Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » איי וועלט לאזט זיך נישט וועקען

איי וועלט לאזט זיך נישט וועקען

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
8 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 35 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11892
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 3:16 pm#385696
איי וועלט לאזט זיך נישט וועקען
איך פרעג באמת און נישט לקנתר. איך בין געווען נייגעריג צו וויסן וויאזוי די איי וועלט דודס נעמען אן דער וועקער און זייערע רעאקציע און קריטיק דערצו.

גיי איך מיר צו יידישוועלט, איך מאך מיך א סירטש'ל 'וועקער' און גארנישט. א סאך רעזאלטס אויף וועקער זייגערס אבער נישט אפילו איין הזכרה פון דער וועקער. איך פריוו נאכאמאל און נאכאמאל, און גיי צו אייוועלט זען אפשר איז דער סירטש דארט בעסער אבער עס פועל'ט גארנישט. קיין זכר נישט פון דער זורנאל וואס רידערט אויף דער חסידישער יידיש שפרעכנדיגער גאס.

וואס זאגט דער עולם? פארוואס איז דער וועקער אסור לבא בקהל פון איי וועלט? האבן זיי א חרם הקדמונים? זייערע גבאים מעקן אדער דער עולם דארט פשוט ווערט פארבלענדט?
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 4:04 pm#385699
די אנגענומענע מהלך ביי אחב"י יושבי חושך וצלמוות איז די בת היענה מאנוווערע, אז ווען עפעס פאסירט וואס זיי האלטן נישט דערפון שטעקט מען זיך אריין ראשו ורבו אין קוויק סענד ובזה ינוח בשלום על משכבו
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 5:29 pm#385706
Re: איי וועלט לאזט זיך נישט וועקען
קאן זיין אז איך מאך א טעות אבער איך מיין אז אין קאווע שטיבל איז נישט פארהאן קיין שום רעדע וועגן די לאמטערנע - די אויסגאבע וואס ווערט ארויס געגעבן דורך אייוועלט איז פארוואס זאלן זיי יא האבן א שמועס איבערן וועקער??
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 5:30 pm#385707
נמחק
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 5:34 pm#385709
Re: איי וועלט לאזט זיך נישט וועקען
ניין נישט געדריקט, וממילא איז עס נישט קיין אויסגאבע נאר אן אי-גאבע אבער למאי נפקא מינה, דאס מאכט אז מען זאל יא אדער נישט מאכן אן עסק דערפון??
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 5:38 pm#385710
יהודי פשוט האט געשריבן:קאן זיין אז איך מאך א טעות אבער איך מיין אז אין קאווע שטיבל איז נישט פארהאן קיין שום רעדע וועגן די לאמטערנע - די אויסגאבע וואס ווערט ארויס געגעבן דורך אייוועלט איז פארוואס זאלן זיי יא האבן א שמועס איבערן וועקער??

[url=http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=6&t=11337&hilit=לאמטערנע]דא האט מען עס דיסקוסירט[/url]
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 6:17 pm#385712
Re: איי וועלט לאזט זיך נישט וועקען
ציה איך שוין צוריק
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 11:29 pm#385737
יהודי פשוט האט געשריבן:ניין נישט געדריקט, וממילא איז עס נישט קיין אויסגאבע נאר אן אי-גאבע אבער למאי נפקא מינה, דאס מאכט אז מען זאל יא אדער נישט מאכן אן עסק דערפון??

יא געווען געדרוקט די ערשטע נומער, אפילו פארקויפט אין געשפעטן, קוקט אויס אז עס איז זיי נישט געגאנגען... לא לחכמים לחם