Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » ספר חכמת שלמה - באבוב

ספר חכמת שלמה - באבוב

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11901
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 12:25 pm#386036
ספר חכמת שלמה - באבוב
שטייען שטייט אז דער ספר חכמת שלמה אינהאלט תורות פון יארן תשט"ו ביז תשכ"ה, למעשה איז פארהאן אין דעם ספר חידו"ת פון יארן פריער און אויך פון יארן שפעטער. ווי אויך נישט אלע תורות פון אינציווישען די יארן תשט"ו - תשכ"ה זעהן מען געדרוקט אין דעם ספר.

דער ספר המדובר איז א קאלעקציע פון תורות ודרשות וועלעכע זענען געזאגט געווארען דורך רבי שלמה האלבערשטאם אבד"ק באבוב געשריבען געווארען דורך איש סודו ויד ימינו החסיד רבי יהושע וואלף זאפרין ז"ל, לויט ווי עס שטייט אינעם הקדמה איז אנגעקומען דעם בינטעל חידו"ת צום האנט פון ר' חיים בער גרינפעלד שיחי' וועלעכע האט דאס איבערגעבען צום מו"ל.

דער ספר חכמת שלמה איז איינגעטיילט אין דריי בענדער, א. על התורה, ב. מועדים, ג. דרשות ומפתחות.

ביפאר יעדער תורה שטייט געשריבען וועלעכס יאר דאס איז געדרוקט געווארען. בלל איז דאס ספר הערליך געדרוקט געווארען מיט שיינע ליכטיגע אותיות וכדומה.

למעשה כעת עתה איז נישט יעדער צוופרידן איבער דרוקן פון ספר, וויבאלד עס האט נישט דער רשות פון איינע פון די זון פון מהר"ש מבאבוב, וואס לכאורה האט בלויז ער דאס רשות פון דרוקן זיין טאטעס חידו"ת, ובעמדינו עתה איז עס אין בית דין אויסצוגלייכען דער עגמת נפש.
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 12:26 pm#386037
ספר חכמת שלמה באבוב שער בלאט
#2
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 12:27 pm#386038
#3
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 12:45 pm#386044
איז עס ערגעץ דא צו באקומען? ביטע מודיע זיין אין אישי אויב איינער ווייסט.
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 2:19 pm#386053
דולה ומשקה האט געשריבן:למעשה כעת עתה איז נישט יעדער צוופרידן איבער דרוקן פון ספר, וויבאלד עס האט נישט דער רשות פון איינע פון די זון פון מהר"ש מבאבוב, וואס לכאורה האט בלויז ער דאס רשות פון דרוקן זיין טאטעס חידו"ת, ובעמדינו עתה איז עס אין בית דין אויסצוגלייכען דער עגמת נפש.

כפי ששמעתי האבן די מדפיסים געחתמט שטרי בירורין ביי די בית דין פון לעווין אין ירושלים (די זעלבע וואס 45 האט געניצט צו מאכן א עיקול אחרי שיצא הפסק דין הידוע). די בית דין האט געשיקט דריי הזמנות צו די תובעים און געשריבן א הסרת העיקול אויף די ספר חכמת שלמה נאכדעם וואס די תובעים האבן נישט געענטפערט אויף די דריי הזמנות.
דינסטאג אקטאבער 03, 2017 8:11 pm#386218
ס'איז שוין דורך 17 יאר זיינט באבובער רב זצ"ל איז אוועק. שוין צייט אז מ'זאל ארויסגעבן וואס ס'לאזט זיך
מיטוואך אקטאבער 04, 2017 12:22 pm#386257
תמימותדיגע האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:למעשה כעת עתה איז נישט יעדער צוופרידן איבער דרוקן פון ספר, וויבאלד עס האט נישט דער רשות פון איינע פון די זון פון מהר"ש מבאבוב, וואס לכאורה האט בלויז ער דאס רשות פון דרוקן זיין טאטעס חידו"ת, ובעמדינו עתה איז עס אין בית דין אויסצוגלייכען דער עגמת נפש.

כפי ששמעתי האבן די מדפיסים געחתמט שטרי בירורין ביי די בית דין פון לעווין אין ירושלים (די זעלבע וואס 45 האט געניצט צו מאכן א עיקול אחרי שיצא הפסק דין הידוע). די בית דין האט געשיקט דריי הזמנות צו די תובעים און געשריבן א הסרת העיקול אויף די ספר חכמת שלמה נאכדעם וואס די תובעים האבן נישט געענטפערט אויף די דריי הזמנות.



ויש כבר אחרי זה מכתב של בית דינו של ר' ניסים שהעיקול במקומה עומדת