זונטאג אקטאבער 15, 2017 7:47 pm#386561
מיין קינד, איך האב דיך ליב! (וועקער 10)
אינעם יו"ט וועקער ערשיינט א ווארעמהארציגן ארטיקל געשריבן דורך ידידינו היקר ATUB @הילל ATUB וועגן געבן און ווייזן ליבשאפט פאר די קינדער. כ'האב זייער ליב געהאט דעם ארטיקל -- איך פיל אז אזא סארט ווארימער און מענטשליכער ארטיקל וואלט נישט געקענט געדרוקט ווערן אין קיין אנדערע היימישע אידישע אויסגאבעס, ווייל יעדעס ווארט וואלט מען געדארפט מעסטן און וועגן וכו'. פאר דעם אליין האט זיך דער וועקער געלוינט.