Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » קריפטאקורענסי cryptocurrency

קריפטאקורענסי cryptocurrency

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12014
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 3:17 pm#390899
קריפטאקורענסי cryptocurrency
פאר די וואס פאלגן נאך די ביטקוין אשכול, איז כדי צו וויסן, אויב איר ווייסט נאך נישט, אז עס איז דא נאך אפציעס וואס קענען זיך אויך לוינען צו קויפן.

עס איז שוין א וויילע וואס איך קוק אריין אין פארשידענע אנדערע קריפטאקורענסי'ס, און איך האב שוין געקויפט צוויי אנדערע וואלוטע'ס. אבער היות עס איז דא אזויפיל, איז זייער שווער פאר איין מאן דהוא אליינס צו מאכן די ריסירטש וועלכע עס לוינט די מערסטע פון אלע אייצושטעקן.

היות היינט אינדערפרי האבן @שבת אחים און @סמבטיון אויך אנגעהויבן רעדן פון אנדערע וואלוטע'ס, חוץ ביטקוין. קלער איך אז עס איז העכסט צייט אנצוהייבן א נייע אשכול פאר אלע פארשידענע וואלוטע'ס, אז יעדער וועט דא צוגעבן אינפארמאציע וואס זיי האבן גענאשט, וועט מען האפענטליך גרינגער קענען מאכן די ריכטיגע באשלוס.
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 3:37 pm#390903
לויט ווי עס זעט אויס איז ריפעל גאר שטארק הייס, עס האלט יעצט ביי 23 סענט, עקספערטן זאגן אז עס גייט ארויף גיין ביז 5 דאלער און די קומענדיגע פאר וואכן. בדרך אגב איז ריפעל נאמבער 5 אויף די קויןמארקעטקעב ליסט.
דערמאנונג!
נאר אריינלייגן געלט וואס איר זענט וויליג צו פארלירן.

הצלחה רבה!
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:02 pm#390913
באופן כללי וואס איז א בעסערע צוגאנג ביי קריפטא וואלוטע. איינשטעקן אין עפעס וואס איז ווערד פרוטות און חצי פרוטות, אבער די ריזיקע פון א זייפן בלאז איז סאך העכער. אדער נעמען עפעס וואס איז שוין א יש און האפן אז עס וועט נאך שטייגן סאך מער.

נעמט לדוגמא סאטיוואקוין, אז איינער האט אינוועסטירט $100 א חודש צוריק, קען מען היינט ארויסנעמען $685 און בפשטות גייט עס נאכמער ארויפגיין.

זעלבסט פארשטענדליך אז קיינער קען נישט וויסן וועלכע עס גייט אזוי שיין ארויפגיין.
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:07 pm#390914
Re: קריפטאקורענסי cryptocurrency
ריפעל קען נישט אדורברעכן 31 סענט. קוק די טשארט. דאס גייט נישט צי פינעף טולער אזוי שנעל. גרעסטע פראבלעם די ערפינדערס האבן א קנין אויף 65 פראצענט קאונס. סא ברצונם מקצר ומרחיב. וואטש אט. ווערט נישא פארלענד מיט פארבלענדעניש
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:15 pm#390915
וואס איז מיט די אנדערע, למשל לייט קוין
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm#390916
לייטקוין איז ארויף די לעצטע פאר טעג מיט פערציג פערציג פראצענט.
קוק אהער אויף יעדע קוין וואס איך וועל דיר זאגן עס איז גוט וועט אן אנדערע זאגן סענישט גוט, און ביידע זענען גערעכט, סא דארפסטו מאכן דיין אייגענע ריסערטש און אליין פאסן א באשלוס צו עס לוינט אדער נישט, מיין פערסענאל מיינונג איז , לייטקוין גייט זייער שטארק ארויף גיין.
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 5:16 pm#390918
סמבטיון האט געשריבן:לייטקוין איז ארויף די לעצטע פאר טעג מיט פערציג פערציג פראצענט.
קוק אהער אויף יעדע קוין וואס איך וועל דיר זאגן עס איז גוט וועט אן אנדערע זאגן סענישט גוט, און ביידע זענען גערעכט, סא דארפסטו מאכן דיין אייגענע ריסערטש און אליין פאסן א באשלוס צו עס לוינט אדער נישט, מיין פערסענאל מיינונג איז , לייטקוין גייט זייער שטארק ארויף גיין.

א געמבל ווע אלע אנדערע געמבעלס קיינער קען נישט זאגן פארוואס איינס איז ארויף און די אנדערע נישט בלויז שפעקעלאציעס מיט נארישע חשבונות
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 9:59 am#390984
אפטעמיסט האט געשריבן:וואס איז מיט די אנדערע, למשל לייט קוין

איך האב געקויפט נעכטן פאר 700 , סהאט געהאלטן נעכטן נאכט ביי 156 יעצט צופריה האלט עס ביי 178
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 10:31 am#390987
לייטקוין האלט ביי 183 לעצטע וואך אזא צייט האט עס געהאלטן ביי 95. (27% ארויף אין די לעצטע 24 שעה)
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 2:19 pm#391003
זעט אויס ווי לייטקוין גייט אריבערגיין 200 היינט.
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 2:21 pm#391004
Re: קריפטאקורענסי cryptocurrency
לייטקוין האלט שוין ביי 197 א חודש צוריק איז עס געווען 62.

וועריטאסאם (Veritaseum) האלט ביי 178 א חודש צוריק איז עס געווען 74.

דשזין (Jinn) האלט ביי 1,451 א חודש צוריק איז עס געווען 165. עס איז נאר געווען מוראדיג אומסטאביל די לעצטע וואך צייט. אין פארגאנגענעם וואך איז עס שוין געווען 495, א טאג דערויף 1,800, צוויי טעג שפעטער 945 און יעצט נאך צוויי טעג שפעטער 1,450.
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 2:24 pm#391006
.
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 2:26 pm#391007
Re: קריפטאקורענסי cryptocurrency
סמבטיון האט געשריבן:.

זייער גוט געזאגט, אזוי אמת!
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 6:28 pm#391038
לייטקוין $208.90
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 6:36 pm#391039
שוין געוען פאר עטליכע מינוט ביי 234 , יעצט ביי 226
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 10:23 pm#391050
לייטקוין 255 (67% ארויף אין די לעצטע 24 שעה) אנבעליוועבל!
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 11:20 am#391092
לייטקוין האלט יעצט 323!!!
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 11:27 am#391093
א האלבע שעה צוריק איז עס געווען 341. דעם גייט ארויף גיין ווי מעשיגע, ווער עס האלט לייטקוין זאל עס זעהן צו האלטן. זיך נישט דערשרעקן פון א קליינע דיפ, לויט ווי די מארקעטקעב וואקסט זעט אויס ווי עס גייט נאך אסאך ארויף גיין.
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 11:29 am#391094
און אנדערע נייעס.. ווער עס האלט עטיריעם זאל זיך אויך גרייטן אויף א רייד ארויף, שוין ארויף היינט מיט 34% .
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 12:49 pm#391107
Re: קריפטאקורענסי cryptocurrency
Coinbase קען נישט אדורך טראגן די טרעפיק בילד
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 10:43 pm#391183
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:Coinbase קען נישט אדורך טראגן די טרעפיק בילד

יעדעס מאל די פרייז גייט צו הויך קומט ארויף אזא אנאנס. מעגליך ווייל דאן געבן זיי פריאריטי פאר די עליטע....... ווער ווייסט.
מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 12:20 am#391189
Re: קריפטאקורענסי cryptocurrency
Xrp Broke the resistance of 33. Now the sky is the limit.
מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 1:43 am#391195
או אינו האט געשריבן:Xrp Broke the resistance of 33. Now the sky is the limit.

וועלכע wallet איז גוט צו ניצן פאר די סארט זאכן ?
מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 10:05 am#391199
ווי איך פארשטיי קען מען נאר קויפן די סארט ICO דורך האבן ביטקאין קודם ריכטיג ?
מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 11:44 am#391204
exodus wallet
דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 5:00 pm#391311
או אינו האט געשריבן:Xrp Broke the resistance of 33. Now the sky is the limit.

אוי ווען איך פאלג דיר ווען אוי וואלט איך געמאכט געלט וואלט כמעט געטאפלט מיין געלט
וואס האלטסטו יעצט לוינט אריין צו לייגן א אלף׳ל צו נעמען די געמבל ?
דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 5:04 pm#391312
איינער גייט שוין מאכן געלט פון סעמינאר פאר די היימישע עולם
דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 5:11 pm#391314
Re: קריפטאקורענסי cryptocurrency
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:איינער גייט שוין מאכן געלט פון סעמינאר פאר די היימישע עולם
The guy's got educated from YouTube so why not go to the source for free?
דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 5:12 pm#391315
Re: קריפטאקורענסי cryptocurrency
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:ווי איך פארשטיי קען מען נאר קויפן די סארט ICO דורך האבן ביטקאין קודם ריכטיג ?
Gatehub
דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 11:14 pm#391356
Re: קריפטאקורענסי cryptocurrency
או אינו האט געשריבן:
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:ווי איך פארשטיי קען מען נאר קויפן די סארט ICO דורך האבן ביטקאין קודם ריכטיג ?
Gatehub

In order to invest with USD, you need to get approved first.
דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 11:42 pm#391360
סמבטיון האט געשריבן:לויט ווי עס זעט אויס איז ריפעל גאר שטארק הייס, עס האלט יעצט ביי 23 סענט, עקספערטן זאגן אז עס גייט ארויף גיין ביז 5 דאלער און די קומענדיגע פאר וואכן. בדרך אגב איז ריפעל נאמבער 5 אויף די קויןמארקעטקעב ליסט.
דערמאנונג!
נאר אריינלייגן געלט וואס איר זענט וויליג צו פארלירן.
הצלחה רבה!

ס'איז יעצט ווערט 0.75, זייער א גרויסע שפרינג, די פרייז היינט איז צווישן 0.84 און 0.70
ס'איז אינטערסאנט, ווייל ס'גייט זיין הונדערט ביליון ריפעל קוינס, אנדערע קורענסיס מיט גרויסע קוואנטעטיס קומען נישט אן אין ערגעץ, קיינער האלט נישט אז ס'גייט זיין א דימענד דערפאר ווייל ס'איז דא גענוג סופליי.

די בעסטע אלטקוינס פון היינט איז געווען: Humaniq, Bitcoin Cash, Ripple , Ada
מוצ"ש דעצעמבער 30, 2017 10:52 pm#392410
Re: קריפטאקורענסי cryptocurrency
או אינו האט געשריבן:Xrp Broke the resistance of 33. Now the sky is the limit.
חברה א ג'יט וואך מיט אסאך געלט. איך האב איי שוין געמאכט 800% געלט. 2.69 איז דיי הויך פין xrp
מאנטאג אוגוסט 13, 2018 12:36 pm#410979
Re: קריפטאקורענסי cryptocurrency
קוקט דא www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=51&t=12507
א נייע מטבע אזויווי ביטקוין, VITAE דורך היימישע יונגעלייט
א נייע סאשעל פלאטפאורם צוזאמען מיט א קוין געמאכט דורך חסידישע יונגעלייט און ווערט זייער אויפגעכאפט און די אלגעמיינע גאס!

Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג אוגוסט 13, 2018 12:55 pm#410981
Re: קריפטאקורענסי cryptocurrency
יבדש כחרס האט געשריבן:קוקט דא
[URL] א נייע מטבע אזויווי ביטקוין, VITAE דורך היימישע יונגעלייט
https://r.tapatalk.com/shareLink?share_ ... are_type=t[/URL]
א נייע סאשעל פלאטפאורם צוזאמען מיט א קוין געמאכט דורך חסידישע יונגעלייט און ווערט זייער אויפגעכאפט און די אלגעמיינע גאס!


Sent from my iPhone using Tapatalk
די לינקס וואס דו האסט אריינעלייגט דא און ביי די אנדערע אשכול, זענען קראנק, און ס'שיקט מיך צו אנאנדערע קראנקע וועבזייטל, וואס כ'האב נישט געקענט לויז ווערן דערפון, ביטע פאררעכטן, א דאנק
מאנטאג אוגוסט 13, 2018 12:58 pm#410984
Re: קריפטאקורענסי cryptocurrency
שוין פארראכטען!
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 7:32 pm#411749
Re: קריפטאקורענסי cryptocurrency
קריפטא מיט א ניכטערן בליק
m https://youtu.be/nRItzSX0aCM m