Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דרמה בבג"ץ: בוטל החוק שהעבירו החרדים לפטור מגיוס

דרמה בבג"ץ: בוטל החוק שהעבירו החרדים לפטור מגיוס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 49 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11862
מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 3:08 pm#384636
גאנצל האט געשריבן:איך כאפ נאך נישט פונקטליך וואס דא האט זיך געטוישט בכפי' איז דאך ביז יעצט אויך געווען לויט יהודה ראבי רז"ל @איש את רעהו מיט זיינע מראה מקוקמות פון עץ פארטיי ? וואס איז יעצט אנדערש ?

אדער אפשר איז רעב אארן יא גערעכט געווען איך ווייס נישט וועל מיר עס מוזן לאזן צו די פארשטייערס

עס איז טאקע געווען, למחצה ולשליש. יעצט איז פאר יעדעם גלייך. שוויין בנטל. נישטא מער קיין דחוי פאר קיין איינעם.
מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 4:18 pm#384641
וואס פונקטליך מיינט למחצה לשליש

האלב בחורים יא און האלב נישט ?

אדער גאר נאר פניו ידיו ורגליו פונעם בחור איז געווען בכפי' ?

איך גלייב אז דו לעבסט מיט'ן מציאות

וועל איך מער מסביר זיין דיינע ווערטער

קיין גזירה בכפי' איז נישט געווען למחצה לשליש מיינסטו אז מ'האט זיך געקענט פארפלאנטערן מיט'ן געזעץ און אומוויסנדיג אריין פיילן אין זייערע הענט

אבער יעצט האט די קאורט ארויסגעגעבן אז מ'וועט נישט קענען נעמען קיין דיחוי
מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 5:12 pm#384645
עם פרסום החלטת בג"ץ על ביטול חוק הגיוס המתוקן, מיהרו הארגונים החרדים הקיצונים לשגר לכלי התקשורת הודעות המביעות סיפוק מההחלטה • אלא שמתברר כי הדובר המיוחד שמונה על ידם למטרה זו, הוא יו"ר תא התועבה של מפלגת מרצ
מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 6:32 pm#384656
דער עיקר וואס ווייטאגט דער בג"ץ אז מוועט זיך דערזעהן מיט מאסן 24 יעריגע וואס טויגן צו גארנישט. ברוך אשר לא השבית גואל
מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 11:41 pm#384671
די געפערליכע גזירה איז שוין ב"ה בטל געווארן :lol:
איך ווארט נאך צו הערן פון די וואס האבן גרויס ריזיג געמאכט די רעזולטאטן וואס מזעהט שוין חודש סיון ע"ז פון די ביטערע גזירה.
און דערנאך חודש תמוז ע"ז מיט די נייע תקנות פאר'ן געזעץ האבן זיי מסביר געוועהן אז ס'איז דאס ערגסט'ן וואס ס'שייך.
(ווער געדענקט נאך זייערע געוואלד געשריגענדע אסיפות פאשקעווילן פראטעסטן א.א.וו.)
אלע וואס האבן אוועק געמאכט די רייד פונעם ארויני וואס האט זיך געשטעלט אויף די פאקטן און האט זיך נישט געלאזט נארן פאר אפאר צעטליך וואס מ'האט אויסגעטיילט פאר די באטייליגטע.
אלע וואס האבן מיט געוויינט מיט יהודה ראבי, און להבדיל ר' אהרן משה שכטער שליט"א.
אלע וואס האבן צוזאמען מיט יוסף דוד שכטער נכד הגרי"מ אין די גרויסארטיגע בארקעלעיס סטעדיאם אויסגעשאלטן די חברי בית כנסת המינים שר"י וואס האבן מיטגעשטומט מיט די מכלומר'שטן געפערליכע געזעץ וואס קומט כאפן די נחשלים ספרדים יתומים בני גרושה וחלוצה.
אלע וואס האבן מוחה געוועהן על כבודו פון עמרם ט"ב אן צו מברר זיין אויב די פאר פאקטן וואס דעם ארויני האט געזאגט בפניו ביים מאנסי'ער אסיפה איז קראנט.
אלע וואס האבן מוחה געוועהן קעגן דעם "גזירת ההשתקה" פארוואס מ'לאזט נישט רעדן פונעם נייעם געזעץ, לייג אלעס אויפ'ן טיש און לאמיר זעהן.

איצט פארשטייט איהר פארוואס מ'האט געבעטן שווייג'ן?

איז אזוי,

אלע פאקטן וואס שטיין ביים געזעץ ווי עמרם ט"ב האט פארגעשטעלט ביים אסיפה און דעם קאסאנער האט געטיילט קאפי'ס פאר אלע רבנים,
די אלע זאכן שטייען טאקע אינעם נוסח פונעם געזעץ.
אבער אין צעווישען די שורות האט מען דערלעדיגט אלעס זאל זיין ווי פריער, צו בנוסח החוק אליינס צו שפעטער ביי די תקנות החוק.
זיי האבן געשוויצט פאר דעם שעות אויף שעות משך כמעט 3 יאהר.
אלעס זאל שטיין אויף אן אופן פון 'שיוויון' און 'תהליך' וכדו', זיי האבן נישט געבעטן אז אין ווס"ב אדער לאנדאן זאל מען הענגען פלאקאטן מיט "התודה והברכה וכו' "
נאר נאך וואס אינטערעסאנטען פארדרייען דעם קאפ פונעם תמימי'שער ציבור מיט מעש'ס הוידל בוידל איבער 'ועד הישיבות', 'לשכת הגיוס', 'ממ"ח', 'יעדים', 'חב"ד ישיבות', 'ציידים', 'גייסים', 'השתקה', ועוד ועוד.
און מ'קומט מאכן א קול זעקה. און מ'בעט אלע אלטע צדיקים ורבנים זאל'ן מיטשטומען אז ס'ביטער ווי דעם גאל... און מעולם לא היתה כזאת וכו'.
פאדערטזיך צו קומען מסביר זיין שטילערהייט וואס האנדלטזיך דא אונטערן טישעלע,
און טאקע, את אשר יגורנו בא, אין היכלי השן אין ירושלים זיצן נישט קיין פארטאמטע שוטים וואס גלייבן יעדע ווארט וואס די מדינה פארקויפט זיי אז ס'איז כביכול דא 10 מאהל דאפעלט ווי פאר כך וכך יאהרן.
און ועוד והוא העיקר, ווען די צד שכנגד (וואס פלעגן זיך רופן "הרוב הדומם") היפאקראפטן, 2 פעיסערדיגע רשעים. זענען מסביר מצד אחד פאר די פרומע עד היכן געפערליך די גזירה איז.
און מצד שני פאר די פרייע זענען זיי מסביר בטוטו"ד וויאזוי האבן די פרומע געארבעט אויף זיי. און סאיז נישטא קיין שום חילוק פון פאר לפיד'ס צייטן צו די היינטיגע נייע גזירה.

אלעס וואס איך זאג אייך דא ווערט אריסגעברענגט אינעם 148 זייטן וואס איז געברענגט געווארן דא פון די נייע פסק פון די בג"ץ וואס האט גע'פסל'ט די נייע חוק.
איהר קענט ליינען און זיך אליינס איבערצייגן ווי געפערליך איז די גזירה געוועהן, און וועלעכע פרומע זענען פונקט די וואס זענען אריינגעפאלן אינעם טריפה'נעם ארמעיי ל"ע.

איצטער, נסיים מעין הפתיחה, איך ווארט איינער פון די וואס האבן מיטגישטומט מיט איינס פון הנ"ל,
איז איינגעלאדנט צו אונז אלע מסביר זיין וואס האט געשטערט פאר די בג"ץ אין די גזירה, און וואס איז די מצב אין א יאהר ארום אויב ס'וועט נישט ווערן די נייע לור פארדעם.

ובמקום שאמרו לקצר אין אתה רשאי להאריך...
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 1:36 am#384682
לויט דעם גאנצן ביאור וואלטן דאך די פראטעסטן געדארפט שטיל מאכן די רשעים זעענדיג אז די קנאים שעלטן איבער דעם ביטערן גזירה, נישט אזוי?
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:43 am#384688
סנישט דא ווער סזאל זיך שלאגן. לכאורה וועלן די בחורים גייען אין די מאסן
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 8:39 am#384694
איך האב נאך נישט דורכגעליינט די גאנצע פסק פונעם בג"ץ אבער וואס איז אפען און קלאר זיי ווייסען פונקטליך וואס די פרומע רעדען שרייבען און טראכטען, זיי פארשטייען אז סשוין רייף פאר א פילע מיטארבעט פון די פרומע מיט די פרייע הרב שטיינמאן בעבר און הרב אדלשטיין בהווה צוזאמען מיט בעלזא וכו, זענען הונדרעט פראצענט מסכים צום פלאן מדארף אריינלייגען די פרומע און שוק העבודה, פאר דעם זענען זיי גרייט אלעס! וועגען די אפאר אורבאכים און עץ ניקעס וועט שוין רעב אהרן מאכען זיין דזשאב זאגען קשה גרים לישראל וכו' צוזאמען מיט די בלאגס אויף די אינטערנעט ארבעטען פאראייניגט זיי אינטערצורייסען ס'זאל נישט בלייבען זייער מיינוג מקובל!
נאכאמאל ווען אלע וואלטן געווען פאראייניגט די גאנצע צייט וואלטן זיי געוויסט סדא א וואנט, קען מעןזיך אויף די קאף שטעלן יא סקאסט א פרייז נישט זיצען אין קאלאציע נישט נעמען געלטער פון זיי נישט ווערען ביזעם פריינט מיט זיי וואלט געווען סדר, אבער ווויבאלד די ווייטע בליק פון די גדולי הדור איז אז למעשה געלט איז יעצט גיט וואס גייט מיך אן ספרדים וואס גייט מים אן יארע 2020 וואס גייט מעך אן יתומים ליידער יצא עגל הזה ווארט נאר ווארט סקימט א נייע חק די בעלזער וועט נאכאמאל שרייען הינט! די דגלסיטן וועלן שוין מסכים זיין אויף תפלות נישט חס ושלום אלימות ווייל דאס איז נאר שיין אין פאנעוויזש! רעב אהרן וועט שוין מסכים זיין אפשפארען בי קיו אי עה נאר ווען ער פארט צו א חופה פון א אייניקעל
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 8:57 am#384695
וואס טוסטו, לערנסט, ווער שטיצט דיר. פארוואס
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:43 pm#384753
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 5:48 pm#384758
לאמיר האפן סזאל אינגאנצען מקוים ווערען

כשבסאטמר מעניקים לך צל"ש, אתה לא יודע אם לצחוק או לבכות
בילד
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 7:18 pm#384762
איך הייב נישט אן צו וויסען וואס איך רעד, אבער דאס איז קלאר אז מיין פראקציע איז גערעכט.
דאס איז א תמצית פון די תגובה פון ימים ידברו
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 8:13 pm#384765
איך האב יא גענומען די מיה צו דורך ליינען די פילע זייטן פונעם פסק בג''ץ,

זיי זענען נישט געווארן איבערגענומען פון פראטעסטן און מחאות, פון תפיסות און פארברענטע גארביטש קענס, זיי זענען אויך נישט געווארן איבערגענומען פון די שארפע ווערטער פון די ליכוד פארטיי פארשטעלנדיג סצענעס ווי טויזענטער בחורים גייען אין די מאסן אין מיליטער, אויך זענען זיי נישט געווארן איבערגעדרייט פון שיין אויסזעהנדע טשארטס וואס דארפן צו ווייזן מכלומרשט די וואוקס פון די פרומע אין מיליטער.

די שפיל פון די ליכוד חברי כנסת צו פארשטעלן די געזעץ ווי עס איז ממש א שווערד אין די ישיבות האט נישט געארבעט, די בג''ץ האבן געקוקט אויף די טרוקענע נומערן און באווייזן, און שרייבן קלאר ארויס אז די נייע געפערליכע געזעץ איז פונקט ווי די אלטע, ווי זיי שרייבן
אותה הגברת בשינוי אדרת


זיי שרייבן זייער קלאר ארויס אז די נייע חוק האט געשטעלט גיידליינס וואס הייסט א חרדי אין זייער א ברייטע זאנע און פילע וואס האבן מיט חרדים גארנישט זענען אריין אין די קאטעגאריע וואס דאס האט געהאלפן בלאפן די נומערן כאילו ווי די פראצענט חרדים אין מיליטער שטייגט דארמאטיש, ווי אויך צייכענען זיי אן אז נאך אלע הארבע ווערטער אין וואס מען האט פראבירט צו איינפאקן די געזעץ איז עס געבליבן ליידיג פון תוכן וכלשונם ''חסר שיניים''

אונטערשטע שורה לצערינו הרב האט די שפיל פון די חברי כנסת נישט געארבעט און מען איז צוריק ביי סקווער וואן, ליידער זענען די בג''ץ אביסל קלוגער פון די ע''ץ חברה און די 15,000 בארקליעס משתתפים, מי יתן און די בארקליעס גלויביגע וואלט געהאט נאך 9 חברים.
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 5:16 am#384782
ווער ווייסט? ווען מ'וואלט זיך אויפגעפיהרט שטילער אין די גאנצע מערכה, וואלט אפשר די בלאף געלונגען און מ'וואלט זיי געקענט איינרעדן אז מ'פאלגט זיי. נאר וויבאלד די אומפאראנטווארטליכע חברה האבען געפאדערט אז מ'זאל קומען אין די עפענטליך, א זאך וואס ברענגט ארויס די פאקטן וואס מ'וויל נישט די רעגירונג זאל כאפן, א זאך וואס דער חזו"א האט שוין געזאגט אז מ'דארף האלטען שטיל, האבן זיי יעצט אן אחיזה אין די סיסטעם און טויזענטער מענטשן גייען ליידן.
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:44 pm#384826
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווער ווייסט? ווען מ׳וואלט זיך אויפגעפיהרט שטילער אין די גאנצע מערכה, וואלט אפשר די בלאף געלונגען
הודו לה' אז די בלאפער'ס האבן נישט געקענט אנגיין ווייטער, מיט זייער בלאף כאילו גארנישט קומט פאר וואלטן זיי פארשיקט נאך טויזענטער לשמד רוחני

און מ׳וואלט זיי געקענט איינרעדען אז מ׳פאלגט זיי. נאר וויבאלד די אומפאראנטווארטליכע חברה האבען געפאדערט אז מ׳זאל קומען אין די עפענטליך, א זאך וואס ברענגט ארויס די פאקטען וואס מ׳וויל נישט די רעגירונג זאל כאפען, א זאך וואס דער חזו"א האט שוין געזאגט אז מ׳דארף האלטען שטיל,
דער חזו"א האט נישט ממנה געווען די ח"כ וואס זאגן אז זיי האבן צוגעשטעלט שיינע פארציעס פאר די יעדים
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 4:00 pm#384828
אל יתהלל חוגר כמפתח
דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 9:58 am#389316
גזירת גיוס
דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 3:29 pm#389331
מען האלט שוין אויפן וועג ב"ה, איין אינגערמאן האט געגעבן $18 מעשר פון זיין נאכט כולל טשעק, און א צווייטער בחור האט געגעבן $5 קנס געלט וואס ער האט צוריקבאקומען פון זיין משגיח נאכן זיך געהעריג צושטעלן פאר א וואך צייט.
דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 10:01 pm#389358
.
מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 12:02 am#389736
מדוע צעד עסקן הרב שמעון שישא העצורים לביתו ללא נעליים
מדוע צעד עסקן העצורים לביתו ללא נעליים
איש שכולו חסד. בשעת לילה מאוחרת הוא נצפה צועד לביתו במאה שערים כשהוא ללא נעליים לרגליו • הסיפור והתיעוד שהגיע ל'בחדרי חרדים'
מסירות של העסקן: הרב שמעון שישא עסקן העצורים מירושלים שמטפל בכל העצורים בהפגנות ומשמש להם לעיתים כמעט כמו עורך דין מול המשטרה ובית המשפט צעד הלילה לביתו במאה שערים ללא נעליים.
המקרה אירע לאחר שהיום נעצרו כמה אברכים בההפגנה ליד לשכת הגיוס ברחוב רש"י בירושלים כאשר אחד מהם נעצר שנעליו נשארו במקום ההפגנה.
העסקן הרב שמעון שישא, הוזעק והגיע לבקרם. לאחר שהבחין כי אחד מהם הולך יחף, חלץ את נעליו הפרטיות - ונתן אותם לעציר. איך חוזרים הביתה? היה מי שדאג לתעד זאת והעביר ל'בחדרי חרדים'.
לא מעט עסקנים פועלים במרווח שבין הקהילה החרדית לרשויות המשטרה, אך אצל מעטים מהם ניתן לראות מסירות בולטת לעין, למרות שסביר להניח קיימת אצל מרביתם.
גם בעדה החרדית ישנם עסקנים האחראים על הקשר עם הרשויות ומתפקידם למנוע בעיות וחיכוכים, וכאשר אלה מופיעים - לפתור אותם במהירות האפשרית ועל הצד הטוב ביותר.
הרב שמעון שישא, חסיד תולדות אהרן, עוסק בשנים האחרונות כ'עסקן' שהוכיח לא אחת את הצדקת התואר, עד כדי כך שלפני כשנה השופט שמואל הרבסט מבית השלום בירושלים ביקש לציין ולהודות "לרב שישא על פועלו כ'קצין בית המשפט'", הגדרת מעמד של נציג רשמי שמייצג בבתי המשפט.
כאמור וכפי שניתן לראות בתיעוד, בשעת לילה לאחר שסיים לטפל בכל העצורים נצפה שישא צועד לביתו ללא נעליים.

004.jpg

003.jpg

002.jpg

001.jpg
זונטאג מערץ 18, 2018 1:10 pm#397715
פעיס די פעקט. m https://m.youtube.com/watch?v=rENf2wgb-D0 m
זונטאג מערץ 18, 2018 1:30 pm#397719
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פעיס די פעקט. https://m.youtube.com/watch?v=rENf2wgb-D0

גאנץ גוט ארויסגעברענגט די פאקטן.

אינטערסאנט אז 'מבקר-המדינה' האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אז גיוס חרדים האט געברענגט זערא רעזולטאטן

משא"כ בענעט און שקד פון הבית היהודי פארטיי

האבן געברענגט די נומערן (וואס יצחק שטערן האט גענוצט פאר כינוס-הרבבות-בארקעלעיס-סענטער)
אז אין די לעצטע צוואנציג יאהר וועט דאס מעהר און מעהר...

פרעגסטו א קשיא ווער איז גערעכט?

ערש"ק חוקת ה'תשע"ז פאר'ן 'כינוס-הרבבות' איז געוועהן אין די בתי-מדרשים עפעס א צעטל וואס האט געוואלט מסביר זיין אז טאקע אין בני-ברק-ירושלים-אשדוד-וכו'
(אזוי האט ער אויסגערעכנט אלע שטעט ווי ס'וואוינען היימישע אידן) - איז טאקע נישטא קיין גזירה.
אבער אין בית-אל, גבעת-שמואל און דא האט ער אויסגערעכנט א גאנצע שורה פון שטעט וואס ס'וואוינען {כמעט} נישט קיין היימישע אידן, - הערשט א געפערליכע גזירת-גיוס...

דער נקודת-אמת איז...

אויף די אפיציעלע בלעטער הערשט א געפערליכע גזירה און די נומערן ווערן גרעסער פון יאהר צו יאהר, ווי-אזוי? ווייס איך נישט... (רמז: פרעג די וואס האבן געשריבן די חוק...)
בקרב הציבור החרדי זעהט מען נישט קיין חילוק און אויב מ'זעהט עפעס א זאך וואו היימישע גייען אין מיליטער איז דאס אחד מעיר ושניים ממשפחה...
דער הארץ רייסט אויף יעדע יידישע נפש וואס פארפלאנטערטזיך אין עניינים פון יסודות היהדות,
אבער די מענטשן וואס די נומערן באשטיין פון זיי זענען נישט אנגעקומען יעצט צו א פלאץ וואס איז ערגער פון וואו זיי זענען אנגעקומען צו...

ס'נאך דא אסאך צו מאריך זיין ועוד חזון למועד בעזה"י...
זונטאג מערץ 18, 2018 5:29 pm#397734
נקודת אמת: אפשר ווייס איך נישט אלע פאקטן. אבער א בחור אדער יונגערמאן וועלכער פלאנט ארויסצוגיין ארבעטן נארמאל נאכ'ן חתונה. און ער איז זיך מתגייס. און ער גייט דינען אין די נח"ל החרדי. זעה איך נישט קיין שלעכטס אין דעם...!
מאנטאג אוגוסט 27, 2018 8:58 pm#411940
אין אנדערע נייעס:

朽槺木寸尿者