אובר דרייווער
ס'טוט זיך אויף קעסל און כלים, די עולם איז ביזי אז די טעראריסט וואס האט דורכגעפירט די טעראר אטאקע אין מאנהעטן איז געווען א אובר דרייווער, קול מבשר האט אינטערוויא'ס נעמט אראפ אינטערוויא'ס בקיצור מ'טוט דורך אובר דרייווער'ס אויב מ'קען זיי טראסטן אדער נישט.
איז איך אלץ אובר דרייווער לאמיר עס אביסל אויסשמועסן.
מיט א שטיק צייט צוריק האב איך געהאט א שמועס מיט א אינגערמאן (גראדע האט ער א פארשטויבטע ניק דא) און ער פארציילט מיר אז ער האט זיך ארויפגעסיינט צו דרייוון אויף אובער און ער האט געמאכט איין טריפ און געענדיגט יענע טריפ האט איהם געשלעפט פון מאנסי קיין מאנהעטן ס'האט איהם געקאסט טאלל און א וועג צוריק האט ער נישט געקענט באקומען ווייל אובר לאזט נישט א אפסטעיט דרייווער אויפפיקן און די סיטי האט ער געמאכט 30$ נאך פאר טאלל פאר צוויי שעה ארבעט.
האב איך געטראכט לאמיר זיך אויך אויפסיינען אויף אובר און ליפט וואס קען שוין געשעהן און איך האב מיר ארויפגעסיינט ויקרא שמו בישראל 'אובר דרייווער'.
איין נאכט נאך מעריב בין איך ארויף אנליין און באקומען א טריפ פון א באר איינעם אהיים צוטראגן און אזוי האב איך שוין געמאכט א שיינע פאר טריפס, פארגאנגענע מוצאי שבת ווען איך בין ארויף אנליין האט זיך גענומען רעגענען טריפס די עולם האט פיין געפארטי'ט, מענער און פרויען צוגלייך זענען אריינגעקומען אין קאר פארשטעלט ס'געווען חאגע, ס'האט זיך געמאכט שמועסן, בקיצור ס'געווען געשמאק, איך האב דערמאנט פון פורים ווען איך נעם א אובר אהיים נאכן משתה יין.
סא צו ווי וויל איך צוקומען? אה, יא אז א אובר דרייווער גייט דורך א בעגראונד טשעק און אובר האלט מיט פונקטליך ווי ער איז און אלע קאמפלעינטס וואס קומען אריין אויף די דרייוער, אויב האבן זיי די מינדערסטע חשד אז א צווייטער נוצט מיין דרייווער'ס עפפ וועלן זיי מיר הייסן וועריפייען דורך א פיקטשער אז איך בין די דרייווער, און איין ווארט זיי זענען זייער אן טאפ אויף די דרייווערס, מער טראסטעבאל ווי א לאקאלע טעקסי קאמפעני, זאל די עולם עס נוצן געזונטערהייט.
אויב האט איהר מיר אלץ דרייווער דערמאנט'ס די אשכול און געב א טיפ.