Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » וועקער 10: אינטערוויו מיט הרב יוסף יצחק יעקבסאן

וועקער 10: אינטערוויו מיט הרב יוסף יצחק יעקבסאן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 59 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11893
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 8:52 pm#385718
וועקער 10: אינטערוויו מיט הרב יוסף יצחק יעקבסאן
דער וועקער לכבוד סוכות איז ארויס, דער עולם פאנגט שוין אן צו לייענען, עפן איך דעם אשכול פאר קאמענטארן אויף דעם קאווער סטארי -- דער אינטערוויו מיט דעם גרויסן דענקער און רעדנער הרב יוסף יצחק יעקבסאן.
פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 4:18 am#385746
דער אדמור רממ האט געזען וואס מיר האבן פארזעהן. אז מיר דארפען יעצט זייער קירוב
זונטאג אקטאבער 01, 2017 12:31 am#385826
הלואי קען רבי ווייוויי שרייבן א קאלום אין יעדן וועקער. די אויגן זענען מיר נאס געווארן פון זיינע הייליגע ווערטער. די גאנצע ארטיקל איז הימעליש. ATUB @ראובן ATUB ! wow wow wow! די וועג ווי אזוי האסט צוגעגרייט די טיש פאר אים.. מיי גאוד איי לאוו דיס שאו! (קרעדיט: מעל בי)
זונטאג אקטאבער 01, 2017 2:26 am#385837
ראובן: איך האב נאך דעם וועקער (ליידער) נישט געהאט די זכיה צו ליינען. איך וויל נאר וויסן (פאר ענייני שידוכים) אויב דער דענקער, רעדנער און שרייבער וועלכער האלט אינמיטן אייננעמען די אידישע וועלט מיט זיין קלארן וועג פון טראכטן,רעדן און שרייבן איז א ברא כרעא דאבוהו פון זיין גרויסן טאטן ר' גרשון דזשעיקאבסאן, ע"ה. וועם איך האב פערזענליך גוט געקענט. און כ'האב איהם פאררעכנט אלס ידיד. נאר ביי איהם איז מקויים געווארן דער פסוק במלוא מובן המילה. ..."לא לחכמים לחם"...! ער איז געוווען א איד א ת"ח. א ווארימער חסיד'ישער איד. אבער א פרוטה האט נישט גענעכטיגט ביי איהם אין שטוב. אדער אין אפיס..!
זונטאג אקטאבער 01, 2017 10:21 am#385863
Re: וועקער 10: אינטערוויו מיט הרב יוסף יצחק יעקבסאן
@ראובן א ריזיגע יישר כוח פאר דיין אינטערוויו, די תוכן איז מוראדיג, דיין שפראך איז מוראדיג און פארשטייט זיך אז די פערזענליכקייט איז מוראדיג. ס'איז א געוואלדיגע מיילסטאון פארן וועקער צו האבן אן אינטערוויו מיט אזא חשובע און אנערקענטע פערזענליכקייט אינערהאלב די חרדישן ציבור ווי האב יעקבסון.

חוץ מזה איז בתוך הדברים אויסגעשמועסט געווארן עניני אישות וואס איז א דבר הצריך תיקון גדול מאד במחנינו ואין פוצה פה ומצפצף.
הלוואי אז מ'קען ווען מאכן אן עקסטערן קאלום צו פרעגן שאלות פון הרב יעקבסון "עסק די ראביי", ווי ער וואלט געענטפערט אויף אלע פראגעס לדעת את המעשה אשר יעשון. #שיינעחלום.

אויב די כאפסט מיט איהם נאך א שמועס, פרעג איהם מער איבער די ברענעדיגע נושאים אויפן טיש, די אלע פראבלעמען פון די סאסייעי און ווי אזוי מ'געבט זיך מיט זיי אן עצה. און געב איבם איבער א פערזענליכע דאנק - פאר זיינע דרשות אין דעם אינטערוויו - פון מיר.

הערות וועלן נאכפאלגן.
זונטאג אקטאבער 01, 2017 8:06 pm#385933
איך האב אנגעהויבען ליינען די הקדמה צום מאמר, און איך האב טאקע שטארק הנאה זיך צו קענען מיט זיין געשיכטע, נאך דעם וואס מ'הערט אזויפיהל וועגען איהם דא אין שטיבעל.

ער האט אסאך רעכט אין די זאכען וואס מ'זאגט נאך פון איהם, און אסאך פון זיין עניינים האבען מיר געשטערט. מ'דארף טאקע טרעפען א פאזיטיווע וועג צוריק צו ברענגען די נארמאלע עיקרי הדת צו די מענטשהייט און אויפבויען א גלאטערע וועג פון טראכטען דורך די שווערע לאסט פון די געזעלשאפט.

מיר שטערט אביסל דער עקסטרעמיזם פון זיין שיטה. אז מענטשען 'דינען' זייער סביבה, איז עס נישט מער ווי א שלא לשמה, אזוי ווי יעדער שלא לשמה. ווי איז געהערט געוואערן מזלזל זיין אין שלא לשמה? מ'דארף ארבעטען און שטרעבען אויף לשמה, און מ'דארף זיך היטען אז דער שלא לשמה זאל נישט ווערען דער עיקר, אבער מזלזל זיין אין זייער שלא לשמה איז נישט אויסגעהאלטען.

בכלל, דארף מען זיך היטען אז די רפואה זאל נישט זיין ערגער ווי די מכה.

איך הער אויך נישט קיין סאך חב"ד אין זיין עניינים. ער פארטרעט נישט חב"ד אזוי פיהל. לדעתי איז הרב שת טויב אסאך א גרעסערע חב"ד'סקע און אסאך א רואיגער נארמאלערע דענקער ווי איהם.
זונטאג אקטאבער 01, 2017 8:15 pm#385936
berlbalaguleh האט געשריבן:ראובן: איך האב נאך דעם וועקער (ליידער) נישט געהאט די זכיה צו ליינען. איך וויל נאר וויסן (פאר ענייני שידוכים) אויב דער דענקער, רעדנער און שרייבער וועלכער האלט אינמיטן אייננעמען די אידישע וועלט מיט זיין קלארן וועג פון טראכטן,רעדן און שרייבן איז א ברא כרעא דאבוהו פון זיין גרויסן טאטן ר' גרשון דזשעיקאבסאן, ע"ה. וועם איך האב פערזענליך גוט געקענט. און כ'האב איהם פאררעכנט אלס ידיד. נאר ביי איהם איז מקויים געווארן דער פסוק במלוא מובן המילה. ..."לא לחכמים לחם"...! ער איז געוווען א איד א ת"ח. א ווארימער חסיד'ישער איד. אבער א פרוטה האט נישט גענעכטיגט ביי איהם אין שטוב. אדער אין אפיס..!

פאר עניני שידוכים, געב אויס די 7.99 געוואויר צו ווערן דעם ענטפער. :)
זונטאג אקטאבער 01, 2017 8:22 pm#385938
ראובן: די $7.99 וועל איך אויסגעבן אפילו צען מאל. אבער נישט נאר וועגן ענייני שידוכים נאר לשמה. צו הערן און ליינען דעם גאנצן אינטערוויו. דער שידוכים מאטיוו איז נאר געווען א ווערטל. איך גיי שוין בלי"נ (מארגן אינדערפריה) ארויס קויפן דעם נייעם וועקער...איך וועל טשעקן ביי אלע גרויסע ניוססטענדס אין בארא פארק וואו ס'איז דא צו באקומען. אויב די סיקריקים וועללן נישט אנקומען ערשט...!
זונטאג אקטאבער 01, 2017 8:32 pm#385940
א לינק פון די שיעור וואס ער רעדט פון
זונטאג אקטאבער 01, 2017 8:47 pm#385944
איך גיי ווייטער אין די ארטיקל און איך זעי ווי ער רעדט שטארק פון דעם אז מ'טאר נישט אפהאקען אידישקייט פון אמת.

דער ראש השנה האט מיר מיין אינגעל געפרעגט "פון וואנעט האבען חז"ל געוואוסט וויאזוי סיסרא'ס מאמע האט געוויינט ווען זי האט אפגעווארט איהר זוהן? ווער איז דארט געווען"

איך האב איהם גע'ענטפערט אז חז"ל האבען מסתמא געשעצט און גערעכענט וויאזוי א מאמע וואלט געוויינט פאר איהר זוהן אין אזא מצב, און אפגעלערנט די נאטור פון א מענטש. איך האב שפעטער געשמועסט מיט אן עלטרערע מענטש (עכ"פ עלטער ווי מיר, מסתמא אין די מיטל זעכציג יארען) א תלמיד חכם א בעל צורה, און ער האט מיר געזאגט מיט א פעסטקייט אז קינדער דארף מען זאגען מיט א פעסטקייט 'סוד ה' ליראיו!' ער קען שפעטער קאלייע ווערען!

איך האב איהם נישט גע'ענטפערט, אבער דא זעי איך ווי מ'האנדעלט די סארט נושא, האט עס מיר דערמאנט פון די שמועס. דער קינד קען הערען דער אמת, ס'וועט איהם גארנישט שאטען.
זונטאג אקטאבער 01, 2017 10:26 pm#385950
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מיר שטערט אביסל דער עקסטרעמיזם פון זיין שיטה. אז מענטשען 'דינען' זייער סביבה, איז עס נישט מער ווי א שלא לשמה, אזוי ווי יעדער שלא לשמה. ווי איז געהערט געוואערן מזלזל זיין אין שלא לשמה? מ'דארף ארבעטען און שטרעבען אויף לשמה, און מ'דארף זיך היטען אז דער שלא לשמה זאל נישט ווערען דער עיקר, אבער מזלזל זיין אין זייער שלא לשמה איז נישט אויסגעהאלטען.

ישעיה (כט, יג - יד) יען כי נגש העם הזה בפיו ובשפתיו כבדוני ולבו רחק ממני, ותהי יראתם אותי מצות אנשים מלומדה, לכן הנני יוסף להפליא את העם הזה הפלא ופלא; ואבדה חכמת חכמיו, ובינת נבניו תסתתר
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 9:23 am#386000
@ליטוואק,
פארוואס זאלן חז"ל מאכן אזא מאדנער און אומפארשטענדליכער שאצונג, אז ווען א מאמע וויינט, אינגאנצן אויסמענטש, אויף איר טויטן זון, זאל זי מאכן פונקט הונדערט קולות?

דא איז סוד ה' ליריאיו דווקא דער מער מסתברא'דיגער תירוץ.

איך נעם אן אז דו גלייבסט יא אז ס'דא אזא זאך ווי סוד ה' ליריאיו.
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 9:46 am#386005
גיוו מי עי ברעיק, וואס האט הונדערט קולות מיט אם סיסרא?

פון אם סיסרא לערנט מען וואס א תרועה מיינט.
שטייט דארט ותיבב, און ביי תרועה טייטשט תרגום יבבה.
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 9:48 am#386006
דער גמרא זאגט עס אין געוויסע פלעצער. אבער דא נישט.

אחוץ סוד ה' ליראיו, האבען חז"ל געהאט אנדערע קוואלן פון אינפארמאציע. זיי האבען זיך אריין געלייגט אין די לענג און די ברייט צו פארשטייען א קליין שטיקל תורה. זיי האבען געוואלט דער ריינע אמת און זענען געווען גרייט צו ארבעטן עד כלות הנפש דערפאר. אויף די אלע זאכען אויף וואס די כח העלפט נישט, האט מען געדארפט אנקומען צו סוד ה' ליראיו, אבער ביז אהין איז אויך דא א לאנגע וועג. אין יעדער אומדנא פון חז"ל איז געלעגען די אלע מיה און פלאג וואס אונזער חכמים האבען געזען פאר די מינימום פרייז פון אמת.

(אגב, חז"ל זאגען נאר אז אדער גנוחי גנח אדער יבובי יבב, נישט הונדערט קולות. דאס איז שוין פון שפעטער).
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 10:01 am#386008
קאצקע ציקער האט געשריבן:א לינק פון די שיעור וואס ער רעדט פון

m https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=46339 m
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 10:27 am#386010
Re: וועקער 10: אינטערוויו מיט הרב יוסף יצחק יעקבסאן
אקעי, מיר איז געווען פשוט אז ער געפרעגט אויף די מספר מאה קולות.
אגב, ס'איז טאקע נישט קיין גמרא, אבער ס'איז פשוט למי שמתמצא בזה אז אזא ערוך איז א מדרש.
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 11:18 am#386019
דעיקר רשעות פין עלטערן אין חתן רביס אז מלערנט ניש און געגן Birth Control. אלהינו שבשמים נקום את נקמתנו.
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 11:46 am#386025
מיליאן פראצענט גערעכט DIFF אבער מרא דבשמיא ווי קומט עס דא אריין ???
זונטאג אקטאבער 08, 2017 6:18 pm#386310
מיר האבן מורא'דיג הנאה געהאט פון דער אינטערוויו. הרב יעקבסאן בארירט אזויפיל וויכטיגע נקודות וואס זענען אונז נוגע טאג טעגליך. מיין ווייב איז ממש נתרגש געווארן צו זעהן אז ס'נאך דא א רב מיט א גראדע קאפ, וואס פארשטייט און ווייסט פונקטליך וואס מיר אנשים פשוטים סטראגלען דערמיט. לצים וועלן אלעמאל טרעפן אופנים אים אוועקצומאכן, אבער קלוגע לייט וועלן אויסנוצן דער געלעגנהייט וואס הרב וויי וויי פרעזינטירט אויף אן אלטערניטיווע חרדי'שע אידישקייט.

איין זאך וואס ס'האט מיר געשטערט איז אז פון זיינע ווערטער איז משמע אז אלעס (בנוגע אמונה) קען ער לאגיש ערקלערן, אויב דער מאזין איז נאר אינטערעסירט צו הערן. דאס איז עפעס וואס איך קען נישט מקבל זיין. נישט אלעס קען מען פארשטיין לאגיש.

.
זונטאג אקטאבער 08, 2017 6:48 pm#386312
מאחורי הפרגוד
יעקבסון האט נישט געוויסט וואס די וועקער איז און וועם דאס פרעזענטירט בשעת'ן אינטעוויו, אזוי האט ער געזאגט א נאנטער ידיד. ער האט ציגעלייגט אז עס טוט אים נישט באנג, און וואלט מן הסתם זיך געלאזט אינטערוויון אפילו ער ווייסט ווען.
זונטאג אקטאבער 08, 2017 6:57 pm#386314
יתרו האט געשריבן:מאחורי הפרגוד
יעקבסון האט נישט געוויסט וואס די וועקער איז און וועם דאס פרעזענטירט בשעת'ן אינטעוויו, אזוי האט ער געזאגט א נאנטער ידיד. ער האט ציגעלייגט אז עס טוט אים נישט באנג, און וואלט מן הסתם זיך געלאזט אינטערוויון אפילו ער ווייסט ווען.

וואס איז די וועקער? און וועם (רע)פרעזענטירט עס?
זונטאג אקטאבער 08, 2017 8:56 pm#386318
ישר כח ATUB @ראובן ATUB פאר די ארטיקל. הרב יעקבסאן קומט ארויס אלץ א פלאם פייער, און ראובן'ס פעדער ברענגט איהם ארויס נאך פיהל שטארקער!
זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:16 pm#386331
Re: וועקער 10: אינטערוויו מיט הרב יוסף יצחק יעקבסאן
איך האב געליינט דעם מאמר פון ראוובן, אבער ווי עס זעט מיר אויס איז אלע אינפאמאציע געווען עוועלעבל אויף זיינע שיעורים, דעריבער זעי איך נישט קיין שום זאך וואס מען האט געברויכט האבן דעם ראביי עס זאל זיין שאלות און תשובות, ווייל אלעס וואס מען האט געברענגט איז שוין וואויל באקאנט פאר די וואס זענען מקשיבים. (איך ריספאנד דערמיט צו יתרו)

און איך וויל טאקע זאגן דא אז איך האב שטארק הנאה געהאט, ווייל אפילו צימאל ווען ער חזרט זעלבסט איבער זיינע וויצען און מעשות איז עס נאך אלס גאר אינטערעסאנט. ווי אזוי האט ער אמאל נאכגעזאגט אז א וויץ מעג מען נאר איבער זאגן איין מאל א חודש, א מעשה איין מאל א וואך, און א שטיקל תורה מעג מען איבער חזרן צוויי מאל אין די זעלבע דרשה.
מאנטאג אקטאבער 09, 2017 1:32 am#386336
קורקלענד האט געשריבן:
יתרו האט געשריבן:מאחורי הפרגוד
יעקבסון האט נישט געוויסט וואס די וועקער איז און וועם דאס פרעזענטירט בשעת'ן אינטעוויו, אזוי האט ער געזאגט א נאנטער ידיד. ער האט ציגעלייגט אז עס טוט אים נישט באנג, און וואלט מן הסתם זיך געלאזט אינטערוויון אפילו ער ווייסט ווען.

וואס איז די וועקער? און וועם (רע)פרעזענטירט עס?

געב א קליק דארט אויבן וועסטו וויסן וואס די וועקער איז, (איך בין זיכער די מיינסט נישט מדייק צו זיין אין דעם "די" אדער "דער" ווייל איך קען דיך נאך נישט פאר אזא טראלל)
לגבי וועם דער וועקער רעפרעזענטירט, איז ווייטער א טראללישע קשיא, אבער איך וועל דיר ענטפערען דאס מאל עס רעפרעזענטירט א געמיינדע וואס זייערע דעות לאזט מען נישט אויסלופטערן ברבים און זייער אויסגאבע ברויך מען פארקויפן אויף עמעזאן, געז סטעישענס און טוביה'ס.
און מר. פליקער מיט אזעלעכע תורות קען מען האבן א אינטערוויו מיט מנשה פילאפ אויך, די נקודה איז ווען איינער אינטערוויו זיך מיט אן אויסגאבע געט ער א סארט לעגעטימאציע אויפן אויסגאבע. איך מיין פירושים זענען איבעריג.
#קידס_גראו_אפ_קען_ווי העוו_ע_נארמעל_דיסקאששען???
מאנטאג אקטאבער 09, 2017 12:19 pm#386343
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מיר שטערט אביסל דער עקסטרעמיזם פון זיין שיטה. אז מענטשען 'דינען' זייער סביבה, איז עס נישט מער ווי א שלא לשמה, אזוי ווי יעדער שלא לשמה. ווי איז געהערט געוואערן מזלזל זיין אין שלא לשמה? מ'דארף ארבעטען און שטרעבען אויף לשמה, און מ'דארף זיך היטען אז דער שלא לשמה זאל נישט ווערען דער עיקר, אבער מזלזל זיין אין זייער שלא לשמה איז נישט אויסגעהאלטען.

ער האט מזלזל געווען אין די וואס דינען זייער סביבה, ווייל ער האלט אז דינען די סביבה איז א סתירה מיט דינען גאט עד כדי כך אז ס'איז א בחינה פון עובדי עבודה זרה. והא ראי' אז ווען עס קומט צו א קאנפליקט צווישן גאט און די סביבה וועלן די וואס דינען די סביבה טוהן אזויווי די סביבה. ווידער שלא לשמה מיינט נישט לשם ע''ז. פונקטליך די טעכניקעלס וויאזוי מחלק צו זיין וועט מען דארפן פרעגן א בריסקער.
מאנטאג אקטאבער 09, 2017 1:06 pm#386346
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער גמרא זאגט עס אין געוויסע פלעצער. אבער דא נישט.

אחוץ סוד ה' ליראיו, האבען חז"ל געהאט אנדערע קוואלן פון אינפארמאציע. זיי האבען זיך אריין געלייגט אין די לענג און די ברייט צו פארשטייען א קליין שטיקל תורה. זיי האבען געוואלט דער ריינע אמת און זענען געווען גרייט צו ארבעטן עד כלות הנפש דערפאר. אויף די אלע זאכען אויף וואס די כח העלפט נישט, האט מען געדארפט אנקומען צו סוד ה' ליראיו, אבער ביז אהין איז אויך דא א לאנגע וועג. אין יעדער אומדנא פון חז"ל איז געלעגען די אלע מיה און פלאג וואס אונזער חכמים האבען געזען פאר די מינימום פרייז פון אמת.

(אגב, חז"ל זאגען נאר אז אדער גנוחי גנח אדער יבובי יבב, נישט הונדערט קולות. דאס איז שוין פון שפעטער).

ווי עס ליגט מיר אין קאפ וועט די גמרא נישט סתם גיבן א ''דשאוקער'' תירוץ סוד ה' ליראיו עס וועט אלס זיין די לעצטע פון 3 מהלכים.
מאנטאג אקטאבער 09, 2017 2:23 pm#386349
Re: וועקער 10: אינטערוויו מיט הרב יוסף יצחק יעקבסאן
יתרו האט געשריבן:מאחורי הפרגוד
יעקבסון האט נישט געוויסט וואס די וועקער איז און וועם דאס פרעזענטירט בשעת'ן אינטעוויו, אזוי האט ער געזאגט א נאנטער ידיד. ער האט ציגעלייגט אז עס טוט אים נישט באנג, און וואלט מן הסתם זיך געלאזט אינטערוויון אפילו ער ווייסט ווען.

איך דענק נישט אז אין די וועקער אליין זאל די ארטיקל ווערן אנגעריפן אן אינטערוויו. אפשר איז עס סתם באשריבן זיינע דיעות און געדאנקען?
מאנטאג אקטאבער 09, 2017 2:30 pm#386350
Re: וועקער 10: אינטערוויו מיט הרב יוסף יצחק יעקבסאן
די נקודה וואס איז מיר די מערסטע געפאלן אין דעם ארטיקל: די געדאנק אז אמונה איז געבויט אויף בחירה. און די הוכחה אויף דעם פון די מענטש וואס קויפט א לאטערי בשעת ער טעקסט ביים דרייוון, איז אייזן שטארק.
די שאלה איז יעצט פארוואס טאקע זענען מיר בוחר צי גלייבן? בפשטות וואלט איך געזאגט איינע פון די צוויי. אדער ווייל עס איז עם באקוועמער צי בלייבן און די מצב וואס ער איז שוין. אדער אפשר טיפער, אז א מענטש האט א דראנג צי האלטן אז ער לעבט מיטן אמת, ווי איידער זאגן אז ער האט געהאט א טעות.

אזוי צי אזוי, מאכט עס די ענין פון אמונה מער קאמפליצירט. עס טייטשט, דו הרב דזעקובסון ביסטו דאך אליין מודה אז דיין אמונה האסטו בוחר, נישט אז דו האסט איינגעזעהן אז דאס איז טאקע די אמת???
מאנטאג אקטאבער 09, 2017 2:53 pm#386351
Re: וועקער 10: אינטערוויו מיט הרב יוסף יצחק יעקבסאן
בני אבות אנחנו! מיר האבן געהאט א פאטער וואס האט אויסגעהאמערט שיש בורא ומנהיג , והכיר את בורא אין וואס א דור שפעטער ווערט די הכרה מער לייכזיניג אבער א פעסטערע אמונה. וזה מהלך לרוב בני אדם . חבל
מאנטאג אקטאבער 09, 2017 3:30 pm#386353
Re: וועקער 10: אינטערוויו מיט הרב יוסף יצחק יעקבסאן
געליינט דעם ארטיקל, שטארק הנאה געהאט.
וועגן די אמונה חלק זעה איך נישט פונקט זיין מהלך. צו זאגן אז די תניא זאגט אז אמונה איז העכער פון שכל ברויך מען צוקומען צו אמונה דאס אנצונעמען וערבך ערבא צריך.

סתם שיסן אז מ'קען אלעס מסביר זיין ליישב הלב פון די תורה איז נישט אזוי פונקטליך. קודם כל דו ווייסט דאך נישט וואסארא פראגן ס'קען נאך אפירקומען, און די פשוטע כי ימכור איש את בתו לאמה אדער מלחמת ז' עממין זענען היבש שווערע פסוקים לויט די היינטיגע באגריפן.

וועגן נגיעות און די משל פון לאטערי (וואס אגב די משל רעדט פון האפענונג, אבער ס'איז גוט צו אנצייגן אז א מענטש וועט נייגן צו זיינע נגיעות, מכתב מאליהו איז מאריך דערין) בין איך אויך מסופק אויב א שטאלצער איד וואס איז געבוירן ביי אידן צו ער האט נישט קיין נגיעות. אלזא ווער איז יא אביעקטיוו?

זיין מאחורי פונקט איז גאר שטארק.

זיין פערפעקט פונקט איז פערפעקט.
מען ברויך נאר וויסן וויפול אידן וועלן זיך האלטן אהן קיין שום פעיר פרעשור, און טאמער ברויך מען יא עפעס פעיר פרעשור (כמורא בשר ודם) וואס איז די שיעור, און ווער שטעלט זיי אוועק.
מאנטאג אקטאבער 09, 2017 6:10 pm#386359
עפעס א אראגאנץ צו שרייבען אז די פובליצירער פון די אלגעמיינער דזשורנאל ווייסט נישט וואס קאווע שטיבל און די וועקער איז. ס'איז ווי איינער זאל שרייבען אז די וואל סטריט דזשורנאל ווייסט נישט וואס ברייטבארט איז. געהעריג חוזק געמאכט פון יעקבסאן.
מאנטאג אקטאבער 09, 2017 8:12 pm#386365
פערינא האט געשריבן:עפעס א אראגאנץ צו שרייבען אז די פובליצירער פון די אלגעמיינער דזשורנאל ווייסט נישט וואס קאווע שטיבל און די וועקער איז. ס'איז ווי איינער זאל שרייבען אז די וואל סטריט דזשורנאל ווייסט נישט וואס ברייטבארט איז. געהעריג חוזק געמאכט פון יעקבסאן.

אז מען רעכנט צאם די פאקטן שטעלט זיך טאקע ארויס די אראגאנץ, לאמיר איבעררעכענען
1. יעקבסון איז דער פובליצירער פונעם אלגעמיינער
2. דער פובליצירער פונעם אלגעמיינער איז אוודאי אפדעטעד מיטן וועלטליכן אויסגאבע דער וועקער
3. דער אלגעמיינער פובליצירער ברויך זיין באקאנט איבער דער וועקער ווי דער וואל סטריט דזשורנאל פובליצירער איז איבער ברייט בארט
4. די אויבן דערמאנטע פונקטן איז אזוי קראנט אז עס איז ממש חוזק געמאכט פון יעקבסון צו טראכטן אנדערש
מאנטאג אקטאבער 09, 2017 11:18 pm#386373
טמיר האט געשריבן:
יתרו האט געשריבן:מאחורי הפרגוד
יעקבסון האט נישט געוויסט וואס די וועקער איז און וועם דאס פרעזענטירט בשעת'ן אינטעוויו, אזוי האט ער געזאגט א נאנטער ידיד. ער האט ציגעלייגט אז עס טוט אים נישט באנג, און וואלט מן הסתם זיך געלאזט אינטערוויון אפילו ער ווייסט ווען.

איך דענק נישט אז אין די וועקער אליין זאל די ארטיקל ווערן אנגעריפן אן אינטערוויו. אפשר איז עס סתם באשריבן זיינע דיעות און געדאנקען?

אויפן דעקל שטייט "ערב יו"ט שמועס"
מוצ"ש אקטאבער 14, 2017 11:57 pm#386467
איך האב מורא'דיג הנאה געהאט פון הרב יעקבסאן'ס זיין אויפ'ן דעקל. לדעתי איז דא א מקום נאך מער צו דרוקען אזוינע פיגורען אויב קען איינער אויספיגערן וויאזוי צו אינטערוויען און פרעגן די ריכטיגע שאלות און ארויסבאקומען דעות והדרכות פון מענטשען וועלכער לעבן אינערהאלב אונזערע געזעלשאפטן און האבען אזא סארט פלאטפארמע. איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי אבער לדעתי דארף מען טראכטען וויאזוי ברעגנט מען מער פון אזעלכע מענטשען און וויאזוי מאכט מען מיט זיי א שמועס וואס עס קומט ארויס פון דעם א רעלעבאנטער נקודה.
זונטאג אקטאבער 15, 2017 1:22 am#386471
Re: וועקער 10: אינטערוויו מיט הרב יוסף יצחק יעקבסאן
@ראובן איך פארשטיי נישט פונקטליך וויאזוי די אינטערוויא איז געמאכט געווארן, איז עס בכלל געווען אן אינטערוויא מיט עם אליינס, ווייל רוב ארטיקל איז געווען זיינע שטארקע 5 דרשות וואס איז באקאנט, סא איז אינמיטן יא געווען מיט עם אליינס? איך וואלט ווען הנאה געהאט צי זען א סאליד אינטערוויא אזוי מארק שאפירא, אביסל אנטוישט, אפשר פאר די וואס קענען עם נישט איז עס געווען גוט
זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:03 am#386481
Re: וועקער 10: אינטערוויו מיט הרב יוסף יצחק יעקבסאן
לעיקוואד האט געשריבן:איך האב מורא'דיג הנאה געהאט פון הרב יעקבסאן'ס זיין אויפ'ן דעקל. לדעתי איז דא א מקום נאך מער צו דרוקען אזוינע פיגורען אויב קען איינער אויספיגערן וויאזוי צו אינטערוויען און פרעגן די ריכטיגע שאלות און ארויסבאקומען דעות והדרכות פון מענטשען וועלכער לעבן אינערהאלב אונזערע געזעלשאפטן און האבען אזא סארט פלאטפארמע. איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי אבער לדעתי דארף מען טראכטען וויאזוי ברעגנט מען מער פון אזעלכע מענטשען און וויאזוי מאכט מען מיט זיי א שמועס וואס עס קומט ארויס פון דעם א רעלעבאנטער נקודה.
איך בין גרייט צו אינטערוויואירן דעם רבי'ן ווען אימער!
שיק מיר אן אוקעי און מ'וועט אנהייבן צו ארבעטן אויף די שאלות
זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:05 am#386482
Re: וועקער 10: אינטערוויו מיט הרב יוסף יצחק יעקבסאן
קל וחומר האט געשריבן:

איך קען קוים ווארטן
זונטאג אקטאבער 15, 2017 9:54 am#386504
טרויבן88 האט געשריבן:@ראובן איך פארשטיי נישט פונקטליך וויאזוי די אינטערוויא איז געמאכט געווארן, איז עס בכלל געווען אן אינטערוויא מיט עם אליינס, ווייל רוב ארטיקל איז געווען זיינע שטארקע 5 דרשות וואס איז באקאנט, סא איז אינמיטן יא געווען מיט עם אליינס? איך וואלט ווען הנאה געהאט צי זען א סאליד אינטערוויא אזוי מארק שאפירא, אביסל אנטוישט, אפשר פאר די וואס קענען עם נישט איז עס געווען גוט

לייען איבער דעם ארטיקל וועסטו זען די פראגעס וועלכע איך האב פערזענליך געפרעגט פון הרב יעקבסאן. אגב, נאר דער חלק אליין וואס איז געווען א פערזענליכער אינטערוויו איז כמעט אזוי לאנג ווי דער גאנצער מארק שפירא אינטערוויו.
זונטאג אקטאבער 15, 2017 10:03 am#386507
Re: וועקער 10: אינטערוויו מיט הרב יוסף יצחק יעקבסאן
דרך אגב, איז דא א טעלעפון נומער צי הערן די שיעורים פון הרב יעקובזאן?
זונטאג אקטאבער 15, 2017 11:20 am#386513
זונטאג אקטאבער 15, 2017 11:56 am#386521
קל וחומר האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:איך האב מורא'דיג הנאה געהאט פון הרב יעקבסאן'ס זיין אויפ'ן דעקל. לדעתי איז דא א מקום נאך מער צו דרוקען אזוינע פיגורען אויב קען איינער אויספיגערן וויאזוי צו אינטערוויען און פרעגן די ריכטיגע שאלות און ארויסבאקומען דעות והדרכות פון מענטשען וועלכער לעבן אינערהאלב אונזערע געזעלשאפטן און האבען אזא סארט פלאטפארמע. איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי אבער לדעתי דארף מען טראכטען וויאזוי ברעגנט מען מער פון אזעלכע מענטשען און וויאזוי מאכט מען מיט זיי א שמועס וואס עס קומט ארויס פון דעם א רעלעבאנטער נקודה.
איך בין גרייט צו אינטערוויואירן דעם רבי'ן ווען אימער!
שיק מיר אן אוקעי און מ'וועט אנהייבן צו ארבעטן אויף די שאלות

קענסט מיר אויך אינטערוויואירן, כ'וועל דיר העלפן מיט די שאלות.
זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:00 pm#386538
שוין סיריעסלי כהאב געמיינט איינער וואס האט א שטיקל פלאטפארמע אין דער מציאות נישט איינער וואס זיין גאנצער פרסום באשטייט פון פלוידערן אויף קאווע שטיבל זעלבסט.
זונטאג אקטאבער 15, 2017 3:30 pm#386544
נאכאמאל א יישר כח @ראובן פאר די הערליכע שמועס.

בתוך דבריו הקדושים זאגט הרב יוסף יצחק אז אסאך יונגערלייט קומען צו איהם אז זיי פילן זיך ווי להבדיל קריסטן אדער ווי מוסלומענער. "אויב וואלטן מיר ווען אויפגעצויגן געווארן ביי זיי וואלטן מיר דאך געגלויבט די זעלבע זאך ווי זיי!" וכו'. מיין פראבלעם מיט דעם איז אז דאס איז טאקע אמת און די קשיא איז שטערקער ווי די תירוץ. און ווי ער אליין זאגט שפעטער אז אפילו ער האלט אז מ'קען יא אויפווייזן הונדערט פערסענט אידישקייט דאך קען מען נישט קיינעם איבער רעדען סיידן אויב ווילן זיי גלייבן. קומט דאך אויס אז דעס וואס ער איז איבערצייגט מיט אלע זיינע הוכחות איז נאר ווייל ער איז געבוירן א איד און וויל טאקע גלייבן. דאס הייסט נישט אויפווייזן. כ'פארשטיי נישט פונקט פארוואס דארף ער מוכיח זיין אז מענטשען גלייבן נאר וואס זיי ווילן גלייבן מיט א גאנצע משל פון א לאטערי און א קאר, די גרעסטע הוכחה איז אז אלע פילאזאפן וואס זענען געבוירן אידן וועלן גלייבן אין יהדות און אלע חכמים וואס זענען געבוירן צו די קריסטן וועלן גלייבן אז זייערע רעליגע איז דער אמת און אלעס אנדערש איז בלאף. קומט דאך אויס אז דער איד וואס פרעגט קשיות און זוכט תירוצים איז אויך גארנישט בעסער ווי אנדערע רעליגיעס. ס"ה איז ער מברר וואס ער וויל גלייבן.

לענ"ד כאפט די עיקר חילוק נישט אויף צו איבער רעדן אנדערע און צו דאס אויפווייזן לעיני כל, נאר צו צופרידען שטעלן דאס אייגענע געוויסן ביסן, פאר דער וואס טראכט. דאס הייסט אז איינער טראכט בכלל נישט אריין כי הוא זה, קען בפשטות זיין ער איז בכלל נישט קיין מאמין (חוץ עפ"י תורת הבעל שם ווי ער איז מסביר, איך רעד פראקטיש) ער זאגט אז ער גלייבט אבער דאס איז קיין אמונה, ווייל אלעס אלעס וואס ער טוט איז נאר מחמת זיין טרעדישן פון זיין טאטן, און דעם איז נכלל פון גלייבן אז ס'דא א באשעפער ביזן גיין אנגעטוהן מיט ר"ת גאטשעס, אלעס טראגט מער ווייניגער די זעלבע געוויכט. אז די וועסט איהם פרעגן פארוואס גייסטו מיט לאנגע גאטשעס אוו די הייבסט איהם אהן צו קארנערען וועט ער דיך ענטפערן "איך ווייס נישט, אזוי האט מיין טאטע געטוהן און פארטיג, כ'ווייס נישט ", און די זעלבע זאך אז די וועסט איהם פרעגן פארוואס ער היט תורה ומצוות איז די תירוץ די זעלבע "אזוי האט מיין טאטע געטוהן, און פארטיג" און ער וועט ארויסציען די דזשאוקער "איך בין א נער און איך גלייב". ווי האט יענער געזאגט די ערשטע האלב איז זיכער ריכטיג... א נער איז ער טאקע אבער גלייבן גלייבט ער נישט, יא ער טוט אלעס ווי ס'שטייט אין די בוקס אבער צו הייסט דעס גלייבן? ער האט אפילו נישט געכאפט אז ער גלייבט אין עפעס, ער טוט אלעס וואס מ'דארף צו טוהן וזהו. וואס דער רבי אין כתה א' האט איהם איהם געזאגט איז הייליג, און דער רבי האט אויך געזאגט אז מטאר גארנישט פרעגן. און דא ענדיגט זיך עס.

מאידך גיסא ווען איינער טראכט אריין, אפילו נאר אביסעל, ער איז נישט די גרעסטע חוקר און נישט די גרעסטע פילאזאף, אבער ס'באדערט איהם די פשוטע פראגע מאי שנא אלו מאלו? פארוואס זאג איך יעדען טאג מיט א שם ומלכות ברוך שלא עשני גוי ווער זאגט איך ווייס אז וואס איך טוה איז ריכטיג? הייבט ער אהן צו זיכען הוכחות און באווייזן. יעצט ריכטיג אז די אלע הוכחות זענען נישט 100% באווייזן אבער כאטש האט ער געטוהן עד כפי שידו מגעת און מיט זיין שכל האט ער דערגרייכט די יסודות אין אמונה און זאכן מאכן סענס, ער טוהט די מצוות אזוי ווי אן עדאלט און נישט ווי א חדר אינגעל. לפי דברינו איז דאס די כוונה פונעם בעש"ט "איך בין א נער און איך גלייב", דאס הייסט אז אפילו נאכן טראכטן ווי א מענטש און ניצן די שכל ביז ווי מ'קען איז עס נאכאלס בבחינת איך בין א נער ווייל קיין אבסולוט הוכחה איז נישט דא, מ'דארף אלץ צוקומען צו די בחינה פון נער.

אם כל מה הועילו חכמים? אויב קען דאס ממילא נישט באווייזן איז וואס מען פארדינט פון דאס טראכטן? דאס איז נישט קיין פראגע אין פלאץ. דאס גאנצע טראכטסגאנג איז פשוט א תוצאה פון דעם וואס דער באשעפער האט אריינגעפלאנצט אין א מח פון א מענטש אזא מין דזשעלי וואס טראכט. אויב ארבעט עס ווי עס דארף טראכט מען, פארלאנגט עס שכל'דיגע ערקלערונגען אויף צו זיין משועבד און דינען איינעם מבוקר עד הערב. אויב מען פרעגט נישט איז א סימן אז אדער איז ער נישט געווען ביים טיילן שכל, אדער דיירעקט א תוצאה פון ברעין וואשן אז מ'טאר ח"ו גארנישט פרעגן אדער קוועסטשענען. די מח שלאגט גלייך אפ א יעדע אזא סארט געדאנק און נאך ער וויל זיך מתעמק זיין איז די מחשבה שוין לאנג אוועק געשטופט געווארען אינטערן קישן.

אט וועגען זעהט מען גאר א שטארקע קאנטראסט ווען מ'רעדט מיט עמך יודן. יעדעס מאל ווען מ'פרעגט איינעם א מקור אויף אן הלכה צו א מנהג קוקט מען איהם אהן מיט שארפע בייזע בליקען און זאפארט באפאלט מען איהם אז ער איז שוין רח"ל "אויפגעקלערט" צו אנדערע גייען נאך ווייטער "משכיל" וכו' הגם ער מיינט נישט גארנישט אפצופרעגן אדער אפשפעטן, און לכאורה פרעגט ער בלויז א פשוטע פראגע איז זיי מוחל ענטפער איהם ווי א מענטש. אבער ניין! די רגע וואס די פרעגסט עפעס צינד זיך גלייך אהן ביי זיי א רויטע לעמפעל, די גייסט שוין אריין אין א סכנה, אז די פרעגסט אויף א מנהג איז פשט אז די ביזסט נישט מקבל די גאנצע פעקעדזש דיל מרצון, און אויב די פרעגסט מיר דער פשוטע פראגע ווער ווייסט וואס נאך די גייסטו מיר פרעגן, און אויף די טיפערע-פשוטע שאלות גיי איך נישט האבן קיין תי' ווייל איך האב דאך נאך קיינמאל נישט געמעגט טראכטן דערוועגן, ממילא פארדעם ביזסטו שוין ווערט צו ווערן באטיטלט מיט דאס ארגסטע, ווייל און זייערע וועלט איז נישט פארהאן אזא מין זאך ווי אן ערנסטע שאלה. א שאלה אויף א קליינעם פרט איז באמת שוין א שאלה אינעם גאנצע כלל. הכל בכל מכל איז חק בלי טעם בלי שום פשרות ובלי שום טענות או מענות כלל וכלל.

ווער איז מער אויס געהאלטן?
צו חקירה איז בעסער צו נישט איז שוין כמה פעמים אויסגעשמועסט געווארן ברחבי השטיבל מיט גענוג מראה מקומות לכאן ולכאן. ולא על זה אנו דנים. די פראגעס וואס פשוטע מענטשען האבן איז נישט די טיפע חקירה וואס מ'רעדט פון. אונז רעדן פון אלף בית. און רוב מענטשען וועלן זיין צופרידען מיט פשוטע ענטפערס וואס מאכן סענס אהן אריינגיין צו טיף בכלל. די פראבלעם הייבט זיך אבער אהן ווען מלעבט אין א סאסייעטי וואס מ'טאר גארנישט פרעגן, דעמאלס קענען די פראגעס וואקסן טיפער אין ברייטער.

די חברה וואס ווילן נישט טראכט האבן מיט זיך צוויי פסוקים "יעקב איש תם" ער איז געווען א תם, גארנישט געוויסט און גארנישט געפרעגט. נו, א מפורש'ע פסוק. אבער אז ס'שטייט צום סוף "יושב אהלים" דאס ווייסן זיי נישט, אז יעקב אבינו איז געזעסן און דורך געטוהן יעדער זאך אין ביהמ"ד דעס זענען זיי נישט גורס. יעדע מנהג שטות ובורות פון די באבעס ווערט גלייך א חלק פון די תורה שבעל פה. ווי שטייט דאס? אהה... אויך א פסוק. "אל תטוש תורת אמך". שטייט דאך קלאר אז יעדע זאך וואס די מאמע אדער באבע האט געטוהן טאהר מען נישט טוישן. אבער זיי לאזן ווייטער אויס די ווארט "תורת" אמך, יעדע תורה'דיג הנהגה זאל מען נישט אפנייגן פון, נישט יעדע שטות וואס זי האט געטוהן.

שוין, צו לאנג מאריך געווען.. כ'האב געוואלט נאר מגיב זיין און ס'האט זיך בטעות פארלענגערט.

הנוגע לעינינו טוט הרב יעקבסון אויף אויף א געוואלדיגע אופן, בידעי ובמכירי קאמינא פון גאר אסאך איידעלע וואוילע חסידישע אינגערלייט וואס הערן אויס יעדער שיעור פון איהם. דער סיבה איז נישט נאר זיין תוכן, וואס איז אוודאי ווערט צו אויסהערן מיט אזא געשמאקייט, נאר אויך ווייל די געפ פון עמך אידען מיט די טרעדישענעל רבנים איז געווארען זייער אפגערוקט, ס'איז כאילו מ'לעבט אין צוויי פלאנעטן, מ'קען כמעט נישט הערן א נארמאלע געשמאקע דרשה פון א היימישן משפיע וואס זאל רעדן תוכן אויף אן אופן וואס זאל רילעיטן צו אונז, ווי א שפראך וואס כאילו א חבר זאל רעדן צו דיר. דערפאר מיין איך אז זיין צוהערעס גייען וואקסן אויף א גרויסן אופן, און נאך אסאך אידן וועלן קלארע ווערן וואס זייער תכלית איז אויף דער וועלט, און אנהייבן פילן א געשמאק און א חיות מיט א חשק אין תורה ומצוות.
מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:37 pm#386658
יתרו האט געשריבן:מאחורי הפרגוד
יעקבסון האט נישט געוויסט וואס די וועקער איז און וועם דאס פרעזענטירט בשעת'ן אינטעוויו, אזוי האט ער געזאגט א נאנטער ידיד. ער האט ציגעלייגט אז עס טוט אים נישט באנג, און וואלט מן הסתם זיך געלאזט אינטערוויון אפילו ער ווייסט ווען.

און איך גלויב אז דאס זאגט ער שוין נאכן איבערלאזן אן אינטערוויו פארן וועקער...

_________

הנאה געהאט פון דעם ארטיקל,

איך האב אפאר זאכן וואס איך דיסעגרי מיט אים, אבער איך מיין אז זיין שטארקייט וועגט איבער זיינע חסרונות (איך מיין זיין קאווע שטיבלישן סגנון פון וויינען אויפן סיסטעם, דוכט זיך אז איינער וואס לעבט מיט זיין אמונה, שטערט נישט דער סיסטעם בכלל)
דינסטאג אקטאבער 17, 2017 9:12 am#386702
יעקב מענטש האט געשריבן:דוכט זיך אז איינער וואס לעבט מיט זיין אמונה, שטערט נישט דער סיסטעם בכלל)

לכאורה נישט ריכטיג, ווייל דער סיסטעם איז ליידער דער גרעסטער שטער פאר ריכטיגע אמונה. (לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט נאך א גרעסערע שטער פון סמארטפאונס....)

פיקאסא, א הערליכע תגובה, יעדעס ווארט צו צוקושן!
דינסטאג אקטאבער 17, 2017 2:21 pm#386776
שמעקעדיג האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:דוכט זיך אז איינער וואס לעבט מיט זיין אמונה, שטערט נישט דער סיסטעם בכלל)

לכאורה נישט ריכטיג, ווייל דער סיסטעם איז ליידער דער גרעסטער שטער פאר ריכטיגע אמונה. (לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט נאך א גרעסערע שטער פון סמארטפאונס....)

פיקאסא, א הערליכע תגובה, יעדעס ווארט צו צוקושן!

אויב בין איך א איד ווייל איך פארמאג א תורת אבות, פארוואס זאל איך ווערן שוואכער ווען איך געוואויר אז דער רב מיטן געבלומטע בעקיטשע איז עכט א טאשן שניידער, ליידיג גייער וכו'. ס'טוישט נישט אין מיין אמונה גארנישט.

און אויב בין איך נישט מסכים מיט מיין זונ'ס מנהל אז די אונטערן איז עפעס נישט אויסגעהאלטן, און ער 'לאזט' נישט גיין, וואס דארף דאס אויסמאכן אין מיין פערזענליכן רוחניותדיגען לעבן.

ווי פונקטיליך איז דער עקזיט סיין ווי מ'הייבט אן פאהרן סאוט?
דינסטאג אקטאבער 17, 2017 4:34 pm#386808
סימפל האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:א לינק פון די שיעור וואס ער רעדט פון

https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=46339

געוואלדיג. ביים סוף שיעור זאגט ער הייסע ציונות
דינסטאג אקטאבער 17, 2017 6:03 pm#386824
יעקב מענטש האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:דוכט זיך אז איינער וואס לעבט מיט זיין אמונה, שטערט נישט דער סיסטעם בכלל)

לכאורה נישט ריכטיג, ווייל דער סיסטעם איז ליידער דער גרעסטער שטער פאר ריכטיגע אמונה. (לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט נאך א גרעסערע שטער פון סמארטפאונס....)

פיקאסא, א הערליכע תגובה, יעדעס ווארט צו צוקושן!

אויב בין איך א איד ווייל איך פארמאג א תורת אבות, פארוואס זאל איך ווערן שוואכער ווען איך געוואויר אז דער רב מיטן געבלומטע בעקיטשע איז עכט א טאשן שניידער, ליידיג גייער וכו'. ס'טוישט נישט אין מיין אמונה גארנישט.

איך ווייס נישט וועגן דיר פערזענליך, אבער רוב היימישע אידן זענען נישט קיין אידן ווייל זיי ווייסן אז אידישקייט איז אמת, נאר ווייל זיי זענען אזוי אויפגעוואקסן מיט גוטע טאטע-מאמע און מיט א סאסייעטי וואו זיי שפירן זיך באקוועם. דאס מיינט אז דער יסוד פון זייער אידישקייט איז משפחה און סאסייעטי. דאס איז דער פאקט, נישט קיין חילוק וויאזוי דו זאלסט עס דרייען.

דערפאר איז זייער פארשטענדליך פארוואס מענטשן פארלאזן אידישקייט ווען איינער פון די יסודות פאלן אוועק -- צי ס'איז עלטערן וואס האבן זיי אביוזד, אדער די רעאליזאציע אז די סאסייעטי איז פארדארבן און/אדער די רבנים זענען קארופטירט.
מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 2:16 pm#390056
קען מיר איינער מסביר זיין קלאר הרב יעקובסאן'ס פירוש אויף אמונה.

ס'איז עפעס וואס ער האט שוין איבערגעזאגט מערערע מאל אין דרשות און אין מאמרים, און סאמהאו קען איך עס עפעס נישט אנכאפן.

מיין סך הכל איז, אז פונקט ווי א איד איז געבוירן מיט א פינגער, נאז, אויגן, איז ער אויף געבוירן געווארן מיט אמונה, ריכטיג?
מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 8:37 pm#390079
יעקב מענטש האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין קלאר הרב יעקובסאן'ס פירוש אויף אמונה.

ס'איז עפעס וואס ער האט שוין איבערגעזאגט מערערע מאל אין דרשות און אין מאמרים, און סאמהאו קען איך עס עפעס נישט אנכאפן.

מיין סך הכל איז, אז פונקט ווי א איד איז געבוירן מיט א פינגער, נאז, אויגן, איז ער אויף געבוירן געווארן מיט אמונה, ריכטיג?

ער האט דעראויף א לענגערע סעריע דא.