דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 1:43 pm#387097
ער האט געהאלטען אז ציונות איז נישט קיין כפירה, נאר אז עבריינים טארען זיך נישט אריינמישען אין ישיבות, ממילא זאל מען פון זיי קיין געלט נישט נעמען. זייענדיג א חשדן, האט ער געהאלטען אז מ'קען נישט טרויערען די עסקנים און מ'קען נישט טראגען די אחריות אויף וואס זיי גייען מעגליך טוהן ווען זיי גייען אין כנסת, דעריבער האט ער גארנישט געזאגט אז מ'דארף גייען אין כנסת. אין מאל, מחמת נחיצות הענין, האט ער מחליט געווען צו געבען א בריוו פאר בחירות, ונטרפה השעה ווייל ער איז אוועק איידער ער האט עס ארויס געגעבען. ער האט אויך געהאלטען צום עקסטרעם אז גוט'ס פארלעשט נישט קיין שלעכטס, ממילא ווען די חברי כנסת גייען ראטעווען אלץ, אבער איין זאך טוהן נישט ריכטיג, טאר מען שוין נישט מאכען קיין חשבונות. יעדער האלט עטוואס אזוי, נאר ער האט עס גענומען מער עקסטרעם ווי אנדערע.
דיין פראבלעם איז, דו ווייסט נאר פון אנדערע דעות פון דיין צייטונגען. דו ווייסט עס נישט פון די מקור. דער איד און דער בלאט קענען זיין באגלויבט אויף סאטמאר, אבער נישט אויף אנדערע. די 'מתירי הבחירות' זענען נישט געווען פארעוו צו ציונים, זיי האבען געקעמפט קעגען זיי, און אסאך מער ווי סאטמאר וואס איז געשטאנען אין די זייט, און ווייניג זיך געקימערט מיט די אלע פראבלעמען וואס די רשעים האבען געטוהן.
אז דו ווילסט ליינען ליטווישע פראפאגאנדא, ליין השקפתינו. אדער קענסטו קוקען אין בעיות הזמן און מכתבים ומאמרים פאר די שיטות פון גדולי ישראל אין דעם.
און אין דער עיקר, אז די איינציגסטע פארזיכערטע הצלה איז ישיבות ווי מ'לערנט תורה, נישט קהלות און שיטות, איז דער בריסקער רב גארנישט אנדערש געווען ווי די ראשי ישיבות אין א"י.