Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » אריכות ימים (וועקער 10#)

אריכות ימים (וועקער 10#)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11932
מיטוואך אקטאבער 25, 2017 12:32 pm#387528
אריכות ימים (וועקער 10#)
אריכות ימים


ער האט גראדע געהאט אריכות ימים

זעהט אויס ער איז געווען א תמים

גאנצע פיר-און-צוואנציג-און-א-האלב טעג געלעבט

ווען ארום און ארום א מיסטעריע שוועבט,



א פחד אין הארץ עס טוהט רוישן

ער איז שוין ישן נושן

וועט זיין גורל זיין בעסער

אדער נישט אנדערש פונעם פאריגן מעסער,



אבער די גזירה שוין געווען פארשריבן

ער איז אויך נישט איבערגעבליבן

אין א טונקעלן נאכט אדער העלן טאג

קיין שיילער איך פארמאג

- - -



צו מיינט איהר דען

איך וועל זיי נאך טרעפן סיי ווען,

ביים פסח'דיג מאכן א אומבאקאנט ווינקל

וואו עס איז אייביג טונקל,

א הויפן שיילער פון אלע קאלירן

כסדר נעלם געווארן אויף מיינע געהירן?
מיטוואך אקטאבער 25, 2017 1:17 pm#387532
אפשר בינד זיי טאקע צו מיט שטריקל
אזוי ווי די טעפלעך אין בית מדרש'ל
אדער די נעגלעך שניידער אין טאהש שטעטל
גענוי ווי די פענס אויפ'ן באנק טישל
מיטוואך אקטאבער 25, 2017 1:20 pm#387533
די קינדער ווילן דאך העלפן געוויס
אבער קענען נישט שיילן שטייענדיג אויף די פיס
אויך די גרויסע שיילן דא און דארט
יעדעס מאל אן אנדער ארט
גייט עס אהין און צוריק
און ווערן פארשוואונדן אין אן אויגן בליק.
מיטוואך אקטאבער 25, 2017 3:49 pm#387552
Re: אריכות ימים (וועקער 10#)
שכוח. זייער דערפרישנד אז דער ליטעראטור מאכט שוין פלאץ פאר א שיילער. ס'איז א סימן פון פארשריט.
מיטוואך אקטאבער 25, 2017 7:35 pm#387574
מפוזרי האט געשריבן:שכוח. זייער דערפרישנד אז דער ליטעראטור מאכט שוין פלאץ פאר א שיילער. ס'איז א סימן פון פארשריט.


דארפסט כאפען די עסק, כדי מער צו פארשטיין דארפסטו אנפרעגען ביי חברינו הוגה און לעיקוואד וכודומה , ס'דא יד אלוקית אין הענטעל און ווערט מצומצם אינ'ם שפיציגען חלק פון מעסער, ווען ס'ווערט פארלוירען מיינט עס אז מ'קען נישט זען יד ה', און ווען מ'צעשנייד זיך איז דאס באהאלטענע אהבה...

וועקער איז פאר אינטעלעקטואלע חברה..