Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » געזוכט: דראמאטישע בוך אין גרינגע עברית

געזוכט: דראמאטישע בוך אין גרינגע עברית

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11985
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 4:11 pm#389677
געזוכט: דראמאטישע בוך אין גרינגע עברית
א גוטן,

איך וויל העלפן מיין זון (11 יאר אלט) זיך אויסלערנען לייענען לשה"ק/עברית. דער בעסטער וועג איז לכאורה דורך לייענען צוזאמען מיט אים א דראמאטישע נאוועל וואס וועט אים ציען צו לייענען ווייטער. איינער האט א גוטע רעקאמענדאציע פאר אזא בוך?
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 10:09 pm#389709
עברית איז נישט קיין געדאנק צוליב וואס אפילו די גרינגסטע עברית איז אסאך העכער ווי פשוטע לשוה"ק. עס איז זייער שווער פאר א קינד זיך עס אויסצולערנען, אפגעזען ווי לייכט עס איז.

עברית איז אסאך געמישט מיט ענגלישע ווערטער וואס מיר אידיש רעדנדע זענען נישט באהאווענט מיט זיי. אפילו די וואס קענען א גוטע ענגליש קומען נישט אן צו די הויכע ענגלישע ווערטער וואס איז אריינגעמישט אינעם פשוטן עברית.
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 10:34 pm#389719
איסר האיטלקי: די שוועריגקייט פאר א אידיש רעדנדן מענטש זיך אויסצולערנען רעדן עברית נעמט זיך פון דעם פאקט אז עברית איז א טיפע שפראך געבויעט מערסטנס אויף ווערטער פון תנ"ך און מאמרי חז"ל. כאטש דער מייסד אליעזר בן יהודה איז געווען נישט אן ערליכער איד. און זאגאר אן אפיקורס (אזוי זאגט מען). די אונגארישע מוחות פון רוב רבנים אין וויליאמסבורג זענען עס נישט תופס. נעם למשל דאס ווארט..."לוויין"... פאר א סאטעלייט. אין די צייטן פון די חכמי התלמוד איז נאכנישט געווען קיין סאטעלייטס. אבער דער שורש פונ'ם ווארט איז אז ס'איז א באגלייטער/סאטעלייט...! וכהנה רבות. די ענגלישע ווערטער זענען מערסטנס אריינגעמישט אין די גאסן שפראך פון די פראסטע עמי הארצים. נישט פון די מער אינטעליגענטע מענטשן...! אדער דאס ווארט ביי די עלעקטרישע סיסטעמס. פאר דעם ווארט וואס טוט באשרייבן ..."גראונדינג"...זאגט מען אויף עברית..."הארקה"...פון לשון אריק חרבי...! דאס מיינט ..."דיסטשארדזש"...אויסליידיגן...! מ'זאגט נישט ..."האדמה"...דאס ווייזט אז עברית איז נישט סתם א טראנסליטערעישן פון ווערטער פון אנדערע שפראכן! נאר געבויעט אויף שטארקע, רעאליסטישע יסודות וואו זיי טוען צוגלייכן פארצייטישע ווערטער צו די היינטיגע טעכנאלאגיע...!

נאך א מזל אז די רבי זי"ע האט גע'אסר'ט צו רעדן עברית. מהאי טעמא האבן טאקע די אונגערישע רבנים וועלכע וואוינען מייסטנס אין וויליאמסבורג נישט קיין הנאה געהאט אדער פארשטאנען אין די שטיינזאלץ גמרות. נאך איידער די התאחדות האט עס גע'אסר'ט...!

איך געדענק נאך ווען ס'איז געווען אין סטייל. און (כמעט) א יעדער אונגעריש-אפשטאמיג'ער רב האט זיך איינגעהאנדלט אזא גמרא. נאר נאכדעים האבן זיי עס געווארפן אין גארבידזש...! איך האב ביי איינעם אזא בר נש געבעטן די גמרות. אז ער זאלל זיי געבן פאר מיר. אויב די התאחדות האט גע'אסר'ט מוז עס זיין אינטרעסאנט...!
מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 12:15 am#389739
איסר האטלקי האט געשריבן:עברית איז נישט קיין געדאנק צוליב וואס אפילו די גרינגסטע עברית איז אסאך העכער ווי פשוטע לשוה"ק. עס איז זייער שווער פאר א קינד זיך עס אויסצולערנען, אפגעזען ווי לייכט עס איז.

עברית איז אסאך געמישט מיט ענגלישע ווערטער וואס מיר אידיש רעדנדע זענען נישט באהאווענט מיט זיי. אפילו די וואס קענען א גוטע ענגליש קומען נישט אן צו די הויכע ענגלישע ווערטער וואס איז אריינגעמישט אינעם פשוטן עברית.

אז ס'איז דא א דראמאטישע נאוועל אין לשה"ק אדרבה, אבער כ'גלייב נישט אז ס'איז דא. כ'בין גרייט צו זיצן און ליינען צוזאמען מיט מיין זון און אים מסביר זיין יעדן ווארט, ביז ער לערענט זיך אויס, אבער כ'וויל די גרינגסטע שפראך וואס איז פארהאן.
מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 11:32 am#389767
אזוי ווי איך פארקוף ספרים האט מיר איינער געבעטן די ברסלבר ספורי מעשיות זיך צ'י לערנן אידיש וואס זאגט די עולם?
מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 12:02 pm#389771
Re: געזוכט: דראמאטישע בוך אין גרינגע עברית
אפשר די בוך פונעם "בעל זבוב" וואס איתמר האט געוואלט געבן פאר יעקב?
מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 12:29 pm#389775
זון שטראלן האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:עברית איז נישט קיין געדאנק צוליב וואס אפילו די גרינגסטע עברית איז אסאך העכער ווי פשוטע לשוה"ק. עס איז זייער שווער פאר א קינד זיך עס אויסצולערנען, אפגעזען ווי לייכט עס איז.

עברית איז אסאך געמישט מיט ענגלישע ווערטער וואס מיר אידיש רעדנדע זענען נישט באהאווענט מיט זיי. אפילו די וואס קענען א גוטע ענגליש קומען נישט אן צו די הויכע ענגלישע ווערטער וואס איז אריינגעמישט אינעם פשוטן עברית.

אז ס'איז דא א דראמאטישע נאוועל אין לשה"ק אדרבה, אבער כ'גלייב נישט אז ס'איז דא. כ'בין גרייט צו זיצן און ליינען צוזאמען מיט מיין זון און אים מסביר זיין יעדן ווארט, ביז ער לערענט זיך אויס, אבער כ'וויל די גרינגסטע שפראך וואס איז פארהאן.

זון שטראלן: כאטש דו האסט אינגאנצן איגנארירט מיין תגובה און זיך אבסאלוט נישט געמאכט וויסנדיג פון מיר כאילו לא היה. ס'מאכט נישט אויס. איך בין שוין צוגעוואוינט צו דעם...! אעפי"כ וועל איך דיר רעקאמענדירן אן אינרעסאנט ביכל און אויף א לייכטע שפראך. דער נאמען פון דעם בוק איז..."פנקס שירות""...(נאוט בוק.) די זיכרונות פון דעם פארשטארבענעם (געהרג'ט'ן) פרעמיער יצחק רבין...! דארט איז דא אינטרעסאנטע בילדער. און ס'איז אויך אין א לייכטע שפראך.... ייש"כ פאר אויסהערן מיך...המממ?!
מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 2:23 pm#389793
עס איז דא א ביך פין די אלטע רב הראשי לאו מוראדיג אינטרסנט
מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 2:32 pm#389794
מיינסט דעם "אל הנער הזה" ביכל?
מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 6:18 pm#389814
berlbalaguleh האט געשריבן:
זון שטראלן האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:עברית איז נישט קיין געדאנק צוליב וואס אפילו די גרינגסטע עברית איז אסאך העכער ווי פשוטע לשוה"ק. עס איז זייער שווער פאר א קינד זיך עס אויסצולערנען, אפגעזען ווי לייכט עס איז.

עברית איז אסאך געמישט מיט ענגלישע ווערטער וואס מיר אידיש רעדנדע זענען נישט באהאווענט מיט זיי. אפילו די וואס קענען א גוטע ענגליש קומען נישט אן צו די הויכע ענגלישע ווערטער וואס איז אריינגעמישט אינעם פשוטן עברית.

אז ס'איז דא א דראמאטישע נאוועל אין לשה"ק אדרבה, אבער כ'גלייב נישט אז ס'איז דא. כ'בין גרייט צו זיצן און ליינען צוזאמען מיט מיין זון און אים מסביר זיין יעדן ווארט, ביז ער לערענט זיך אויס, אבער כ'וויל די גרינגסטע שפראך וואס איז פארהאן.

זון שטראלן: כאטש דו האסט אינגאנצן איגנארירט מיין תגובה און זיך אבסאלוט נישט געמאכט וויסנדיג פון מיר כאילו לא היה. ס'מאכט נישט אויס. איך בין שוין צוגעוואוינט צו דעם...! אעפי"כ וועל איך דיר רעקאמענדירן אן אינרעסאנט ביכל און אויף א לייכטע שפראך. דער נאמען פון דעם בוק איז..."פנקס שירות""...(נאוט בוק.) די זיכרונות פון דעם פארשטארבענעם (געהרג'ט'ן) פרעמיער יצחק רבין...! דארט איז דא אינטרעסאנטע בילדער. און ס'איז אויך אין א לייכטע שפראך.... ייש"כ פאר אויסהערן מיך...המממ?!

זיי נישט באליידיגט, דו האסט קלאר געשריבן אז דו רעדסט צו איסר האיטלקי. וואס האב איך אריינצורעדן, בפרט אז דו האסט בכלל נישט געענטפערט מיין פראגע.

א דאנק פאר די רעקאמענדעישאן!
מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 11:25 pm#389833
איך מיין דער ביך
דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 2:48 pm#389877
סמבטיון האט געשריבן:מיינסט דעם "אל הנער הזה" ביכל?

סמבטיון: קארעקשן...דער נאמען פון דעם ביכל הייסט ..."אל תשלח ידך אל הנער"...!