Under maintenance
הויפט זייט » ברעקינג: הצדיק ר' יעקב מאיר שעכטער אין אומאן אויף ראש השנה

ברעקינג: הצדיק ר' יעקב מאיר שעכטער אין אומאן אויף ראש השנה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11867
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 12:49 am#384680
ברעקינג: הצדיק ר' יעקב מאיר שעכטער אין אומאן אויף ראש השנה
ווי א דונער אינמיטן העלן טאג האט היינט געפלאצט די נייעס אז הצדיק ר' יעקב מאיר וואס איז שוין פאר 30 יאר! נישט געווען אין אומאן איז אין פלאן צו זיין ראש השנה הבעל''ט אין אומאן! פארשטייט זיך אויב עס וועט נישט זיין ''מניעות''.

ר' יעקב מאיר איז בסך הכל געווען נאר איין מאל אין זיין לעבן אין אומאן, ר''ח ניסן שנת תשמ''ח 30 יאר צוריק, ווען יס איז מאך געווען די קומוניסטן און מען איז געפארן מיט מסירות נפש.
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 2:55 am#384686
Re: ברעקינג: הצדיק ר' יעקב מאיר שעכטער אין אומאן אויף ראש הש
אויב וועט מען אריין לאזן צו איהם ראש השנה ביינאכט אויף לשנה טובה זאגן וועט ער מסתמא זיצן א גאנצע נאכט
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:16 am#384687
זי לאזט?
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 5:29 am#384689
Re: ברעקינג: הצדיק ר' יעקב מאיר שעכטער אין אומאן אויף ראש הש
ר' יעקב מאיר שליט"א אויפן וועיג צום airport
IMG-20170914-WA0000.jpg
IMG-20170914-WA0001.jpg
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 9:44 am#384698
גר ותושב האט געשריבן:ר' יעקב מאיר שליט"א אויפן וועיג צום airport
IMG-20170914-WA0001.jpg
IMG-20170914-WA0000.jpg

פארוואס פארט ער שוין א וואך פריער ?
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 9:45 am#384699
עמעזאן האט געשריבן:ווי א דונער אינמיטן העלן טאג האט היינט געפלאצט די נייעס אז הצדיק ר' יעקב מאיר וואס איז שוין פאר 30 יאר! נישט געווען אין אומאן איז אין פלאן צו זיין ראש השנה הבעל''ט אין אומאן! פארשטייט זיך אויב עס וועט נישט זיין ''מניעות''.

ר' יעקב מאיר איז בסך הכל געווען נאר איין מאל אין זיין לעבן אין אומאן, ר''ח ניסן שנת תשמ''ח 30 יאר צוריק, ווען יס איז מאך געווען די קומוניסטן און מען איז געפארן מיט מסירות נפש.

די ער אינמיטן העלן טאג ?
ממש אזוי!
וועים פונקטליך אינטערסירט וואס די חברה טהין ביז יעצט איז געוועהן די עטענטשין און די כבוד נישט צוגיין אבער היות עס האט שוין אויסגעוועפט ברויכט מען טוישן אביסל פארשטייסט ?
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:06 am#384701
Re: ברעקינג: הצדיק ר' יעקב מאיר שעכטער אין אומאן אויף ראש הש
ברוך הבא!
IMG-20170914-WA0007.jpg
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:09 am#384702
Re: ברעקינג: הצדיק ר' יעקב מאיר שעכטער אין אומאן אויף ראש הש
C/P
צי אלע מיינע טייערע פריינד וואס ענטפערן מיר א יעדן יאהר ר' יעקב מאיר פארט נישט.
לויפט שנעל און קויפט א טיקעט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:18 am#384705
Re: ברעקינג: הצדיק ר' יעקב מאיר שעכטער אין אומאן אויף ראש הש
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:19 am#384706
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:
גר ותושב האט געשריבן:ר' יעקב מאיר שליט"א אויפן וועיג צום airport
IMG-20170914-WA0001.jpg
IMG-20170914-WA0000.jpg

פארוואס פארט ער שוין א וואך פריער ?

איך טראכט די סיבה ווייל נאך שבת ווערט שוין א אנגעלייגעניש און מען האט נישט די ישוב הדעת ביים ציון, און ווי עס איז מקובל צווישען אונזערע לייט אז די רבי האט געזאגט פאר זיין טאכטער פאר די פטירה אז כאטש געווענליך א נפטר הערט נישט ווען מען רעדט צו עם וועט ער נאך די פטירה יא הערן ווען מען רעדט צו עם, און היות ר' יעקב האט שוין נישט גערעדט צום רבי'ן א 30 יאר האט ער אסאך צו פארציילען פאר די רבי און דאס נעמט עטליכע טעג...
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:21 am#384709
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:ווי א דונער אינמיטן העלן טאג האט היינט געפלאצט די נייעס אז הצדיק ר' יעקב מאיר וואס איז שוין פאר 30 יאר! נישט געווען אין אומאן איז אין פלאן צו זיין ראש השנה הבעל''ט אין אומאן! פארשטייט זיך אויב עס וועט נישט זיין ''מניעות''.

ר' יעקב מאיר איז בסך הכל געווען נאר איין מאל אין זיין לעבן אין אומאן, ר''ח ניסן שנת תשמ''ח 30 יאר צוריק, ווען יס איז מאך געווען די קומוניסטן און מען איז געפארן מיט מסירות נפש.

די ער אינמיטן העלן טאג ?
ממש אזוי!
וועים פונקטליך אינטערסירט וואס די חברה טהין ביז יעצט איז געוועהן די עטענטשין און די כבוד נישט צוגיין אבער היות עס האט שוין אויסגעוועפט ברויכט מען טוישן אביסל פארשטייסט ?

אויף ר' יעקב מאיר שטייט דאס נישט גוט... פאר ווער עס קען עם פערזענליך זיין הלוך ילך די לעצטיגע צענדליג יארן איז דאס וואס דו שרייבסט זייער נישט פארשטענדליך
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:40 am#384714
א התרגשות'דיגע בילד! מען דערקענט די געוואלדיגע התרגשות ווי א בענקענדיג קינד גרייט זיך צו טרעפען מיט זיין טאטע נאך 30! יאר און נישט סתם א טאטע נאר א טאטע א מלך!!
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:46 am#384715
.
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:15 am#384780
עמעזאן האט געשריבן:ווי א דונער אינמיטן העלן טאג האט היינט געפלאצט די נייעס אז הצדיק ר' יעקב מאיר וואס איז שוין פאר 30 יאר! נישט געווען אין אומאן איז אין פלאן צו זיין ראש השנה הבעל''ט אין אומאן! פארשטייט זיך אויב עס וועט נישט זיין ''מניעות''.

ר' יעקב מאיר איז בסך הכל געווען נאר איין מאל אין זיין לעבן אין אומאן, ר''ח ניסן שנת תשמ''ח 30 יאר צוריק, ווען יס איז מאך געווען די קומוניסטן און מען איז געפארן מיט מסירות נפש.

פאר אינטערעסאנטקייט, ווי אזוי קען ער זיך רופן 'מנהיג ברסלב' אויב איז ער קיינמאל נאך נישט געווען ראש השנה אין אומן?? איז דאס נישט די יסוד היסודות פון ברסלבר חסידות, צו זיין ראש השנה אין אומן??
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 9:46 am#384785
Re: ברעקינג: הצדיק ר' יעקב מאיר שעכטער אין אומאן אויף ראש הש
ר' יעקב מאיר שליט"א ביים ציון
IMG-20170915-WA0006.jpg
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 10:03 am#384787
אזא חן דאס בילד! שטייט אזוי צווישען עולם אן קיין מצב, מ'ליידיגט נישט אויס ארום ד' אמות, שטייט דערנעבען א בחור'ל אריינגעטון אין זיין ענין קיינער שטערט עם נישט.

אזא אמת! אזא לויטערקייט! א ריינקייט!
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 11:25 am#384799
יודעי דבר זאגן אז אין ראדני וועט זיין אסאך פלאץ צו זיצען ווייל אסאך פאהרן מיט ר' יעקב מאיר'ן קיין אומן
אלע יאהרן פלעג'ן זיי זאגן אז זיי פארן נישט ווייל ר' יעקב מאיר'ן פארט נישט
זיי מאכן פון סאטמאר רב א ברסלב'ר און ר' יעקב מאיר'ן א סאטמארע
און ער איז געווארן אן ערליכע איד אין זייערע ביכער נאר ווייל ער איז א קנאי
אונז דארפן מאיר נאר אז ר' ליבוש זאל פאהרן און מ'קען פארמאכן ראדני אויף יום טוב
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 11:48 am#384800
Re: ברעקינג: הצדיק ר' יעקב מאיר שעכטער אין אומאן אויף ראש הש
סקרן האט געשריבן: אונז דארפן מאיר נאר אז ר' ליבוש זאל פאהרן און מ'קען פארמאכן ראדני אויף יום טוב

באקומען נעכטן
C/P
כ"ק האדמו"ר מפשאווארסק אנטווערפן יוצא הלילה לאומן שם יפגש מחר בבוקר עם הרה"צ ר' יעקב מאיר שכטער שליט"א
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 12:10 pm#384801
כ'מיין אז ס'וואלט געווען א גוטע איידיע, אז אלע רביס און צדיקים זאלן גיין מיט ר' יעקב מאיר שעכטער קיין אומאן, און ווער ס'וויל זאל מיטגיין, און זאללן בלייבן דארט ביז נאך שמעלקע'ס האלעפטשעס שמח"ת, און אונז שארית הפליטה עמער האבן א געשמאקע תשרי וועקעישאן, מ'וועט תשובה טון מאהבה ובשמחה מתוך התרוממות און נישט מתוך דיכאון און זויערקייט.
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 12:34 pm#384803
אין ווער זאגט אז ער בלייבט אויף יו"ט??
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 4:08 pm#384829
עמעזאן האט געשריבן:א התרגשות'דיגע בילד! מען דערקענט די געוואלדיגע התרגשות ווי א בענקענדיג קינד גרייט זיך צו טרעפען מיט זיין טאטע נאך 30! יאר און נישט סתם א טאטע נאר א טאטע א מלך!!

פארוואס דערקען איך עס נישט?
זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 2:02 pm#384884
אומאן ראש השנה ?
פון ווי נעמט זיך דער אומן ראש השנה ווי איז דער מקור? רבי נחמן האט דאס נישט געזאגט לכאורה אין לקוטי מהרן שטייט דאס נישט! עס איז א זאך וואס איז נתגלה געווארען לאחר פטירתו מדארף אריינקיקען אין דער זאך מקורו? מנסיעת הצדיק רבי יעקב מאיר שליט"א יוכיח אז ער פארט איינמאל נישט יעדע יאר לערינט אונז אז ס'נישט א יהרג ואל יעבור מ'דארף נישט גיין יעדע יאר, ווען ער וואלט בכלל נישט געפארען וואלט געווען פשט ער פארט נישט ארויס פון ארץ ישראל און פערטיג מיט דעם וואס ער איז געפארען ניסן תשמ"ח איינמאל אינמיטען די יאר, און מיט די יעצטיגע נסיעה לערינט ער א ברסלבר חסיד דארף איינמאל כאטשיג גיין ראש השנה!
אבער פארען יעדעס יאר? מאן יימר ווער זאגט אז דאס איז געווען די כוונה פון הרב נתן זצ"ל ? עס שמעקט נישט אידיש! בכלל ציון צדיקים איז א גרויסער זאך אבער עד כדי כך?
און נאך מער, איך בין מאמין בקדושת הרבי נחמן! אבער ער איז טאקע גרעסער פון רבי שמעון בר יוחאי? אויב ס'דא א ענין צו זיין ביי א צדיק איז נישט רבי שמעון בר יוחאי מער? על כל פנים א צדיק בדורו ווי דער זיידע דער בעל שם טוב הקדוש? וואס איז כמעט דורו איז ער נישט מער צדיק ? מיר קענען טאקע נישט שאצען, דערפאר זאג איך נישט רבי אלימלך אבער זיין גרויסען זיידען דער אור שבעת הימים?
און די וויכוח פון המשפיע הנודע מוטא פראנק מיט הרב מזרחי האט מיך שטארק אויפגעקלערט אז די זאך שמעק נישט גיט, און לדאבונינו הרב האט מוטא נישט גענטפירט צום זאך, איך מיין מ'דארף ארויסקומען מיט א קראנטע הסבר, וואס דארף מסביר זיין קלאר, און נשיט זיין כצאן לטבח בלי הבנה וידיעה אם כל זה נכון בכלל!
א' רצון קדשו והמקור
ב' מאן יימר שנאמר מאתיים שנים אחר פטירתו וואס די שייכות איז זייער ווייט אפשר כהיום דארף מען גיין צום בעשטה"ק אדער בלייבען אין שטוב כי חדוות ד' מעוזכם ווי סשטייט אין מס' ביצה
ג' לאור די אלע תועבה וואס טיט זיך ליידער אפ פון טויזענטער בני בליעל ארום די ציון הק' שהשתיקה יפה לו, אולי דינו ככותל המערבי ואסור לילך לשיטת סאטמאר?
ד' ואת"ל כל הנ"ל אינו, פרעג איך, יעדע יאר? יעדע מענטש? איז עס אזא מין באוועגינק? איז דאס נישט א אמונה טפילה? ס'זעהט זייער נישט אויס תורה'דיק בכלל, מיר געפינען נישט אזא מין הנהגה, נישט און די חז"ל, נישט און ראשונים, נישט על פי קבלה, נישט על פי חסידות, ווי האט מען גהערט צו זיין יום טוב אויף א ציון ? אזא ציבור מיט אזא הנהגה ובפרט עשרת ימי תשובה טאנצען שפרינגען מיט א לוקסוס און הולייעריי דאס איז עשרת ימים שהקב"ה מקבל תשובת בני ישראל?
ה' איך ערווארט נישט פון טויזנטער אידען נאך צוואנציג יאר זאלן זאגען טעינו אבער על כל פנים איין צוויי מבקשי אמת זאלן זאגען דער אמת
ו' ועל כולם די גאנצע זאך רבי נחמן שלעפט ארויס ביי די פאות וואס הייסט מזינדיגט און מקומט צו רבי נחמן מדאווענט מיט יואלי לעבאוויטש מכאפט א בליק אויף ברלנד און מנעמט שריים פון מהרא"ש ויואלי רוטה און אלעדיגט! לאמיר שוין זאגען מאנקערט זיך נשיט אן מיט אלע תועבות שם דאס איז געניק פאר ארויס פון שאול תחתיות עס מאכט נשיט קיינע סענדס
זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 5:15 pm#384900
Re: ברעקינג: הצדיק ר' יעקב מאיר שעכטער אין אומאן אויף ראש הש
@ימים ידברו פון די צענדליגער טויזענטער וואס פארן אויף אומן זענען נישטא ''טויזענטער בני בליעל''. יא עס זענען דא און אפילו אויב עס איז אין די טויזענטער דארף מען נישט פאוקעסען אויף די שלעכטע זייט נאר ענדרעש קוק אויף איינער ווי אונזער ניק ברסלבער וואס איז מלא וגדוש מיט תוכן און האט ארויס זיין לעבן. און אויב פארט ער איעדער יאר (?) איז נישט געפערליך זיכער נישט ערגער פון די וואס פארן אויף ימים נוראים צו וויזניץ מאנסי אדער קיין בעלז אדער אויף סוכות קיין באבוב.

Sent from my XT1096 using Tapatalk
זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 5:31 pm#384902
אומאן ראש השנה ?
גראף טייערער די ענטפרסט צווי תירוצים א' הלמאי איך רופען אן טויזענטער אידען בני בליעל וב' ס'נישט ערגער ווי פארען קיין בעלז און וויזניץ על ראשון ראשון
גראדע לויט מיין אינפארמעישאן איז דא בערך 7 טויזענט ערליכע אידען און נאך 15 טויזענט אלע מינים שובי בנים עד איך ווייס נישט וואס, און דערנאך איז דא נאך א 5 טויזענט אידען וואס זענען נישט ח"ו בני בליעל אבער האלטן נישט ביים דאוונען נארמאל גיין צו שיינער אדער אנדערע שווארץ יאער!
אקעי סוי דאך ציך מיך אז רוב ציבור איז ליידער יא בני בליעל! הגם די אינפארמעישאן אויף תועבה און בני בליעל נעם איך פון א שרייבער וואס האט שטודירט די זאך און ער זאגט אז רוב ז'' פון גאנץ אוקריינע קומען צו פארען קיין אומאן אויף ראש השנה! זיי קומען נישט פאר גארנישט פליז טשעקט אט
בנוגע נסיעות קיין בעלז און וויזשניץ אמת איך בין נישט קיין חסיד פון זיי אבער די אידען טוען וואס מהאט געטון און די לעצטע הונדרעט פיפציג יאר סוי וואס קען איך זאגען אבער פארן צו צדיק אחר מותו? בכלל יעדער מוז פארען יעדער מוז זיין ? עטס נאו וועי א אידישע זאך
זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 5:44 pm#384906
ימים ידברו האט געשריבן:פון ווי נעמט זיך דער אומן ראש השנה ווי איז דער מקור? רבי נחמן האט דאס נישט געזאגט לכאורה אין לקוטי מהרן שטייט דאס נישט! עס איז א זאך וואס איז נתגלה געווארען לאחר פטירתו מדארף אריינקיקען אין דער זאך מקורו?
אינטערעסאנט, קיין איין ברסלבער חסיד איז נישט מערער דערין, חוץ אונזער קנאי וועמען עס שטערט אז ר' נחמן האט עס נישט געזאגט אין לקוטי מהר"ן...

מנסיעת הצדיק רבי יעקב מאיר שליט"א יוכיח אז ער פארט איינמאל נישט יעדע יאר לערינט אונז אז ס'נישט א יהרג ואל יעבור מ'דארף נישט גיין יעדע יאר, ווען ער וואלט בכלל נישט געפארען וואלט געווען פשט ער פארט נישט ארויס פון ארץ ישראל און פערטיג מיט דעם וואס ער איז געפארען ניסן תשמ"ח איינמאל אינמיטען די יאר, און מיט די יעצטיגע נסיעה לערינט ער א ברסלבר חסיד דארף איינמאל כאטשיג גיין ראש השנה!
די ווייסט צו דו טראכסט? ר' יעקב מאיר הייסט יעדעם פארן, רובם פון זיינע תלמידים פארן יעדעס יאר, ער פערזענליך קען נישט פארן מטעם הכמוס אצלו וואס ער קען נישט ארויסגעבן בחייו.

אבער פארען יעדעס יאר? מאן יימר ווער זאגט אז דאס איז געווען די כוונה פון הרב נתן זצ"ל ? עס שמעקט נישט אידיש! בכלל ציון צדיקים איז א גרויסער זאך אבער עד כדי כך?
עס שמעקט נישט אידיש? אהא. פראטעסטן אין די גאסן פון ירושלים שמעקט אויך נישט אידיש. אויפצושטיין סליחות אזוי פרי שמעקט אויך נישט אידיש. טראגן שבת מיטן ערוב שמעקט נישט אידיש. בכלל גאנץ חסידות שמעקט זייער נישט אידישליך, פרעג סיי וועמען אינדרויסן פון באקס.

און נאך מער, איך בין מאמין בקדושת הרבי נחמן! אבער ער איז טאקע גרעסער פון רבי שמעון בר יוחאי? אויב ס'דא א ענין צו זיין ביי א צדיק איז נישט רבי שמעון בר יוחאי מער? על כל פנים א צדיק בדורו ווי דער זיידע דער בעל שם טוב הקדוש? וואס איז כמעט דורו איז ער נישט מער צדיק ? מיר קענען טאקע נישט שאצען, דערפאר זאג איך נישט רבי אלימלך אבער זיין גרויסען זיידען דער אור שבעת הימים?
איך גלייב אז איר זענט שוין אמאל געפארן קיין מירון אדער קיין ליזענסק. שעם דיך, פארוואס נישט צו אברהם אבינו? אדם הראשון? וואס איז דאס גיין צו אייניקלעך??
כ"א גייען אלע בעלזער צום רב ז"ל'ס ציון, האסט זיי אמאל געפרעגט פארוואס זיי גייען נישט צו קבר רחל??

און די וויכוח פון המשפיע הנודע מוטא פראנק מיט הרב מזרחי האט מיך שטארק אויפגעקלערט אז די זאך שמעק נישט גיט, און לדאבונינו הרב האט מוטא נישט גענטפירט צום זאך, איך מיין מ'דארף ארויסקומען מיט א קראנטע הסבר, וואס דארף מסביר זיין קלאר, און נשיט זיין כצאן לטבח בלי הבנה וידיעה אם כל זה נכון בכלל!
איך נעם נישט קיין אחריות אויף מוטה, איך האב עס נישט געהערט/געזען, אבער אז דו זאגסט אז עס איז נישט צום זאך איז נאכנישט קיין ראיה.

א' רצון קדשו והמקור
כמה וכמה תלמידיו ששמעו זאת מפיו בפירוש ובראשם ר' נתן נ"ע.

ב' מאן יימר שנאמר מאתיים שנים אחר פטירתו וואס די שייכות איז זייער ווייט אפשר כהיום דארף מען גיין צום בעשטה"ק אדער בלייבען אין שטוב כי חדוות ד' מעוזכם ווי סשטייט אין מס' ביצה
פארקערט, ווי שפעטער אלץ מער דארף מען זיך מקשר זיין לדורות הראשונים.

ג' לאור די אלע תועבה וואס טיט זיך ליידער אפ פון טויזענטער בני בליעל ארום די ציון הק' שהשתיקה יפה לו, אולי דינו ככותל המערבי ואסור לילך לשיטת סאטמאר?
סאטמאר האט א פראבלעם מיט תועבה? אפשר דארף מען ארויסמאפן פון מאנראו.

ד' ואת"ל כל הנ"ל אינו, פרעג איך, יעדע יאר? יעדע מענטש? איז עס אזא מין באוועגינק? איז דאס נישט א אמונה טפילה? ס'זעהט זייער נישט אויס תורה'דיק בכלל, מיר געפינען נישט אזא מין הנהגה, נישט און די חז"ל, נישט און ראשונים, נישט על פי קבלה, נישט על פי חסידות, ווי האט מען גהערט צו זיין יום טוב אויף א ציון ? אזא ציבור מיט אזא הנהגה ובפרט עשרת ימי תשובה טאנצען שפרינגען מיט א לוקסוס און הולייעריי דאס איז עשרת ימים שהקב"ה מקבל תשובת בני ישראל?
וואס געפינט מען נישט אין ראשונים? לוקסוס? הוליעריי? וואס רעדסטו פערדעריי! מען טאנצט אז מען איז ארויס זכאי בדין. דו פאסט ראש השנה? מען דארף זיך פרייען אז מען האט זוכה געווען צו זיין ביים מקום אשר יבחר לך ה'. ביים צדיק הדורות. גלייבסט נישט אין דעם? פאר נישט. אבער רעד נישט קיין פערדעריי און הוילע הויכשטאקיגע שטותים.

ה' איך ערווארט נישט פון טויזנטער אידען נאך צוואנציג יאר זאלן זאגען טעינו אבער על כל פנים איין צוויי מבקשי אמת זאלן זאגען דער אמת
אהא, דאס איז וואס דו ערווארטסט? אפשר זענען דא קלוגערע פון דיר אין כלל ישראל? אפשר זענען זיי יא גערעכט מיטן פארן?

ו' ועל כולם די גאנצע זאך רבי נחמן שלעפט ארויס ביי די פאות וואס הייסט מזינדיגט און מקומט צו רבי נחמן מדאווענט מיט יואלי לעבאוויטש מכאפט א בליק אויף ברלנד און מנעמט שריים פון מהרא"ש ויואלי רוטה און אלעדיגט! לאמיר שוין זאגען מאנקערט זיך נשיט אן מיט אלע תועבות שם דאס איז געניק פאר ארויס פון שאול תחתיות עס מאכט נשיט קיינע סענדס
נישט אלעס אין אידישקייט מאכט סענס. מען פארט אויס'פועל'ן און דאס איבריגע לאזט מען פארן אויבערשטן. פורים מאכט יא סענס ביי דיר?

זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 6:18 pm#384907
Re: ברעקינג: הצדיק ר' יעקב מאיר שעכטער אין אומאן אויף ראש הש
@ימים ידברו איך בין שוין דארט געווען עטליכע מאל און ''רוב'' עולם האט נישט געזינדיגט דארט נאר פון אלע מין זענען געווען אזוינע וואס זענען הויעך א גאנץ ר''ה. אנדערע וואס גייען טאקע צו זונות רח''ל קומען ניטאמאל און קיין אומן נאר בלייבן אין קיעוו. עס קען אז די לעצטע פאר יאר האט זיך עס געטוישט אדער כ'גלייב נישט אזוינע נומערן.
יעצט לגבי פארן צו א צדיק לאחר פטירתו אזויפיל יאר שפעטער איך הער טאקע דער חילוק אבער זיי האלטן דאך אז אזוי האט ער געוואלט.

Sent from my XT1096 using Tapatalk
זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 8:26 pm#384917
איך פארשטיי נישט, מיט הונדרעט יאר צוריק, האט געוואוינט א איד דער הייליגע ח"ח זי"ע אין פולין, און איהם איז נישט איינגעפאלען צו פארן. איז ער דען נישט קיין בר פלוגתא מיט מוטה פראנק? ס'האט געוואוינט א איד, דער מהרש"ם אין ברעזאן, און ער האט קיין ר"ה דארט נישט געפראוועט. איז ער דען נישט קיין בר פלוגתא מיט הרב יעקב מאיר?
זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 11:36 pm#384927
צו דער מהרש"ם אדער חפץ חיים זענען א בר פלוגתא מיט מוטה ווייס איך נישט. דו ביזט אבער זיכער נישט קיין בר פלוגתא מיט ר' יעקב מאיר.
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:30 am#384930
ווי איך פארשטיי איז די זאך פשוט

קודם די אלע נארישע חשבונות פון זיבן פעטע קיען און זיבן טויזנט קומען מזנה זיין איז הוילע אויפגעבלאזענע דמיונות פון עטליכע קיען איך זאג נישט אז ס'פארן אהין נאר ערליכע אבער בעלי עבירות איז דא איבעראל סאטמאר רב האט געפנט א וועד הצניעות נישט פאר אידן וואס זענען נישט געגאנגען מיט סאן גלעסעס איו עירפארטס..........

ברסלב איז אנדערש ווי אלע חסידות מיט דעם אז זייער רבי רבי נחמן האט נאך עד היום הזה ניט קיין ממלא מקום און נישט אז זיי האלטן אז ער לעבט אזוי ווי די משוחיסטן נעבעך און ניט אז זיי האבן א שיטה אז 'מ'טאר' נישט נעמען קיין מ"מ אזוי ווי די בני יואל האבן פראבירט מאכן אזא מאוומענט נאר די סיבה איז אז ביי זיי איז רבי נחמן מיט זיין דרך און זיינע הייליגע ספרים זייער לאמר אמטירנדע רבי כאטש די עצם זאך אז א נישט אתנו בחיים רבי זאל זיין די רבי איז עפעס א מושג וואס מ'פארשטייט נישט בעיני המון און ס'איז פאני איז אבער דער מציאות אז בערך דאס איז די ברעסלעבע חסידות "זיי האבן נישט קיין רבי נאר א משפיע וואס געט אריין דעם רבינ'ס דרך ווייטער" ליקוטי מהר"ן איז נישט עפעס א ספר וואס ליגט ביי זיי אין שאפע נאר אין דעם קאכן זיי

מילא אז זייער אמטירנדע רבי איז געבליבען רבי נחמן און אז דער תתלמיד רבי נתן האט נאכגעזאגט משמו אז ר"ה זאל מען זיין ביים רבי'ן איז פשוט אז מ'פארט אפילו מאתיים וד' מאות שנה ווייל פונקט אזוי ווי זייער גאנצע געפירעכץ איז מיט'ן רבין רבי נחמן אזוי איז ר"ה והבן

וכיון ס'איז באמת אביסל פאני האט זיך אנגעהויבן רעבעליעניס אקעגן דעם איז עס געגאנגען אויף פארקערט אויך און זיי מאכן עס פאר מער הייליגער ווי עס איז דער אמת איז אז פונקט ווי צו א לעבעדיגע רבי מוז מען ניט פארן אויף יעדע יו"ט די זעלבע ביי זיי ר"ה אבער אזוי וווי עס איז דא פארפירערס און אזעלכע ליצני הדור וואס האלטן זיך אונטער מיט דעם ע"כ לעומת זה ווערט עס מער פארהייליגט און פאנאטיש ביי זיי און מ'רעדט דערפון ווי כאילו איך ווייס וואס דארט פילט מען ווי מלאכים שווארצע צו ווייסע ניט קיין נפקא מינה

אבער באמת איז אלעס נארמאל ס'איז א התעלות אוועק פון די שטוב און פון די רושיגע נוי יאקע גאסן ביי א הייליגן צדיק א חבורה פון צענדליגער טויזענטער אידן און ס'איז נאך ספוקי אלס ר"ה נאטורליך איז אז מ'פילט זיך דערהויבן
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:35 am#384931
Re: ברעקינג: הצדיק ר' יעקב מאיר שעכטער אין אומאן אויף ראש הש
בילד

האסטו די תירוץ !

עפעס איז נאך שווער ?
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:51 am#384932
כ'מיין כ'גיי מיך פירן היי יאר נוסח קאזניץ, היי יאר בין איך נישט אין די מוד פון א פארכטיגע ראש השנה, און שטייטסעך לסימנא טבא פאר א גאנץ יאר
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 2:52 am#384936
רב שכטר דארף נישט קיין רבי. אבער דער וואס מיינט ער קען טון אגאנצ יאר וואס ער וויל. און ר"ה האט ער א רבי וואס רדארף זיך נישט פארענפערן. איז אשאד זיין צייט
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:45 am#384948
איך האלט נישט קיינעם אפ פון פארען, אבער אלע שרייבערס דא אנטשולדיגט אייערע תירוצים זענען נישט צום דבר!
נאכאמאל חזרה וואס וועט שטעלן מיין שטעלונג אין דער זאך!
א' די גאנצע זיין ביי רבי נחמן לאחר פטירתו אין אומאן פארען פון די גאנצע וועלט איז נישט אידיש, איבערלאזען ווייבער מיט קינדער, פארען אין א פרעמדע פרימטיווע מקום, וואס איז א חשש סכנה ליידער הערט מען יעדע יאר מעשיות, אמת 25 טויזענט מענטשען זענען דארט וואס ווילסטו, אבער מעשיות מיין איך מ'שטארבט אין מקוה ביים לעיק, וכדומה כל הדרכים בחזקת סכנה,
ב' דער מקום איז מוכן לפרעניות קימענדיג אהין אלע מיני מענטשען וואס אסור פאר א נארמאלע מענטש צו שטיין אין זייער ד' אמות וועגען סכנה פון עריות, גניבה, דראגס, וכו' וכו' עס איז נישט קיין מיעוט עס איז דער רוב, ליידער ,
ג' מ'געפינט נישט אזא הנהגה ביי קיין שום דרך החסידות וקבלה וליטא צו גיין יום טוב צו א ציון מיט אזא רבים, וואס איז נגד ההלכה ופשטות התורה,
ד' די הוללייעריי מיט די טענץ מיט די פעסטיבעל פון ראש השנה וואס איז באשאפען געווארען פאר די מענטשען וואס האלטן נישט ביים פראווענען א ראש השנה מיט א כובד ראש ווי מהאט געטון בכל דור ודור אפי' אין ברסלב, איז נגד ההלכה, מענטשהייט, אקעגין אלעס וואס שטייט אין ספרי הקודש די עבודה פון די טעג,
ה' אמונה, אז מזינדיגט אין רבי נחמן שלעפט ארויס ביי די פאות, איז אקעגין חזל און קעגין אלע ספרי יראה, איי רבי נחמן האט עפעס געזאגט דארפן קומען ערליכע משפיעם וואס זאלן מסביר זיין כוונת קדשו נישט ארויסנעמען א ההחלטה איך וויל זינדיגען נאך און רוסלאנד און פון שאול תחתיות נא פראבלעם דאס איז אטקעגין די תורה סענדעלט צו די הינדאוי להבדיל וואס שניידען זייער האר פאר עבודה זרה אדער דער בעל פעור,
ו' איי וועסטו פרעגען ס'דא רבי'ס וואס פאדערען מאדענע זאכען פון זייער חסידים בחייהם , די ענטפער איז מאדען איז איין זאך, דא אבער איז, אזוי פיל זאכען נגד התורה דאס איז א צווייטע זאך, ועוד מאן יימר רבי נחמן האט דאס געפאדערט בכלל, עס איז א מנהג פון צוואנציג יאר וואס גייט אריין מער און מער און שגעון, ווי תורה ויראה ואין כאן מקומו יותר להאריך, ווייל ווען מ'טראכט אמת'דיג אז דאס פשטות התורה מיט נארמאלקייט, ודרכי' דרכי נועם וכל נתבותי' שלום,
ז' יעצט וועל איך אויסרעכנען פאר לכל מאן דבעי למידע צדיקים פון דור האחרון נישט שונאים דייקא פון ברסלב וואס זאגען ווער עס פרעגט חס ושלום, פארען ראש השנה אויף אומאן ווי סקלוענער רבי זאל זיין געזינט וכדומה, יצחק תהילים האט מיר פארציילט אז א אמאל איז געקימען א ברסלבר צום ריבניצער זי"ע און זיך איינגעבעטען אז ער זאל זאגען די צען קאפיטליך תיקון כללי דער ריבניצער האט אים מדחה געווען איינמאל צוויי מאל אזוי א סך מאל, איינמאל האט ער ממש משיגע געמאכט דער ריבניצער זי"ע האט ער זיך אויפגרעגט און געזאגט מ'האט ניט געהאלטן פון זיי ! גייען תיפשים צום ריבניצער'ס ציון און מ'זאגט תיקון הכללי, זענט איר נארמאל? און להוי לידוע לכם, בימי רבי נחמן האבען רוב גדולי עולם תלמידי הבעשטה"ק מתנגד געווען צו דער גאנצער זאך, איז אזוי אויב זיי אלע האבען זיך טועה געווען, קען אויך זיין אז רבי נתן וכו' מיט מוטא פראנק האבען אויך געהאט א טעות, און לאור זה גייט צוריק און בית המדרש ווי דיין טאטע און זיידע און זיך נישט נייע זאכען שלא שערום אבותינו און נעם ראש השנה מיט א כובד ראש זיי ממליך די באטשעפער לויף נישט קיין אומאן אדער דזעקבסאהן אדער קערסטיר טהו וואס מהאט אייביג געטון זאג תהילים געב צדקה און דאווען ערליך און מחזיר וועט די בוכ"ע אייך אלע פארשרייבען א גיט גבענטשט יאר
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:41 pm#384960
ימים ידברו האט געשריבן:איך האלט נישט קיינעם אפ פון פארען, אבער אלע שרייבערס דא אנטשולדיגט אייערע תירוצים זענען נישט צום דבר!

דיינע ווערטער זענען דאך אזוי צום דבר ........ אז ס'קומט זיך א מאדאל דערפאר

בקיצור דיינע ווערטער:
א ס'איז נגד התורה פינטל ווענד מיך נישט אפ
ב' מ'גייט אהין זינדיגן פינטל ווענד מיך נישט אפ
ג' ביז מוצאי ר"ה מער ווייניגער שלאפט יעדער און מוצאי ר"ה הוליעט מען פינטל ווענד מיך נישט אפ
ד' מ'האט עס קיינמאל געזען פינטל ווענד מיך נישט אפ
ה' ביי קיין איין אנדערע חסידות האט מען קיינמאל געלאזט ווייבער און קינדער אינדערהיים נאך מימי בעל שם ותלמידיו האט מען ניט געהערט אזא זאך פינטל ווענד מיך ניט אפ
ו' עולה על כלנה דער סקולענער האלט נישט דערפון פינטל ווענד מיך נישט אפ

די אלע אויבענדערמאנטע פאקטן......... וואס קען אויף קיין פאל נישט אפגעפרעגט ווערן.......... איז די יסודות פון מיין 'צום דבר'....... שטעלונג.............
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:45 pm#384963
אדרבה ירא הקהל וישפוט קוק וואס איך בין מציע און וואס די ביסט מציע
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:45 pm#384964
.
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:45 pm#384965
.
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:49 pm#384968
מסכים לאמיר גיין צום ערשט

ווער דא האט שוין געהערט פון אזא מושג פון איבערלאזן ווייב און קינדער און פארן צו א רבי'ן אויף יו"ט ?

נו ירא הקהל
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:58 pm#384973
סדאך מנהג הנשים צועסן מאן-גוא ליל ר"ה
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 1:53 pm#384985
ימים ידברו, א שאד אז דו מישט אמת'ע טענות מיט אנדערע זאכן וואס זענען קנאפע טענות, בעסער האלט דיך ביי די שטארקע. לאמיר זעהן:
ימים ידברו האט געשריבן:איך האלט נישט קיינעם אפ פון פארען, אבער אלע שרייבערס דא אנטשולדיגט אייערע תירוצים זענען נישט צום דבר!
נאכאמאל חזרה וואס וועט שטעלן מיין שטעלונג אין דער זאך!
א' די גאנצע זיין ביי רבי נחמן לאחר פטירתו אין אומאן פארען פון די גאנצע וועלט איז נישט אידיש, איבערלאזען ווייבער מיט קינדער,
איז נישט קיין טענה אויף זיי, דאס איז אן אלטע הנהגה פון חסידים. און אאל"ט האבן רוב דארטן די פולקאמע רשות פון זייערע ווייבער וואס האלטן דאס פאר א זכיה
פארען אין א פרעמדע פרימטיווע מקום, וואס איז א חשש סכנה ליידער הערט מען יעדע יאר מעשיות, אמת 25 טויזענט מענטשען זענען דארט וואס ווילסטו, אבער מעשיות מיין איך מ'שטארבט אין מקוה ביים לעיק,
מודעה רבה לאורייתא: גיבט אכטונג אויף וואס איר טוט! (נישט בלויז אין אומאן, נאר וואו אימער)
וכדומה כל הדרכים בחזקת סכנה,
מען האט נאך קיינמאל נישט מונע געווען צו פארן אין ערגעץ צוליב דעם, מען זאגט תפילת הדרך און מ'האפט אויפן בעסטן. אויב זענען זיי גערעכט אז דאס איז בציווי רבם זענען זיי הולך לדבר מצוה
ב' דער מקום איז מוכן לפרעניות קימענדיג אהין אלע מיני מענטשען וואס אסור פאר א נארמאלע מענטש צו שטיין אין זייער ד' אמות וועגען סכנה פון עריות, גניבה, דראגס, וכו' וכו'
נארמאלע ערנסטע מענטשן גיבן זיך אכטונג פון זיי, דאס איז נישט קיין סיבה זיי זאלן אויפהערן פארן אויב ר' נחמן האט זיי בפירוש געהייסן יא צו פארן
עס איז נישט קיין מיעוט עס איז דער רוב, ליידער ,
א מחלוקת אין מציאות, קיינער פון די צדדים האבן נישט געברענגט קיין הארטע נומערן דערווייל (מיט דעקונג שטייטצעך, נישט שיסן סתם)
ג' מ'געפינט נישט אזא הנהגה ביי קיין שום דרך החסידות וקבלה וליטא צו גיין יום טוב צו א ציון מיט אזא רבים, וואס א חילוק די נומער? וואס איז נגד ההלכה ופשטות התורה,
וועלעכע הלכה?
ד' די הוללייעריי מיט די טענץ מיט די פעסטיבעל פון ראש השנה וואס איז באשאפען געווארען פאר די מענטשען וואס האלטן נישט ביים פראווענען א ראש השנה מיט א כובד ראש ווי מהאט געטון בכל דור ודור אפי' אין ברסלב, איז נגד ההלכה, מענטשהייט, אקעגין אלעס וואס שטייט אין ספרי הקודש די עבודה פון די טעג,
וואס זאלן די ערנסטע טוהן? זיי האבן נישט קיין וועג דאס אפצושטעלן
ה' אמונה, אז מזינדיגט אין רבי נחמן שלעפט ארויס ביי די פאות, איז אקעגין חזל און קעגין אלע ספרי יראה, איי רבי נחמן האט עפעס געזאגט דארפן קומען ערליכע משפיעם וואס זאלן מסביר זיין כוונת קדשו
שטארקע טענה! האלט זיך צו דעם!

נישט ארויסנעמען א ההחלטה איך וויל זינדיגען נאך און רוסלאנד און פון שאול תחתיות נא פראבלעם דאס איז אטקעגין די תורה סענדעלט צו די הינדאוי להבדיל וואס שניידען זייער האר פאר עבודה זרה אדער דער בעל פעור,
ו' איי וועסטו פרעגען ס'דא רבי'ס וואס פאדערען מאדענע זאכען פון זייער חסידים בחייהם , די ענטפער איז מאדען איז איין זאך, דא אבער איז, אזוי פיל זאכען נגד התורה דאס איז א צווייטע זאך, ועוד מאן יימר רבי נחמן האט דאס געפאדערט בכלל,
איך בין נישט באקאנט, אבער איך ווייס אז עס זענען דא ערנסטע מענטשן - דארונטער בכלל נישט קיין מתנגדי ברסלב און אפשר גאר חסידי ברסלב - וואס האלטן אז דער ענין פון פארן אהין לאחר פטירתו האט נישט קיין פאלעסליכע מקור אז ר' נחמן אליין האט דאס פארלאנגט, לדעתם האט ר' נתן געוואלט אז די - דענמאלטסדיגע קליינע - קבוצה זאל זיך וויטער האלטן צוזאמען, מילא האט ער דאס איינגעפירט, וזה היתה עיקר כוונתו נאר ער פלעגט כסדר נאכזאגען די מימרות וואס ר' נחמן פלעגט זאגן וועגן קומען בחייו, און שפעטער האבן דאס אנדערע משלב געווען. האלט זיך צו דעם טענה, אפשר וועט עפעס נתלבן ווערן דא אם כנים הדברים.
עס איז א מנהג פון צוואנציג יאר וואס גייט אריין מער און מער און שגעון, ווי תורה ויראה ואין כאן מקומו יותר להאריך, ווייל ווען מ'טראכט אמת'דיג אז דאס פשטות התורה מיט נארמאלקייט, ודרכי' דרכי נועם וכל נתבותי' שלום,
ז' יעצט וועל איך אויסרעכנען פאר לכל מאן דבעי למידע צדיקים פון דור האחרון נישט שונאים דייקא פון ברסלב וואס זאגען ווער עס פרעגט חס ושלום, פארען ראש השנה אויף אומאן ווי סקלוענער רבי זאל זיין געזינט וכדומה,
אבער זייערע מנהיגים הייסן יא פארן, נהרא נהרא
יצחק תהילים האט מיר פארציילט אז א אמאל איז געקימען א ברסלבר צום ריבניצער זי"ע און זיך איינגעבעטען אז ער זאל זאגען די צען קאפיטליך תיקון כללי דער ריבניצער האט אים מדחה געווען איינמאל צוויי מאל אזוי א סך מאל, איינמאל האט ער ממש משיגע געמאכט דער ריבניצער זי"ע האט ער זיך אויפגרעגט און געזאגט מ'האט ניט געהאלטן פון זיי ! גייען תיפשים צום ריבניצער'ס ציון און מ'זאגט תיקון הכללי, זענט איר נארמאל?
איך וואלט עס נישט געטוהן אלץ מנהג המקום (אויב דא איז ריבניץ וועל איך זיך פירן נוסח ריבניץ) אבער קיין טענה איז דאס נישט, מען דאווענט צום אויבערשטן בזכות דעם ריבניצער, נישט צום ריבניצער אליין, אויב איז תיקון הכללי accepted ביים רבוש"ע ספעציעל - עכ"פ לפי רבותיו של המתפלל - קומט נישט די טענה אריין
און להוי לידוע לכם, בימי רבי נחמן האבען רוב גדולי עולם תלמידי הבעשטה"ק מתנגד געווען צו דער גאנצער זאך, איז אזוי אויב זיי אלע האבען זיך טועה געווען, קען אויך זיין אז רבי נתן וכו' מיט מוטא פראנק האבען אויך געהאט א טעות,
בימי הבעש"ט ותלמידיו האבן רוב גדולי עולם זיך מתנגד געווען צו די גאנצע דרך החסידות וכו
און לאור זה גייט צוריק און בית המדרש ווי דיין טאטע און זיידע און זיך נישט נייע זאכען שלא שערום אבותינו און נעם ראש השנה מיט א כובד ראש זיי ממליך די באטשעפער לויף נישט קיין אומאן אדער דזעקבסאהן אדער קערסטיר טהו וואס מהאט אייביג געטון זאג תהילים געב צדקה און דאווען ערליך און מחזיר וועט די בוכ"ע אייך אלע פארשרייבען א גיט גבענטשט יאר
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 2:20 pm#384990
אמונה איז נאך די שוואכסטע קושיא

קיינער האלט נישט אז מ'גייט זיך אפזינדיגן 70 יאר בכל יום און ר' נחמן גייט ארויסשלעפן מיט די פאות

דעס אויסשטעלן אזוי איז פערדעריי קיינער רעדט ניט פון קיין לכתחלה דא דעס איז אויפגעבלאזענע זאכן פון קרומע מענטשן

מען קען עס אנקוקן אויף אסאך וועגן די באדעם ליין ער האט צוגעזאגט אז ער וועט טון אלעס אז זיינע מענטשן זאלן ארויסקומען זכאי בדין וכדאי היא הצדיק לסמוך עליו

ווער האט דיך געהייסן זיך איינרעדן אז ר' נחמן גייט זיך אננעמען פאר זינדיגע בזדון

זייער פאלש דעס אזוי אפצולערנען
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:09 pm#384994
עמעזאן האט געשריבן:ווי א דונער אינמיטן העלן טאג האט היינט געפלאצט די נייעס אז הצדיק ר' יעקב מאיר וואס איז שוין פאר 30 יאר! נישט געווען אין אומאן איז אין פלאן צו זיין ראש השנה הבעל''ט אין אומאן! פארשטייט זיך אויב עס וועט נישט זיין ''מניעות''.

ר' יעקב מאיר איז בסך הכל געווען נאר איין מאל אין זיין לעבן אין אומאן, ר''ח ניסן שנת תשמ''ח 30 יאר צוריק, ווען יס איז מאך געווען די קומוניסטן און מען איז געפארן מיט מסירות נפש.

א גליק, יעצט קאן מען שוין שלאפען רואיג
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:20 pm#384996
גאנצל האט געשריבן:אמונה איז נאך די שוואכסטע קושיא

קיינער האלט נישט אז מ'גייט זיך אפזינדיגן 70 יאר בכל יום און ר' נחמן גייט ארויסשלעפן מיט די פאות

דעס אויסשטעלן אזוי איז פערדעריי קיינער רעדט ניט פון קיין לכתחלה דא דעס איז אויפגעבלאזענע זאכן פון קרומע מענטשן

מען קען עס אנקוקן אויף אסאך וועגן די באדעם ליין ער האט צוגעזאגט אז ער וועט טון אלעס אז זיינע מענטשן זאלן ארויסקומען זכאי בדין וכדאי היא הצדיק לסמוך עליו

ווער האט דיך געהייסן זיך איינרעדן אז ר' נחמן גייט זיך אננעמען פאר זינדיגע בזדון

זייער פאלש דעס אזוי אפצולערנען

קיינער האלט נישט? זיי דרוקן דאס אויף אלע צעטלעך און פאמפלעטן מיט א פשטות, פארוואס דען מיינסטו איז דאס אזא משיכה פאר די נידריגע עלעמענטן? פארוואס זעהט מען ווי אלע נידריגע ברואים בלייבן נידריג אבער לאזן זיך וואקסן לאנגע פיאות?
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:24 pm#384997
To show I am a breaslover
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:39 pm#385000
ריכטיג האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:אמונה איז נאך די שוואכסטע קושיא

קיינער האלט נישט אז מ'גייט זיך אפזינדיגן 70 יאר בכל יום און ר' נחמן גייט ארויסשלעפן מיט די פאות

דעס אויסשטעלן אזוי איז פערדעריי קיינער רעדט ניט פון קיין לכתחלה דא דעס איז אויפגעבלאזענע זאכן פון קרומע מענטשן

מען קען עס אנקוקן אויף אסאך וועגן די באדעם ליין ער האט צוגעזאגט אז ער וועט טון אלעס אז זיינע מענטשן זאלן ארויסקומען זכאי בדין וכדאי היא הצדיק לסמוך עליו

ווער האט דיך געהייסן זיך איינרעדן אז ר' נחמן גייט זיך אננעמען פאר זינדיגע בזדון

זייער פאלש דעס אזוי אפצולערנען

קיינער האלט נישט? זיי דרוקן דאס אויף אלע צעטלעך און פאמפלעטן מיט א פשטות, פארוואס דען מיינסטו איז דאס אזא משיכה פאר די נידריגע עלעמענטן? פארוואס זעהט מען ווי אלע נידריגע ברואים בלייבן נידריג אבער לאזן זיך וואקסן לאנגע פיאות?

ס'איז דא געוויסע בעלי עבירה וואס כאפן זיך צו דערצו זיי פילן זיך בעסער צו זיין נבל ברשות התורה נו זיי לעבן אין א טעות און ס'וועט זיי גארנישט העלפן
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:42 pm#385001
סליחה, דאס איז געדרוקט געווארן אויף פאמפלעטן מיט א פשטות דורך א.ג. נארמאלע ערנסטע מענטשן, און ווערט געהעריג געזינגען דורך הרב יואל ראטה וכו' וכו', זיי נעמען דאס אלע ערנסט.
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:53 pm#385002
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:57 pm#385003
א לינק צום נגון וואס הרב יואל ראטה לאמיר גיין זינדיגן מיט זונות און נאכדעם גיין צו אומאן

וואלט זעהר רעמאנטיש געווען די נגון
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 4:10 pm#385005
Re: ברעקינג: הצדיק ר' יעקב מאיר שעכטער אין אומאן אויף ראש הש
ברסלב איז טאקע אזוי ווייט פון די אלגעמיינע פארטיי חסידות, אזש ס׳איז אוממעגליך פאר א פארטיי מענטש צו פארשטייען. דאס אז ס׳איז דא פיהל פושעים דארט (טאמער ס׳איז אמת) איז בכלל נישט נייטיג. ערליכע מענטשען פיהרען זיך אויף ערליך און נידריגע מענטשען פיהרען זיך אויף נידריג. די שאלה איז צו איינער פאלט דארט. ברענג איינער וואס ווען ער בלייבט אין ברוקלין דאווענט ער אדער פיהרט ער זיך אויף בעסער ווי ווען ער גייט דארט. נאר די זעלבע מענטש, נישט גברא אגברא. ברסלב איז נישט קיין פאראייניגטע זאך אז מ׳זאל קענען עפעס ברענגען א ראיה פון איין מענטש אויפ׳ן צווייטען.

כאמור, איך זעי נישט קיין שום סבה צו פארען, און די גאות׳דיגע נוסח פון די אומן פרעדיגערס, כאילו דער וטאס גייט נישט האט זיכער געזינדיגט, עקעלט מיר ביז גאר. אבער ביטע זיך האלטען אין די ראמען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 4:39 pm#385007
כבוד ריכטיג גאנצעל דיפף וכל שאר חניכא דאית להו, איך רעד נישט צו אזא איינער וואס אזי שוין א ברסלבר, ער איז אדער אין דער כלל אדער, פון נעבאך א ברסלבר, אדער נהרי נהרי פשטי', ווי אזוי איר ווילט, איך האב נישט פיל וואס צו מעורר זיין נאך, איך וועל נאר שטעלן נאך קלארער מיין אלטע שטעלונג,
א' די ערשטע זאך וויל איך מסביר זיין וואס איז די חילוק פון ברסלב צו דרך הבעשטה"ק, כהיום יום האט די גאנצע וועלט ובתוכם ליטוואק פון בודאפעסט און אפי' דער ספר הגאון מסכים אז דער בעל שם ודרכו איז נישט קיין שבתאות, און די מחלוקה אקעגין בעשטה"ק איז געווען א טעות מיט אמת'ע כוונות לשם שמים, די בריסקע מיט אלע היינטיגע ליטאים ווייסן דער אמת לאמיתו ואין כאן מקומו להאריך,
בנוגע ברסלב, רוב חסידישע וועלט מיין איך חסידי טשערנאביל, חבד, קארלין, סלאנים, רוזשין, וויזשניץ, בעלזא, אדער פוילישע חסידים ווי גור וכו' ווייסען נישט ווי אזוי מגדיר זיין דרכו של רבי נחמן זי"ע, צווישען דרך לא טוב, אדער אונז לערנין נישט די ספרים, סכנה צו לערנין, עפעס אינצווישען, אפי' סאטמאר רבינו יואל וואס האט גלערינט און געפילוועט ספרי רבי נחמן ותלמידו רבי נתן, האט נישט געוואלט הערן און געדענקען אז סאטמארע בחורים ואברכים לערנין די ספרים אזוי ווי זיי האבען נישט געוואלט מזאל זיך קאכען און ספרי חב"ד כידוע ווייל מ'האט געהאלטן אז ס'איז תורת אמת אבער למיחש מיבעי אז מ'לערינט נישט ריכטיג מי יודע וואס וועט ווערן פון די השקפות ווי מ'קען אנקימען,
די התנגדות קיין ברסלב לא נשתנה,
איי וועט איר פרעגען וואס איז די התנגדות, ווער ווייסט וואס איז שלעכט מיט ברסלב, הצדיק רבי יעקב מאיר איז דאך אזוי גרויס, אמת ויציב ונכון רבי יעקב מאיר איז א קדוש ד' בלי ספק, און נאך צענדליגע משפיעים זענען געווען און יבלחט"א זענען בעלי מסירות נפש מיט כוונת לשם שמים, קיינער דינגט זיך נישט, אבער פיל גרעסערע צדיקים ובעלי מסירת נפש פון זיי בכל דור ודור האבען געזאגט זיי האבען געמאכט א טעות, ס'נישט חס ושלום סטרא אחרא אבער ס'נישט דער דרך האמיתי שיבור לו האדם, מיר קענעןנישט און ווייסען נישט האמת עם מי כאטש יעדר זעהט און שמעקט,
אבער די התנהגות וואס קומט למעשה ארויס דורך די גאנצע ברסלבע באוועגינק פון ערוש ביז שיק, ברלנד, וכו' זעהט זיך ארויס א דרך עקלתון, נישט די דרך המקובל , וואס אויף דעם וואלט רבינו הק' מסאטמאר אויכעט נישט מסכים געווען בשום פנים ואופן, און גיין אויף א פלאץ וואס רובו ככולו האט שלעכטס פסלט אויך די שיינע די ריינע חלק, ווייל חז"ל לערנין אונז ווי אזוי מ'מאכט גדרים וסייגים אויף גיטע זאכען מען זאל נישט דרוכפאלען צו שלעכטע זאכען,
רוב ברסלב איז געכאפט און הארבע מחשבת מיניות וכופרות בנוגע יסודות הדת, מ'חברט זיך נישט מיט זיי! איי רבי יעקב מאיר טאקע נישט , אמת אבער ער איז א מיעוט קטון נגד ברסלב, אידען וואס גייען קענען ווערען שנעלער פארכאפט אין ציונות ווי גיין צום כותל המערבי, נתפעל ווערען פון הרב קלוגער אדער המהרא"ש שיק, קיק דער הרב שיק וואס איז א סאטמאר תלמיד האט למען הביזנעס שלו געהייסען וועלן בחירות, ווי אזוי איז דאס געשעהן? ווייל איין עבירה ברענגט א צווייטע עבירה! גיין צו הרב קלוגער מיינט מחשיב זיין רבי מנחם מענדיל מחב"ד וואס דאס מיינט מחשיב זיין די מדינה!
יעצט וועט איר מיר אוודאי חושד זיין פאר א סאטמרע, ניין איך בין נישט! איך ברענג דאס אלטץ משל פאר א סאטמרער זאל פארשטיין ווי אזוי ער קען דאס פארשטיין, ווייטער א גורער וועלך איך פארציילען די זנות דארט, און אטאמאטיש אז מפארט איז מען א חלק פון די זנות אפראט אדער א חוטא אדער א נחטא אדער א מחטיא, מאיז גורם אויף א צוווייטען ואכמ"ל ליידער ליידער, סוף דבר, א חברותא וואס איז שעדליך טיילט זיך נישט! גיין קיין אומאן איז א חלק פון דער אומאן געפארעכץ, איי איך בין שטארק מיט מיר, ניין די וועסט אנהויבען פארענטפרען אלע שיגנאען וואס דארט גייט פאר, ווייל די מיזט מצדיק זיין אומאן,
די גאנצע מקור הינקעט אינטער און אקעגין די פראבלעמען במחשבה ודיבור ומעשה איז יצא שכרו בהפשדו רבי נחמן שרייט צו אייך בלייבטס אינדערהיים דאווענט אין פאפא אעדר אין שאפראן און מי ביקש זאת מידכם רמוס חצרי