך עפפס, און די מעמארי ווערט פול מיט כל מיני פיילס. כמעט יעדער מוז נאך 2 יאר קויפן א נייע פאון.
די פראבלעם מיט עפל איז אז זיי לאזן זיך קאסטן.... די נייע אייפאון וואס איז ערווארטעט נעקסטע וואך וועט ווארשיינליך קאסטן בערך אן אלפ'ל פאר די ביליגסטע ווערסיע...
די מעלה מיט עפל איז אז זיי מאכן אליינס די הארדוועיר און סאפטוועיר (אודאי געוויסע חלקים ווערט אוטסאורסד, אבער זיי האבן דעם פולן קאנטראל דערויף) און ממילא ארבעט עס מער סמאאד און געשמירט. די 'פיקסל' פאון פון גוגל האט טאקע דעם זעלבן מעלה, אבער פארט האט iOS א געוויסע גלאטקייט וואס איז שווער צו געפינען ביי ענדרויד.
יעצט מיט די נייע iOS 11 פון עפל גייט די אייפון באקומען אסאך מעלות וואס נאר ענדרויד האט פארמאגט און זיי האבן נישט געהאט ביז היינט, ווצב"ש א פייל מענעדזשער.
די סיבה אז א פאון מאכט פראבלעמען איז פארשידנארטיג, מיין גאלעקסי פלעגט אויך ווערן זייער הייס א שטיק צייט און גענוצט אסאך באטערי, ביז נאך אביסל ריסערטש האב איך געטראפן דעם פראבלעם און אנ-איסטולירט יענעם עפפ.
באדעם ליין, ביידע פאונס האבן מעלות און חסרונות. כאטש אייפון איז אביסעלע סמאאדער מיינט נישט אז ענדרויד איז צוריקגעשטאנען, מיט די היינטיגע שנעלע פראסעסארס זענען די פאונ'ס משוגע שנעל, אנדרויד איז אויך מער פלעקסיבל ווי עפל. ביידע פרובירן דיר צו האלטן סטאק אין זייער "עקא-סיסטעם", עפל דורך דיר אריינצווינגען אין זייער קלאוד סערוויסעס און איי.מעסעדזשעס וכדו', און גוגל אין זייער סיסטעם פון האלטן חשבון אויף דיין לעבן, זיי גיבן דיר דיינע נייעס וואס דו גלייכסט, דיינע גוגל מעפס, דיינע יוטוב קליפס, גוגל פאוטוס און דרייוו א.א.וו.
ס'איז באמת א מעטער אף טעיסט. איך האב ענדרויד און איך פארנעם נישט עפל'ס אינטערפעיס, ס'איז נישט מיין טעיסט, אבער דאס מיינט נישט אז עפל איז נישט אויסגעצייכנט. בפרט אז עפל לאזט שוין אריין גוגל'ס פראדוקטן אויף זייער פאון, ווי דזשימעיל און מעפס, (עפל מעפס איז מיילן אונטערשטעליג פון גוגל'ס).