Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » מאטי שטיינמעץ נייע אלבום, "הנשמה בקרבי"

מאטי שטיינמעץ נייע אלבום, "הנשמה בקרבי"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11940
מאנטאג אקטאבער 30, 2017 8:07 am#387887
מאטי שטיינמעץ נייע אלבום, "הנשמה בקרבי"
אין די קומענדיגע טעג גייט די אידישע מוזיק וועלט רייכער ווערן מיט א אלבום פונעם באקאנטן זינגער מאטי שטיינמעץ .מאטי א ווארעמער וויזשניצער אינגערמאן פארמאגט א זעלטענע שטימע, א קאמבינאציע פון א קינדערישע ילד הפלא שטימע מיטן ערוואקסענעם שלימות. מאטי האט שוין געזינגען אויף עטליכע אלבוימס ווי ותערב אויף רעכניץ און גאנץ לעצטנס פתח לנו אויף מרדכי'ס סידי, יעצט האט ער געענדיגט א פולע אייגענע אלבום וואס איז ערווארטעט צו זיין אין די געשעפטן שוין די וואך. לויט ווי כ'האב געהערט, פארמאגט די אלבום א געקליבענע קאלעקציע פון הערליכע ניגונים פון די טאפ אוו די ליין קאמפאזערס ווי יוסי גרין, מאטי אילאוויטש, פינקי וועבער, בעני הערשקאוויטש ע"ה. די ארענדזשמענטס זענען געמאכט ביי מיין פעוואריט ארענדזשער משה לאופער, רובי באנעט, יואלי דיקמאן. צוויי ניגונים פונעם סידי זענען שוין ארויס פארן פובליק "זכור ברית" און "הנשמה בקרבי". זכור איז א ווארעמער ניגון און הנשמה בקרבי איז א אמפא סטיל.
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 1:05 am#387953
אויערבאך האט געשריבן:לויט ווי כהאב געהערט פארמאגט די אלבוים א געקליבענע קאלעקציע פון הערליכע ניגונים פון די טאפ אוו די ליין קאמפאזערס ווי יוסי גרין, מאטי אילאוויטש, פינקי וועבער,בעני הערשקאוויטש ע"ה .די ארענדזשמענטס זענען געמאכט ביי מיין פעוואריט ארענדשער משה לאופער , רובי באנעט , יואלי דיקמאן. צוויי ניגונים פונעם סידי זענען שוין ארויס פארן פובליק "זכור ברית" .און" הנשמה בקרבי".זכור איז א ווארעמער ניגון און הנשמה בקרבי איז א אמפא סטיל ,

אין אנדערע ווערטער, אן אלבום ווי אלע נייערע אלבומ'ס.
וואס נאך איז נייעס?
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 1:15 am#387954
שמעקעדיג האט געשריבן:
אויערבאך האט געשריבן:לויט ווי כהאב געהערט פארמאגט די אלבוים א געקליבענע קאלעקציע פון הערליכע ניגונים פון די טאפ אוו די ליין קאמפאזערס ווי יוסי גרין, מאטי אילאוויטש, פינקי וועבער,בעני הערשקאוויטש ע"ה .די ארענדזשמענטס זענען געמאכט ביי מיין פעוואריט ארענדשער משה לאופער , רובי באנעט , יואלי דיקמאן. צוויי ניגונים פונעם סידי זענען שוין ארויס פארן פובליק "זכור ברית" .און" הנשמה בקרבי".זכור איז א ווארעמער ניגון און הנשמה בקרבי איז א אמפא סטיל ,

אין אנדערע ווערטער, אן אלבום ווי אלע נייערע אלבומ'ס.
וואס נאך איז נייעס?

אין אנדערע ווערטער איז מאטי נישט אזוי ווי אלע אנדערע זינגערס ער ברענגט עפעס מער צום טיש.
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 10:38 am#387967
ווי למשל וואס?
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 10:43 am#387968
א הערליכע שטימע זינגט מיט הארץ וכו'
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 10:45 am#387970
אזוי ווי יעדע יונגעל פון אידיש נחת קווייער, איך זעה ממש נישט די שפעציעלקייט אין זיין שטומע.
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 10:49 am#387972
פון די אנדערע זייט האט ער די עדאלטנעס אין זיין שטימע וויזוי ער האלט א טאן און דאס קאמביינט צוזאמען מיט א קינדערישע שטימע איז זייער שיין
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 10:53 am#387974
על טעם וריח אין להתוכח..
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 3:24 pm#388007
קאצקע ציקער האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
אויערבאך האט געשריבן:לויט ווי כהאב געהערט פארמאגט די אלבוים א געקליבענע קאלעקציע פון הערליכע ניגונים פון די טאפ אוו די ליין קאמפאזערס ווי יוסי גרין, מאטי אילאוויטש, פינקי וועבער, בעני הערשקאוויטש ע"ה. די ארענדזשמענטס זענען געמאכט ביי מיין פעוואריט ארענדשער משה לאופער, רובי באנעט, יואלי דיקמאן. צוויי ניגונים פונעם סידי זענען שוין ארויס פארן פובליק "זכור ברית", און" הנשמה בקרבי". זכור איז א ווארעמער ניגון און הנשמה בקרבי איז א אמפא סטיל

אין אנדערע ווערטער, אן אלבום ווי אלע נייערע אלבומ'ס.
וואס נאך איז נייעס?

אין אנדערע ווערטער איז מאטי נישט אזוי ווי אלע אנדערע זינגערס ער ברענגט עפעס מער צום טיש.

אודאי יעדער זינגער האט זיך זיין מעלה, און נישט אויף זיין פערזענליכקייט אדער שטימע האב איך זיך באצויגן. קוק וועלכע חלק איך האב געקוואוט וועסטו בעסער פארשטיין. יעדע נייע אלבום טוט זיך אויף אז זיי האבן ספעציעל געקליבענע ניגונים טאפ אף דע ליין, בעסטע קאמפאוזערס און ערענדזשערס וכו' וכו', איך קען שוין די דרשה אויסענווייניג.
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 4:00 pm#388013
האסט שוין געהערט דעם סידי? נישט יעדער איז מוזיקאליש און ווי סמבטיון האט געשריבן על טעם וריח אין להתווכח .סאיז דא גענוג אשכולות דא אויף אנדערע נושאים אזויווי די "מאמענט"אשכול וואס רעדט נישט צו מיר און איך בין טאקע נישט מגיב דארט , איך האב געעפנט דעם אשכול פאר מוזיק ליבהאבער צו האבן א שמועס אופן אלבוים ,וואס נאך איז נייעס?
זונטאג נאוועמבער 05, 2017 12:46 am#388364
לויפט אין קויפט דאס סידי סווערט אלע געלטער
א שיינע חאסידישע דיסק ווי קיינמאל בעפאר
די ניגינים איינס נאכען צווייטען איז שיין אין הארציג
ער ווייזט פאר די מיוזיק וועלט אז אפילי סיס חאסידיש געזינגען מיט נאר א חסידישע הברה איז עס נאך אלץ שיין מדארף זיך נישט געפעלן פאר די אנדערע קרייזן.

נישט פארגעסען ער ווארפט נאך אריין זיין וויזניצע ווארעמקייט
יואוי רייסט ער שטיקער .
זונטאג נאוועמבער 05, 2017 12:56 am#388366
אויב זעט מען אים נישט בשעת'ן זינגען, איז גארנישט אינטערעסאנט...
זונטאג נאוועמבער 05, 2017 1:44 am#388367
איך דיסעגרי מיט דיר
ווייל ער זינגט זייער פאלטש לייוו
ער מאכטזיך ערענסט
אויב די הערסט איהם נאר זעיסטי נישט די פאלטשקייט אין סרייסט שטיקער
זונטאג נאוועמבער 12, 2017 2:44 am#388887
שטיינמעץ האט געהאט א קינד
זונטאג נאוועמבער 12, 2017 2:45 am#388888
מזל טוב!
זונטאג נאוועמבער 12, 2017 3:48 am#388897
מזל טוב! ר' מרדכי שטיינמעץ האט געהאט א מיידעלע!
זונטאג נאוועמבער 12, 2017 12:26 pm#388925
.
זונטאג נאוועמבער 12, 2017 1:34 pm#388951
פראק נישט אויס א פריוואטן מענטש! קיינעם'ס ביזנעס דא.
זונטאג נאוועמבער 12, 2017 9:35 pm#389045
Re: מאטי שטיינמעץ נייע אלבום, "הנשמה בקרבי"
איז עס דאס מאל יא אמת?

שוין געוועהן אזא שמועה אפשר איז דאס די צווייטע?
זונטאג נאוועמבער 12, 2017 10:03 pm#389047
מוטי'ס סידי איז עכט א קלאסישע סידי הערליכע ארבעט שיינע ניגונים איינס ביי איינס הערליכע ערענדזמענטס מיט מיוזיק ממש ביוטעפול
זונטאג נאוועמבער 12, 2017 11:22 pm#389050
קאצקע , סא שאד די צייט דער עולם דא איז נישט אינטא מאטי .פינטל
מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 3:23 am#389063
Re: מאטי שטיינמעץ נייע אלבום, "הנשמה בקרבי"
אויערבאך האט געשריבן:קאצקע , סא שאד די צייט דער עולם דא איז נישט אינטא מאטי .פינטל
וואס עפעס?
ביי @אויערבאך איז מען פארנומען מיט הפגנות, אבער רוב שלומי אמוני ישראל האבן אביסל צייט פאר שיינע מוזיק.
מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 5:22 pm#389121
איך האב געהערט די טעיפ ס'איז הערליך לענ"ד א חידוש אז אזא שיינע זינגער קען נאך אין היינטיגע טאג ארויסגעבן אזא חסידישע טעיפ טאמער האלט ער זיך ווייטער אויף דעם טרעק קען ער זיין די אופקאמינג אייזיק האניג
{איך דיסקוסיר נישט טאמער ס'איז גערעכט אדער נישט אבער פאר די {חסידישע} אידען וואס נעמען נאר אריין געוויסע זינגער'ס טעיפ'ס אינדערהיים איז דאס א געווינס
כנלענ"ד
מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 6:35 pm#389130
קלוגע יודל האט געשריבן:
אויערבאך האט געשריבן:קאצקע , סא שאד די צייט דער עולם דא איז נישט אינטא מאטי .פינטל
וואס עפעס?
ביי @אויערבאך איז מען פארנומען מיט הפגנות, אבער רוב שלומי אמוני ישראל האבן אביסל צייט פאר שיינע מוזיק.

ווייסעך נישט צו וועלכע אויערבאך דו באציסט דיך איך האב מיט יענעם אויערבאך אזויפיל שייכות וויפיל די האסט מיט דיין ניק , איך האלט אז דער סידי איז א מעסטערפיס שוין לאנג נישט געווען אזאנס .
מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 7:17 pm#389133
סקרן האט געשריבן:איך האב געהערט די טעיפ ס'איז הערליך לענ"ד א חידוש אז אזא שיינע זינגער קען נאך אין היינטיגע טאג ארויסגעבן אזא חסידישע טעיפ טאמער האלט ער זיך ווייטער אויף דעם טרעק קען ער זיין די אופקאמינג אייזיק האניג
{איך דיסקוסיר נישט טאמער ס'איז גערעכט אדער נישט אבער פאר די {חסידישע} אידען וואס נעמען נאר אריין געוויסע זינגער'ס טעיפ'ס אינדערהיים איז דאס א געווינס
כנלענ"ד

אויך געטראכט אז ער איז די אפקאמינג אייזיק האניג די סידי ענדעלט שטארק צו זיינע טעיפס
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 3:24 pm#389257
אויערבאך האט געשריבן:קאצקע , סא שאד די צייט דער עולם דא איז נישט אינטא מאטי .פינטל

איי געס די עולם האט ליב צו הערן טאטעס זינגען ווי טאטעס און נישט ווי יונגלעך (און מאמעס ווי מאמעס). אז איך וויל הערן א יונגל וועלעך הערן א עכטע יונגל.
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 4:24 pm#389265
ווען איך רעד פון דעם אז "דער עולם" איז נישט אינטא מאטי באצי איך מיר צו קאווע שטיבל, אין די עכטע וועלט ווערט די סידי באטראכט ווי א היט , האט שוין געבראכן אלע רעקארדס אין סעילס.
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 5:25 pm#389276
אוודאי אזוי, עס איז נישט עפעס וואס קומט ארויס יעדן טאג, אז דער יונגל גרין וועט אליין ארויסגעבן א סידי וועט עס אויך גיין ווי וואסער. קוק, נישטא וואס צו רעדן ער האט גאר א הארציגע שטימע און זינגט מיט א ים פון רגש, נעם למשל די ניגון ויהי נועם, מען קען אויסגיין פון מתיקות, אזוי אויך אנדערע ניגונים, אבער פון א מוזיקאלישע שטאנדפונקט, איז ער גאנץ שוואך.
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 6:30 pm#389283
כ'האב אים געהערט זינגען 1 יאר אין סאטמאר, זיין שטומע איז א זעלטענהייט, כ'הער אז זיין סידי איז זייער גאנגבאר
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 7:39 pm#389286
סמבטיון האט געשריבן:אוודאי אזוי, עס איז נישט עפעס וואס קומט ארויס יעדן טאג, אז דער יונגל גרין וועט אליין ארויסגעבן א סידי וועט עס אויך גיין ווי וואסער. קוק, נישטא וואס צו רעדן ער האט גאר א הארציגע שטימע און זינגט מיט א ים פון רגש, נעם למשל די ניגון ויהי נועם, מען קען אויסגיין פון מתיקות, אזוי אויך אנדערע ניגונים, אבער פון א מוזיקאלישע שטאנדפונקט, איז ער גאנץ שוואך.

חוץ פון אלעם האט ער עכט גיטע ניגונים איינס ביי איינס די בריוועלע ניגון איז הערליך און פינקיס כה אמר מיט והוא נועם פון יענקי דאסקל פשוט הערליך
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 11:01 am#390994
C/P
א לעיקוואדער אינגערמאן האט געכאפט א היטש ביים היטשינג ספאט ביי וויספרינג פיינס {פאר דער וואס איז באקאנט}
אפגעשטעלט האט זיך אן אוטו מיט צוויי ישראלים ער האט זיי נישט דערקענט זייענדיג אריינגעטוהן נאר אין תורא
געפארן זענען זיי קיין בארא פארק
אנהייב וועג האט די לעיקוואדער געזעהן אז ס'הערשט א שטילקיין האט ער זיי געפרעגט צי ער קען אריינלייגען א CD צו שפילן {פאר דער וואס איז באקאנט איז דאס א זייער אפטע געשעהניש}
זאגט ער זיי לעצטענס איז ארויסגעקומן א הערליכע טעיפ פון מוטי שטיינמעץ זיי האבן עס אנגעצונדן ס'האט געשפילט אגאנצן וועג
אנקומענדיג קיין ב"פ האט די לעיקוואדער צוריקגענומען זיין CD און גרייט זיך ארויסצוגיין פון די קאר רופט זיך אהן איינע פון די ישראלים
איך הייס מוטי שטיינמעץ און א גרויסן ייש"כ ביז יעצט יעדער וואס איז מיר געקומן זאגן אז ס'איז שיין איז אדער געווען פאר חניפה אדער ווייל וואס דען זאל ער מיר זאגן
אבער דו האסט דאך נישט געוויסט ווער איך בין און נאכאלץ געזאגט אז דו האסט הנאה
א גרויסען ייש"כ
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 8:08 pm#391042
און ער האט זיך אויפגעוועקט