Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » איז עטיש צו שיקן א טעקסט אינמיטען די נאכט?

איז עטיש צו שיקן א טעקסט אינמיטען די נאכט?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11983
זונטאג נאוועמבער 19, 2017 12:29 am#389408
איז עטיש צו שיקן א טעקסט אינמיטען די נאכט?
אסאך מאל אינמיטען די נאכט דערמאן איך מיך אז איך וויל עפעס זאגן פאר איינעם, און איך טראכט אז איך וויל אים טעקסטען פאר איך פארגעס. נארמאל טראכט איך אז מענטשן לעשן אויס נאטיפיקעישנס אינמיטען די נאכט.

וואס האלט די עולם? יעדער זאל שרייבן פון די אייגענע עקספיריענס אויב ס'איז אקעי אויב מ'שיקט זיי טעקסטס אינמיטען די נאכט, און וואס זיי האלטען וועגן שיקן צו אנדערע מענטשן.
זונטאג נאוועמבער 19, 2017 12:32 am#389409
לדעתי יא.
זונטאג נאוועמבער 19, 2017 12:39 am#389410
אויב די האסט א סמארטפאון קענסטו אָן שטעלן אז די מעסעדזש זאל זיך ארויס שיקען ערשט אינדערפרי, אזוי וועסטו נישט האבן די אלע ספיקות. אבער צום עצם שאלה, אויב א מענטש האט א סמארטפאון און ער לעשט נישט אויס זיין נאטיפיקעשעינס מיינט אז ער וועקט זיך נישט אויף פון דעם, ווען נישט וואלט ער עס אויסגעלאשן פאר ער גייט שלאפן.
זונטאג נאוועמבער 19, 2017 6:54 pm#389470
איך מיין אז מען מעג ס'וואלט מיר נישט געשטערט
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 9:48 am#419769
chosen people האט געשריבן:אויב די האסט א סמארטפאון קענסטו אָן שטעלן אז די מעסעדזש זאל זיך ארויס שיקען ערשט אינדערפרי, אזוי וועסטו נישט האבן די אלע ספיקות.

ווי אזוי טוט מען דאס?
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 10:43 am#419780
כבר פטפטו בזה כמה מחברי זמנינו:

נטעי גבריאל:

יש המונעים עצמם מלשלוח טעקסט מעסעדזש באמצע הלילה והוא מחשש 'עטיש' (חד גדיא, ק"ש), אבל אחרים לא חששו לדבר זה, מכיון שאין בזה שום חיסרון (קורקלאנד, כנ"ל). והנכון ביותר הוא לסדר על הסמארטפאון אם יש לו, שישלח המעסעדזש בבוקר, וכל הספיקות נפשרים בזה על צד הטוב ביותר.


ישראל והזמנים:

אסור לשלוח טעקסט מעסעדזש באמצע הלילה והוא כעין איגרת שכותבים על הכלים הקשורים כאותיות פורחות באויר, אפילו כשהוא ספק לילה. [וגם ביום יש למנוע מדבר המאוס הזה, ועי' למטה שהבאתי מדברי הגרא"ח טויבער בגנות הטעקס"ט]. ואלו המורים היתר איננו יודע מנא להו דבר כזה. (ואחד אמר לי שיש אפצי"ע על הכלים הטמאים לסדרם באופן שישלח מעצמו בבוקר, בודאי אינו נכון כלל וכלל, מכיון שכלי הזה נאסר ע"י כל חכמי ישראל בדורינו אלה).
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 1:14 pm#419816
חד גדיא האט געשריבן:
chosen people האט געשריבן:אויב די האסט א סמארטפאון קענסטו אָן שטעלן אז די מעסעדזש זאל זיך ארויס שיקען ערשט אינדערפרי, אזוי וועסטו נישט האבן די אלע ספיקות.

ווי אזוי טוט מען דאס?


אויב די האסט א סעמסאנג דעווייסעס. אין זייער מעסעדשינג עפפ האבן זיי אן אפציע צו סקעדזשועלין ווען די מעסעדזש זאל ווערן געשיקט.
אויב די האסט עני אנדערע ענדרויד פאון גיי צו פלעי סטאר און לייג אריין scheduled text message, און דאונלאוד עני עפפ וואס עס געפעלט דיך. איך גלייב אז ביי עפל קען מען עס אויכעט טוהן, איך האב נישט קיין עקספיריענס מיט עפל, וויל איך נישט זאגן פארזיכער.