Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
איך זאל זיך נישטערען אין די בלאטע? יא? ניין?
שוין, נאר פאר א פאר מינוט.
מוחה זיין איז איין זאך, נישט לאזען דאווענען איז א צווייטע. ווען ער האלט אז שערי חמלה איז אן עוולה, מוז ער און מעג ער דאס אויסזאגען. דאס איז נישט לשה"ר און נישט מחלוקת, נאר אויסזאגען די תורה. אנרופען א מענטש נעמען פאר׳ן האבען אן אנדערען מיינונג ווי דיר, דאס איז אן עוולה.
ווען מ׳דארף עפעס אויפטוהן, דארף מען זע׳ען צו ס׳טוט אויף. ארויסווארפען א מסרב דין טוט אויף, נישט לאזען פרוש דאווענען ר"ה פאר׳ן זינד פון פאלגען אנדערע רבנים, טוט גארנישט אויף. דעריבער האט עס נישט קיין פשט ארויס צו ווארפען א איד פון ביהמ"ד. נאר אלו אשר אגרופיהם אלהיהם מיינען אז שלעגעריי איז די תשובה צו אלס.
איך ווייס נישט ווער איז דאס גריביץ, אבער לויט דיין שרייבען איז ער א רעגירונג׳ס מענטש וואס האט א איד געלייגט אין תפיסה. פאר דעם זאל ער איהם ארויס ווארפען? פארקערט! איהם דארף מען ערשט חנפנ׳ן!
-----------------
דאס איז אלס אפילו מ׳וועט נאכגעבען אז די מחאה האט עפעס אפשט. ווען מ׳רעדט פון נושאים וואס זיי קענען נישט און פארשטייען נישט, און וואס ער טוט טוט ער על פי גדולים וטובים ממנו ומהם, איז די גאנצע סבה נישט אין פלאץ. ער איז אן עסקן ווי יעדעם, קומט איהם נישט קיין כבוד און נישט קיין בזיונות.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk