מוצ"ש יאנואר 13, 2018 9:02 pm#393335
וועקער נומער 11, ווינטער תשע"ח, איז דא!
דערווארימט אייך אין דעם ווינטער מיט דעם נייעם וועקער!
"וועקער" נומער 11 שטעלט פאר א צונויפשטעל פון ארטיקלען ווי קיינמאל בעפאר. אזא ריזיגע, הערליכע און גרונטליכע באשרייבונג אויף דעם לעצטן "גדול הדור" האט איר נישט נאר נישט געלייענט קיין ערגעץ אין דער אידישער שפראך, נאר אפילו נישט אין ענגליש אדער עברית. אויפ'ן וועקער שטייגער איז דער ארטיקל אויפריכטיג, קענדיד, און נישט געפילטערט מיט אגענדעס און אינטערעסן. צענדליגער רייכע בלעטער פון דעם ראש ישיבה'ס לעבנסגעשיכטע, באגלייט מיט הערליכע בילדער.
דער וועקער איז אן ערנסטער זשורנאל וואס ווייכט נישט אפ פון סענסיטיווע נושאים. אויסגאבעס וואס האבן מורא צו דרוקן סיי וואס וואס אפשר וועט איינער א קרום טון מיט דער נאז, האבן מיר גענוג. אויסגאבעס וואס זענען צוגעשטעלט אז אפילו אויב א 10 יעריג קינד פון דער עקסטרעמסטער משפחה לייענט עס זאל ער נישט געוואויר ווערן קיין שום חידושים זענען שוין דא לרחצה. דער וועקער איז דא צו דיעלן מיט רעאליטעט. מיר זענען אדאלטס, און מיר דארפן האבן א פלאטפארמע וואו צו רעדן און צו הערן זאכן וואס זענען וויכטיג פאר אונזער הוה און עתיד.
אז דריי פון אונזערע קינדער רעדן צו מיליאנען אויף נעטפליקס וועגן אונז און אונזער לעבן איז נישט די צייט צו זיין א בת היענה. מ'דארף הערן וואס זיי האבן צו זאגן -- נישט ווייל זיי זענען גערעכט, נאר ווייל קלוגע מענטשן ווייסן אז פון יעדן איז דא זיך אפצולערנען, און אוודאי איז דא צו הערן און לערנען פון מענטשן וואס מיר סטראגלען יעדן טאג אז אונזערע קינדער זאלן נישט אנקומען וואו זיי זענען אנגעקומען.
מיר נעמען נישט קיין שטעלונגען אויף די אינדיווידועלע געשיכטעס – מיר ווייסן זייער גוט אז עס זענען דא פארשידענע צדדים. אבער דעם בילד דארפן מיר זען, און די דעות דארפן מיר הערן. און דער וועקער האט פלאץ פאר יעדער דעה וואס ווערט געשריבן בטוב טעם ודעת.
אט איז אין פאריגן נומער ערשינען א הערליכן ארטיקל פון אביגדור אונגאר וואס האט מצדיק געווען הרב קוק פון די טענות פון זיינע קעגנער. אין יעצטיגן נומער האט איינער אריינגעשיקט א הערליך-געשריבענעם ארטיקל וואו ער באמיט זיך אויפצואווייזן אז די טענות קעגן הרב קוק זענען יא גערעכט געווען.
א ספעציעל באליבטער ארטיקל אין דעם יעצטיגן נומער איז דער אינטערוויו מיט דר. יואל ערנפעלד. א בארא פארקער יונגערמאן פון א סאטמאר-באבובער משפחה דערציילט זיין געשיכטע וויאזוי ער איז געווארן א דאקטאר אין קארנעל שפיטאל. פון זיין אינספיראציע נאך אלס קינד, זיינע באליבטע עלטערן, די שטיצע פון זיין ווייב, און זיין שווערער ארבעט. גאר רירנד און אינספירירנד.
אן ארטיקל וואס וועט אייך שטארק דערקוויקן איז יצחק לאווי'ס איבערזיכט אויף דעם מושג פון "ירידת הדורות". דאס איז א מושג וואס ווערט שטארק גענוצט איבעראל, און פאר מאנכע איז דאס א יסוד אין אידישקייט וואס דיקטירט דעם לעבן. הרב לאווי גייט דורך פארשידענע שיטות און דעם, און פרובירט צו פארשטיין לאגיש און תורה'דיג וואס דער מושג קען מיינען.
מיין צייט לויפט אויס, איז לאמיך נאר אנצייכענען חברי השטיבל וואס האבן אנטייל גענומען אין דעם יעצטיגן נומער: ATUB @פיקאסא ATUB , ATUB @הוגה ATUB , ATUB @לעיקוואד ATUB , ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB , ATUB @מפוזרי ATUB , ATUB @שלום שטיסל ATUB , ATUB @בר-כוכבא ATUB , ATUB @רויטע וואנצעס ATUB , ATUB @ונבנתה העיר ATUB , ATUB @שושן פורים ATUB , ATUB @שלום בערגער ATUB , ATUB @וואלווי ATUB , ATUB @הבל וריק ATUB , ATUB @דער געוואגטער יונגעל ATUB , ATUB @ראובן ATUB און ATUB @יצחק וואלד ATUB .
לויף און קויף און זיי דיך מחיה!
אויך, פארגעס נישט צו דערציילן וועגן דעם וועקער צו דיינע גוטע פריינט -- זיי וועלן דיר דאנקבאר זיין.
קליקט דא צו קויפן דעם וועקער:
http://amzn.to/2DquiVT

