Under maintenance
הויפט זייט » כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי

כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11945
מאנטאג אקטאבער 30, 2017 9:26 pm#387939
כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי
עס איז שוין מערערע מאל גערעדט געווארן איבער די מהלך אין גור צו באהאנדלען ענייני קדושה ביי בחורים מיט פילן וכדו.

אמנון לוי פון פנים אמיתיות באשטעטיגט דאס אין א פרישע הארצרייסנדע דאקומענטרי מיט א געוועזענע גור'ע בחור פיני לאנדוי.

אנדערש ווי ביז היינט ווען עס איז בלויז געווען ווערטער פון נושרים וואס מאנכע האבן געלייקנט, שטעלט אמנון אהער א גאר גוטע אינוועסטיגאציע ארבעט, שיקט אראפ דעם בחור מיט א באהאלטענע קאמערא זיך טרעפן מיטן משגיח וועלכע האט איהם געשיקט צו די באהאנדלונג, יענער באשטעטיגט אלעס און זאגט אז פילע אנדערע גייען אדורך די באהאנדלונג, זיי טרעפן זיך מיטן דאקטאר וואס האט פארשריבן דעם איינשפריץ וכו'

זעהט און שטוינט
מאנטאג אקטאבער 30, 2017 10:21 pm#387943
א שרעק, איך קען נאר זאגן איין זאך, לכאורה וועט ער אין ערגעץ נישט אנקומען מיט זיינע תלונות, גור האט א געוואלד מיט פאוער און מאכט אין ארץ ישראל, און אפילו נאכן ווערן עקספאוזד פאר די וועלט וועט זיך גארנישט טוישן דארטן.
אגב ליטוואק, קענסט מאשר זיין וואס זיי זאגן דארט בשם די סטייפעלער זצ"ל אז ווער עס האלט די תקנות פון גור "יירש גיהנום" ??
מאנטאג אקטאבער 30, 2017 11:54 pm#387948
סמבטיון האט געשריבן:א שרעק, איך קען נאר זאגן איין זאך, לכאורה וועט ער אין ערגעץ נישט אנקומען מיט זיינע תלונות, גור האט א געוואלד מיט פאוער און מאכט אין ארץ ישראל, און אפילו נאכן ווערן עקספאוזד פאר די וועלט וועט זיך גארנישט טוישן דארטן.

עקספאזשור, הגם סיז א שטארקער מעטאד, איז עס אבער לאו דוקא די דרייווינג פארס. די עיקר שאלה איז ווי ווייט מענטשן ווערן אונטערדרוקט און ווילאנג זיי ווילן אויסהאלטן. אבער ווילאנג מענטשן ליידן איז א טויש אומפארמיידבאר.
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 12:44 am#387951
ביבער האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:א שרעק, איך קען נאר זאגן איין זאך, לכאורה וועט ער אין ערגעץ נישט אנקומען מיט זיינע תלונות, גור האט א געוואלד מיט פאוער און מאכט אין ארץ ישראל, און אפילו נאכן ווערן עקספאוזד פאר די וועלט וועט זיך גארנישט טוישן דארטן.

עקספאזשור, הגם סיז א שטארקער מעטאד, איז עס אבער לאו דוקא די דרייווינג פארס. די עיקר שאלה איז ווי ווייט מענטשן ווערן אונטערדרוקט און ווילאנג זיי ווילן אויסהאלטן. אבער ווילאנג מענטשן ליידן איז א טויש אומפארמיידבאר.


די פאקט אז אינענווענדיגע קראנקע התנהגות גייט פאבליק וואס מער ווי די צייט גייט אריבער אזוי ווי מ'זעט אין די לעצטע פאר יאר דאס אליינס ווערט פארעכענט אז מענטשען קענען שוין נישט ליידען מער.

ס'גייט טאקע זייער שטייט, אבער אסאך זאכען וואס מ'האט אמאל געמיינט מ'קען אזוי דערקוועטשען דעם עולם איז שוין נישט אזוי גרינג.
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 6:04 am#387958
סמבטיון האט געשריבן:א שרעק, איך קען נאר זאגן איין זאך, לכאורה וועט ער אין ערגעץ נישט אנקומען מיט זיינע תלונות, גור האט א געוואלד מיט פאוער און מאכט אין ארץ ישראל, און אפילו נאכן ווערן עקספאוזד פאר די וועלט וועט זיך גארנישט טוישן דארטן.
אגב ליטוואק, קענסט מאשר זיין וואס זיי זאגן דארט בשם די סטייפעלער זצ"ל אז ווער עס האלט די תקנות פון גור "יירש גיהנום" ??

איך זעה נישט די ווערטער אין די באקאנטע בריוו קעגען די גערער תקנות, אבער שארף רעדט ער דארט. יעדער ליטווישער שנה ראשונה יונגערמאן לערנט יענע בריוו, כאטש איין מאל.
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 9:38 am#387962
שוידערליך, שוידערליך. און ווי שרעקליך אז כדי צו עקספאוזן אזא סיסטעמאטישן רשעות וואס גייט שוין אן לאנגע יארן דארף מען צוקומען צו איינעם וואס איז אראפ פון וועג.
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 9:43 am#387963
הארצרייסענד . און פאר דעם אכזרישן דאקטער האב איך איין שאלה: וואס נעמט איר צו צוימען אייערע מחשבות זרות??
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 9:58 am#387964
אויב דאס איז געווען א הוילע פארדאכט באזירט בלויז אויף דאס באזיסן א סמארטפאון שטעלט אייך פאר וואס פאסירט ווען מכאפ'ט איינעם טון א מעשה בפועל איך גלויב שווער אז מלאזט יענעם דערנאך מיט גאנצע איבר'ים וד''ל
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 10:04 am#387965
איז פארהאן ביינונז א גערע חסיד וואס קען קאמאנטירן אויף דעם דאקעמענטרי?
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 10:45 am#387971
Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי
ס'שוידערלעך און הארצרייסענד, צו זעהן ביז ווי (ולא ביז בכלל) קענען חסידישע אידן דערקייקלן און אלץ למען החסידות, כ'האב נישט געקענט וואטשן מער ווי אכט מינוט, ס'שרעקעדיג
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 10:52 am#387973
סמבטיון האט געשריבן:איז פארהאן ביינונז א גערע חסיד וואס קען קאמאנטירן אויף דעם דאקעמענטרי?

א גורע חסיד האט מיר אמאל פארציילט אז אלטץ בחור פערצען פיפצען יאר אלט רופט דער מנהל אריין דעם בחור און פרעגט פערזענליכע פראגעס
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 11:33 am#387977
דאס האט מיין משגיח מיר אויך געטוהן
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 11:42 am#387978
קאצקע ציקער האט געשריבן:א גורע חסיד האט מיר אמאל פארציילט אז אלטץ בחור פערצען פיפצען יאר אלט רופט דער מנהל אריין דעם בחור און פרעגט פערזענליכע פראגעס

קאצקע צוקער: כ'האב נייעס פאר דיר, אז אין סאקמער האט מען אויך געקענט אריין רופן און אפילו ביי א אינגערע עידזש, היינט צו טאגס ווייס איך נישט צו מען טוט עס נאך.
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 11:54 am#387979
נישט נאר אין סאטמער, לכאורה אין אלע חסידישע ישיבות,
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 12:17 pm#387982
אויערבאך האט געשריבן:הארצרייסענד . און פאר דעם אכזרישן דאקטער האב איך איין שאלה: וואס נעמט איר צו צוימען אייערע מחשבות זרות??

אויערבאך: די קעש וואס ער קאסירט איין פון די אלע טריעטמענטס וואס ער געט פאר די בני הקהילה. די אומשולדיגע צאן קדשים, וועלכע טוען אלעס פאר'ן..."רעבי'ן"...יעצט זאגטס מיר רבותיי מיט וואס די גערער בהמות און רשעים זענען ווייניגער קולט ווי לב טהור, אדער די אנדערע קולטן וועלכע האבן זיך געמאכט ביי כלל ישראל אין משך פון דורות...!
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 12:35 pm#387985
דער משגיח געפעלט מיר גראדע, וכן משמע מדברי פיני.

איין זאך פארשטיי איך נישט. דאס קאכעריי אינ'ם סירוס כימי טערמין זעט מיר אויס זייער מיסליעדינג. עס איז לכאורה נאר אויף ווי לאנג מ'נעמט די זריקה (ועוד כמה חדשים), נישט אזוי?
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 12:41 pm#387986
כ'דענק נישט זען אדער הערן עפעס לעצטענס וואס זאל מיר אזוי אויפשוידערן. א פחד א שרעק.
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 12:47 pm#387987
בילד
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 12:50 pm#387988
ונבנתה העיר האט געשריבן:דער משגיח געפעלט מיר גראדע, וכן משמע מדברי פיני.

איין זאך פארשטיי איך נישט. דאס קאכעריי אינ'ם סירוס כימי טערמין זעט מיר אויס זייער מיסליעדינג. עס איז לכאורה נאר אויף ווי לאנג מ'נעמט די זריקה (ועוד כמה חדשים), נישט אזוי?

דער ראש פונעם איגוד הפסיכיאטרים זאגט דארט אז עס קען יא מעגליך זיין פערמענענט דעמעדזש.
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 1:30 pm#387990
ונבנתה העיר האט געשריבן:דער משגיח געפעלט מיר גראדע, וכן משמע מדברי פיני.

איין זאך פארשטיי איך נישט. דאס קאכעריי אינ'ם סירוס כימי טערמין זעט מיר אויס זייער מיסליעדינג. עס איז לכאורה נאר אויף ווי לאנג מ'נעמט די זריקה (ועוד כמה חדשים), נישט אזוי?

ונבנתה העיר: א ראיה צו דיין טעאריע. ווייל די מאמע פונ'ם בחור איז אויכעט זייער העווי/אביעס. וואס...?זי האט אויכעט גענומען די איינשפריצונג...?! אלא מאי . זייער בי.עם.איי..(באדי מעסס אינדעקס) איז זייער הויעך אלץ א גענעטישע ערשיינונג..! ס'איז אבער נאכאלץ שווער וויאזוי נעמען זיך די אויטאריטעטן אין גור די חוצפה צו שפיעלן זיך מיט די הארמאנס און פסיכישן צוזאמענשטעל פון די בחורים...!
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 2:32 pm#388003
וואס האט מען געטיען אמאל פאר עס זענען געווען די אלע ''טריטמענטס''? יעצט ווערט מען שוין נישט מגולגל? אכשר דרא.
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 3:14 pm#388005
סירוס איז אסור מדאורייתא.
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 3:34 pm#388008
דאס איז נישט געטוהן לשם החסידות. זיי גלויבען אז דאס איז עבודת ה'. די חסידות האט עס זיי אויסגעלערנט. ס'איז שרעקליך, אבער נישט די זעלבע זאך.
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 3:41 pm#388010
Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי
אישתישבי האט געשריבן:סירוס איז אסור מדאורייתא.
גניבה, גזילה, אונאה, איז אויך אסור מדאורייתא, און?
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 3:48 pm#388012
אישתישבי האט געשריבן:סירוס איז אסור מדאורייתא.


מנהג ברעכט א דין
מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 6:12 pm#388118
Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי
גער איז א פוילישע חסידות. זיי האלטען זיך זייער שטיל. זייערע תלמידי חכמים ווערען נישט בארימט, זייער שמוץ איז באהאלטען, אלס איז שטיל. מיר ווייסען נישט וואס זיי האבען און וואס זיי האבען נישט. אפשר האבען זיי ריזיגע תלמידי חכמים, אפשר האבען זיי דערהויבענע עובדים. אדער אפשר זענען זיי אלע א באנדע שמוציאנעס. אדער א מישאכטס פון אלע סארטען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 6:32 pm#388120
Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי
ליטוואק; נאכן קוקן דעם קליפ און דו האסט געזען וויפיל רשעות ואכזריות דארט ליגט, ביזט שוין מודה וויפיל בלוט מ'גיסט "למען החסידות" און נישט סתם ווייל מ'האט זיי אזוי אויסגעלערנט??
מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 7:51 pm#388127
Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי
׳למען החסידות׳ מיינט אז מ׳איז מקריב דער יחיד לשם דער כלל. מ׳צווינגט די בחור חתונה האבען מיט די מיידעל, ווייל די חסידות פאדערט אז אזוי האט מען חתונה. מ׳לאזט נישט דער מענטש לערנען לימודי חול ווייל די חסידות שעמט זיך פון די נעקסטע חסידות אין דער טלפון בוך.

דא האבען זיי א קרומע צוגאנג צו אידישקייט און קדושה, אבער דער בחור איז נישט קיין קרבן פאר׳ן כלל. ער איז א קרבן פון קרומקייט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 8:41 pm#388130
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ליטוואק; נאכן קוקן דעם קליפ און דו האסט געזען וויפיל רשעות ואכזריות דארט ליגט, ביזט שוין מודה וויפיל בלוט מ'גיסט "למען החסידות" און נישט סתם ווייל מ'האט זיי אזוי אויסגעלערנט??

דער גאלדענער אדלער: איך ערלויב מיר צו נעמען דאס ווארט און אריינווארפן מיינע צוויי סענט. ס'איז לכאורה דא 2 ערליי חסיד'ישע גרופס. די ערשטע. וואו מ'דינט נישט קיין פערסאנאליטי קולט. נאר מ'איז זיך און אלעס מקריב למען השיטה (הקדושה). אבער דער פערזאן, וועלכער איז געווען דער מייסד השיטה. און דער פערזאן וועלכער פיהרט ווייטער דעם מעסעדזש. זיי זענען צווייט ראנגיק אין וויכטיגקייט. זייער גדלות און תפארת קומט נאר דורך די שיטה/מעסעדזש. נאכדעים איז פארהאן א גרופ אדער גרופס וואו ס'איז נישט דא קיין צענטראלער מעסעדזש. נאר דער פיגור וועלכער שטייט אין שפיץ פון די גרופ. ער איז דער וויכטיגסטער מענטש. צו ווייל מ'האלט אז ער האט אייגענע גדלות. אדער ער האט אונטער זיך א ייחוס פון דורות גרויסע מענטשן בעלי מופת ורוח הקודש. (אזוי גייט די לעגענדע.)

א חסידות/קהילה ווי סאטמאר לכל ענפיה באלאנגט צו די ערשטע גרופ. די גאנצע מחלוקת דארט איז נאר אויב דער פיהרער פון איין פראקציע געט איבער דעם מעסעדזש גוט אדער נישט...!

לעומת זה. סקווער, ראחמיסטריווקא. און די גאנצע טשערנאבלער גזע. ביי זיי איז דער פיהרער דער צענטראלער און פארהייליגטער פיגור. וועמענס הנהגה ווערט נישט געפרעגט אדער אפגעפרעגט מיט קיין כל שהוא. די מינדעסטע אקציע פון וועללן פארשטיין אדער מסופק זיין אין די ריכטיגקייט און גערעכטקייט פון דעם מנהיג ווערט פארשריגן און אונטערדריקט.

חסידות גור באלאנגט אויך צו די צווייטע גרופ. קיינער וועט זיך נישט טרויען צו פרעגן אדער אפפרעגן דעם באפעל פונ'ם מנהיג. אפילו מ'פארשטייט עס נישט. און ס'גייט אקעיגן לאגיק און מענטשליכקייט. און די תוצאות זענען די וועלכע מיר זעהען...!
דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 6:35 am#388194
דער צדיק דער דאקטאר וועלכער קאלאבארירט מיט די גערער תליינים איז פאראיאר געווען קאווער מאטעריאל פאר'ן "משפחה".

איראניש האט ער זיך געבעטן Catch Me...
דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 9:43 am#388200
Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי
ס'האט זיך מיר טאקע געדאכט אז איך דערקען אים פון ערגעץ, אבער איך קען אים נישט פון "משפחה". איז ער שוין אמאל ערשינען אויף אזא סארט דאקומענטרי?
דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 1:42 pm#388230
ראובן: מ'דארף רעדן צו די איזראעלי מעדיקל אסאסיעישן אז זיי זאללן איהם אינוועסטיגעיטן און אוועקנעמען זיין לייסענס. אויב ער האט איינס, בכלל. די ציונים. יא. די ציונים זענען זייער שטרענג איבער די מיני זאכן. נאר ווילאנג ס'איז א היימישע ביזנעס קען ער אנגיין מיט זיינע קרימינאלע מעשים און שארן געלט אין קעשענע...!
זונטאג נאוועמבער 05, 2017 11:08 pm#388450
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ג. דער פסיכיאטער איז א פלעינער גענגסטער, כמבואר לכל מי שלמד חכמת הפרצוף. זיין פנים שרייט sleazy ממזר. מיר וואלט נישט געווען קיין חידוש ווען ער פיהרט אן ארגאניזאציע קעגען גער אויך. דער משגיח איז אבער א ריזיגע לאו-לייף. ער האט א גאנצע רעליגיע פון טינופת. דער סטייפלער שרייבט אין זיין בריוו וועגען דער פרוש וואס רעדט זיך איין ער פליעט אין הימל, און דערווייל פאלט ער און פאלט ער. שטעל זיך פאר ווען דער משגיח קומט אין הימל מיט זיין שטרות מזויפות. כספך היה לסיגים סבאך מהול במים. זיים צדקות, זיין פארקוועטשטען שטערן, זיין אנגעצויגענע מינע, אלע איניינעם וועלען איהם אריינשטופען אין שאול תחתית.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ליטוואק יקירנו איר זענט זייער שארף!
Ani Low Tachas Chakirrrah Poh
ער קוקט מיר אויס סך הכל צו זיין א אמעריקאנע יאקל מפוקל וואס די גורע חסידים האבן מיט א גוטע חוש הריח געטראפן אין עמען א שותף צו קענען דורכפירן זייערע פלענער, נישט קיין גרויסע חכם און נישט קיין קליינע טיפש און נאכדערצו דערלייגט ער אוואדע נישט קיין געלט ביים געשעפטל
מאנטאג נאוועמבער 06, 2017 12:44 am#388454
דער ב״י איז געווען אבסעסיוו מיט די ענינים און קאליע געמאכט עד היום.. דער היינטיגען מאכט א חורבן אין לערנען כידוע. טא ווי קען דאס זיין א נארמאלע תורה׳דיגער געזעלשאפט, אהן נוצען דעם שכל אין תורה און אהן דאס הארץ צו די משפחה. א וואונדער אז ס׳נאך נישט פארהאנען א ווידערשטאנד אין גור פון נארמאלע מענשען.
זונטאג אפריל 15, 2018 10:34 am#399803
Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א. דער בחור זאגט אז ער נעמט נאך zoloft און ער שעלט עס. די מעדיקעישען איז געמאכט געווארען פאר דעפרעסיע, און דאס מאכט דער מענטש פאר א zombie.

אנטשולדיגט ליטוואק, איך זעה דיר אויס ווי א zombie?
זעהסט דאך אז אפילו די קאמענט האט מיר אויפגערעגט.
זונטאג אפריל 15, 2018 11:14 am#399808
אינטערעסאנט אז מ'האט ארויפגעברענגט דעם אלטן אשכול. פונקט היינט נאכט קומט פאר א טיי אווענט אין בארא פארק פאר דעם גור'ע מוסד "רפואה" וואסגיבט זיך אן מיט די פיל טיילערייען. (זיי האבן געטוישט דעם נאמען פון וועל להצלת הדורות צו רפואה נאכן פנים אמיתיות קאנטערווערסיע.)
זונטאג אפריל 15, 2018 11:41 am#399812
Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי
אונטער חכם האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א. דער בחור זאגט אז ער נעמט נאך zoloft און ער שעלט עס. די מעדיקעישען איז געמאכט געווארען פאר דעפרעסיע, און דאס מאכט דער מענטש פאר א zombie.

אנטשולדיגט ליטוואק, איך זעה דיר אויס ווי א zombie?
זעהסט דאך אז אפילו די קאמענט האט מיר אויפגערעגט.
ביסט גערעכט, איך האב געשריבען צו ברייט. איינער פון די מעגליכע סייד עפעקטס איז אז מ׳ווערט א זאמבי. דאס מיינט נישט אז דאס פאסירט צו יעדעם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג אפריל 15, 2018 2:19 pm#399854
Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי
געפילטע פיש האט געשריבן:אינטערעסאנט אז מ'האט ארויפגעברענגט דעם אלטן אשכול. פונקט היינט נאכט קומט פאר א טיי אווענט אין בארא פארק פאר דעם גור'ע מוסד "רפואה" וואסגיבט זיך אן מיט די פיל טיילערייען. (זיי האבן געטוישט דעם נאמען פון וועל להצלת הדורות צו רפואה נאכן פנים אמיתיות קאנטערווערסיע.)

זיי גייען אהן דא אין אמעריקא אויך , אדער קומען זיי נאר נאך געלט דא?
זונטאג אפריל 15, 2018 5:44 pm#399868
אונטער חכם האט געשריבן:זיי גייען אהן דא אין אמעריקא אויך , אדער קומען זיי נאר נאך געלט דא?

געלט