Under maintenance
הויפט זייט » העלפט א משפחה וואס האט אלעס פארלוירן אין די פייער אין ב"פ!!!

העלפט א משפחה וואס האט אלעס פארלוירן אין די פייער אין ב"פ!!!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11981
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 9:44 pm#389290
העלפט א משפחה וואס האט אלעס פארלוירן אין די פייער אין ב"פ!!!
איך ווייס אז דא איז נישט די פלאץ צו שרייבן די זאכן אבער ווען די מצב איז אזוי דערדריקט האב איך נישט קיין אנדערע ברירה;
א היימישע משפחה מיט 7 קינדערלעך קע"ה זענען געבליבן בעירום ובחוסר כל, אן א דאך איבערן קאפ און אן די מינימאלע געברויכן נאכדעם וואס א העלישע פייער האט פארניכטעט אלעס וואס זיי האבן געהאט, טייערע אידן יעצט איז די צייט וווען איר קענט האבן די זכות פון צוריק שטעלן א משפחה אויפן פיס! יעדע דאלער מאכט אויס, נעמטס א חלק אינעם קאמפעין און זאל קיין שום איד נישט וויסן פון
קיין שום צער. איך קענט מנדב זיין דורך די פארזיכערטע "חסד פאנד",
m https://thechesedfund.com/cause/help-a- ... -in-a-fire m
אדער דורך "גא פאנד מי"
m https://www.gofundme.com/c3ue3 m
דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 10:42 am#389318
איך בין א פערזענליכע חבר צו דעם משפחה און איך שטיי דערויף אז די גאנצע געלט קומט גלייך אן צו די משפחה, אידן נעמטס א חלק!
דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 10:54 am#389320
עצה טובה: פאר'ן פרובירן צו קאמפיינען אין דער פרעמד מיט 0 נדבות, פרוביר צו בעטן נדבות פון מענטשן וועלכע דו קענסט פערזענליך. זייער שווער צו כאפן פרעמדע מענטשן מיט א קאמפיין וואס האט נאכנישט פארדינט א דאלאר.
דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 11:11 am#389321
אזוי ווי ראובן זאגט, האב איך דיר שוין געזאגט אפאר מאל, עס וועט דיר נישט העלפן אויב דו עפענסט אויף דעם אשכול אויף אן אנדערע פלאץ, קום אריין ווען דו האלטסט ביי לכל הפחות אפאר הינדרעד דאלער, הייב אן מיט משפחה/שכנים/גוטע פריינד, אויב איז געווען אין אין בארא פארק האבן עס מסתמא אסאך מענטשן געזעהן, סא שארץ דיר ארויף דעם ארבעל און הייב אן ארבעטן, מאך פאון קאלס שיק מעסעדזעס, אז נישט וועט קיין דאלער נישט אריינקומען,
אסאך הצלחה.
פרייטאג נאוועמבער 17, 2017 10:25 am#389370
א גרויסן שכח פאר אלע עצות, דעס טו איך אויך א חוץ דעם פראבירט מען אויף דעם וועג אויך, און אויב וויל מען באמת העלפן זאל מען זיין די נחשון און געבן די ערשטע נדבה וועט עס שוין אנהויבן ארויף פארן, א גרויסן דאנק
פרייטאג נאוועמבער 17, 2017 10:30 am#389373
אויב דאס איז די פראבלעם, קען מען געבן דורך "גא פאנד מי" m https://www.gofundme.com/c3ue3 m
פרייטאג נאוועמבער 17, 2017 10:36 am#389374
איר קענט געבן אייער ברייט הארציגע נדבה דורך די "חסד פאנד"
m https://thechesedfund.com/cause/help-a- ... -in-a-fire m
אדער דורך "גא פאנד מי"
m https://www.gofundme.com/c3ue3 m
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 11:15 pm#389585
סתם נאך א דערמאנונג פייער אינשארענס קאסט א 200 -300 דאלער א יאר מאקסימום און פארשפארט די גאנצע חאזעריי דערנאך
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 11:05 am#389638
Re: העלפט א משפחה וואס האט אלעס פארלוירן אין די פייער אין ב"
ביי דעם פאל איז נישט געווען שייך פייער אינשורענס ודי לחכימא
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 11:49 am#389643
קל וחומר האט געשריבן:ביי דעם פאל איז נישט געווען שייך פייער אינשורענס ודי לחכימא

ביי די פאל וואלט ער געברויכט וואינען דארט לעגאל און אז מען קען נישט לעגאל זאל ער נישט אריינמופן דארט