דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 10:03 pm#393303
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב זיך נישט געקענט קומען צו זיך פון די מעשה. עס האט מיר אזוי געמאכט לאכען.
איינער פון די סאמע וויכטיגע יסודות אין כאסידעס איז ׳סדר הבאסעס׳. ד.ה. אז ווען אימער עפעס פאסירט, זאל זיין באסעס, און נישט סתם באסעס, נאר א סדר הבאסעס, מיט עסקני הבאסעס, און נישט סתם עסקני הבאסעס, נאר געטרייע עסקני הבאסעס. און דאס טוט באדייטען א גאנצע סיסטעם, א גאנצע ווערטשאפט פון שלעפערס און ברענגערס, דרייווערס און שיך פוצערס, רענצעל טראגערס, בריללען ווישערס, קעיק סערווירערס, דערברודערסחסידים שטופערס וכו׳ וכו׳.
יעצט האבען די צוויי סדר הבאסעס געכאפט א קראך. זיי האבען זיך אריין געשטויסען איינער אין די צווייטער, און דער ׳פעיוואריט גרעיפ דזשוס באטעל׳ האט זיך אויסגעגאסען ווי הבדלה נאך א דערהויבענע שבת התוועדות פון נגידים. די רויטע לאקען פון דער באחנ׳טע טישטעך שלעפער האבען זיך אריין געקלאפט אין די שווארצע יוקאן פון דער האריגע רבינסברודער.
דאס איז א גולם הקם על יוצרו. ווען נישט פאר אזא אויסגעארבעטע סדר, וואלט דער אי סדר נישט פאסירט.
זינגט׳ס אלע צוזאמען,שיטה הקדושה, ויואל משה
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואס געווענליך גלייך איך נישט דיין שנאה הקדושה קעגן חסידות, אבער דאס מאל האסטו מיך ממש דערווארגן פאר געלעכטער.
אוי איז דאס אן אייזערנע אבזערוואציע.



שיטה הקדושה, ויואל משה


