Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » נייער קאלום: בליצן

נייער קאלום: בליצן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12065
מאנטאג יאנואר 15, 2018 9:20 pm#393483
נייער קאלום: בליצן
דער יעצטיגער וועקער פאנגט אן א נייעם קאלום מיט'ן נאמען "בליצן". דער געדאנק איז צו באריכטן איבער פאזיטיווע אנטוויקלונגען ביים יהדות החרדית.

דא איז די ערשטע זייט:

בילד
דינסטאג יאנואר 16, 2018 11:43 pm#393592
זייער א שיינע אפטיילונג. עס וואלט ווען געדארפט ארויסקומען לפחות איינמאל א חודש אזא אפטיילונג..

מען דארף נאר חושש זיין עס זאל נישט מאכן קיין עין הרע און סאטמער רבי זאל נישט זאגן אז היינט וואס די משכילים זענען מסכים זאל מען נישט לערנען קיין היסטאריע און זאלן קינדער יא מיינען אז דער חתם סופר האט זיך געטראפן מיט רש"י..
מיטוואך יאנואר 17, 2018 12:23 am#393603
לעיקוואד האט געשריבן:זייער א שיינע אפטיילונג. עס וואלט ווען געדארפט ארויסקומען לפחות איינמאל א חודש אזא אפטיילונג..

הלוואי זאל זיין יעדן חודש גענוג פאזיטיווע געשעענישן אנצופילן א קאלום...

לעיקוואד האט געשריבן:מען דארף נאר חושש זיין עס זאל נישט מאכן קיין עין הרע און סאטמער רבי זאל נישט זאגן אז היינט וואס די משכילים זענען מסכים זאל מען נישט לערנען קיין היסטאריע און זאלן קינדער יא מיינען אז דער חתם סופר האט זיך געטראפן מיט רש"י..

להסיר דעם עין הרע האט דער מאזאאיק קאלום געוויזן אן אנדערע זייט פונעם רבי'ן שליט"א.
מאנטאג יאנואר 22, 2018 5:02 pm#394022
מענין לענין באותו ענין,

אריינשפרייזענדיג לתומי און א בעלזער שטיבל, האבן מיינע אויגן שוזף געווען א בריעף פון זייער רבי'ן וואס ווארפט צוריק דער אנבאט פון הרב רייזמן -ווי געברענגט אין 'בליצן'- און פארבאט שטרענג פאר פרויען צו דרייוון.


אם תרצו, ווייזט דאס אויך אויף אן אנדערע זייט פונעם רב שליט"א
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 7:57 am#413651
אין "בליצן" וועקער 14 איז אראפגעברענגט געווארן א שטיקל פון הרב אפרים מירוויס:
דער הויפט רב פון ענגלאנד הרב אפרים מירוויס האט ארויסגעגעבן אנווייזונגען פאר ארטאדאקסישע שולעס צוצושטעלן הילף און חיזוק פאר LGBT סטודענטן, זאגנדיג אז ס'איז א רעליגיעזער פליכט צו באשיצן יונגע מענטשן און זייערע פאמיליעס.
דער הויפט רב האט געשריבן אז פילע אזעלכע סטודענטן "מאכן מיט טיפע טרויעריגקייט און פארצווייפלונג צוליב דער אומריכטיגער באהאנדלונג און ווייטאג וואס זיי גייען דורך." ער האט צוגעלייגט, "אונזערע קינדער דארפן וויסן אז אין שולע, אינדערהיים, און אין דער געמיינדע, וועלן זיי זיין באליבט און באשיצט, נישט קיין חילוק וואס עס איז זייער געשלעכטליכקייט אדער מין-אידענטיטעט."

איך ווייס נישט פארוואס די וועקער שטאב האב איינגעזעהן דאס וויכטיגקייט פון אראפברענגן זיין מיינונג אלס א פאזאטיווע ערשיינונג. עס איז קלאר אז די וועג פון באהאנדלן דיזע לגב"ט+ מענטשען איז קאמפליצירט, אבער זיין דעת תורה איז דאכצעך נישט דאס אנגענומעער מיינונג ביי חרדיש'ע יודן. ואשר על כן וועט זיין סטעיטמענט לכאורה אנמאכן קאפ-וויי פאר די חרדי'שע אידנטום אין בריטאניע, ווי די רעגירונג מאכט יעצט שוועריקייטן אין די נושא פון חינוך, ובפרט אין דעם נושא.
כפי השמועה האט א רב אין לאנדאן שטארק פארדאמט זיינע ווערטער, און קלארגעשטעלט אז מירוויס וועט נישט קומען לערנען די חרדי'שע יודן איבער "ואהבת לרעל כמוך", ווען פון אלע זיינע חברה צוזאמען קומט נישט ארויס אזוי פיל חסד וצדקה ווי פון איין חרדי'שע שוהל..
(אגב, אויך אין די אינטערויו פון הרב ATUB @יששכר כץ ATUB איז געווארן בארירט דעם נקודה, הגם אהן קיין קלארן מהלך וואס פונקטליך די לעזונג איז)
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 10:08 am#413665
איך האב געשריבן דעם בליצל, און איך זע עס אלס א פאזיטיווע ערשיינונג. שטודיעס ווייזן אז קנאפע פיר פראצענט פון דער מענטשהייט איז LGBT, און דאס רעכנט אריין איראן און סטעמפארד היל. הרב אפרים מירוויס האט נישט געזאגט אז פאקטיש לעבן מיט'ן זעלבן מין וכדומה איז אויסגעהאלטן עפ"י תורה, און אוודאי האלט ער נישט אזוי. ער האט נאר אנערקענט דעם פשוט'ן פאקט אז דער פענאמען עקזיסטירט, און מ'דארף זיך באציען צו אזעלכע תלמידים מיט פארשטענדעניש. (געדענק, מ'רעדט נישט דא פון פארהייראטע מענטשן, נאר פון תלמידים וואס מוטשען זיך מיט זייער אידענטיטעט און אריענטאציע.)

כ'פארשטיי אז "דער איד", צום ביישפיל, האט נישט קיין פראבלעם צו לעבן אין דעם עולם הדמיון וואו עס זענען נישט דא קיינע LGBT, אבער דער וועקער פרובירט צו לעבן אין א וועלט וואו מ'איז דערוועקט פון די חלומות.
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 1:19 pm#413694
די שאלה איז נאר וואס מיינט דאס "מיט פארשטענדעניש".
איך שטעל מיך פאר אז אין אלע היימישע קרייזן וועט מען נישט אויסהערן אזא תלמיד\תלמידה, און פרובירן דאס אויסצוריינגן פון זייער קאפ עד יעבור זעם.

וואס הרב מירוויס שלאגט פאר - און ווי אזוי ער האלט אז מען דארף צוגיין צו דעם עפ"י תורה - ווייס איך נאך נישט.
דא איז זיין מאמר. איך וועל עס ליינען לכשירחיב.
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 6:25 pm#413734
נעגעל וואסער האט געשריבן:די שאלה איז נאר וואס מיינט דאס "מיט פארשטענדעניש".


זייער פשוט. כאטש מיט אזויפיל פארשטענדעניש ווי מ'האט פאר עני אנדערע עבירה ווי לדוגמא גניבה, לשון הרע וכדומה. מ'קען אויסלערנען קינדער אז די תורה אסר'ט עס און נאכאלץ פארשטיין אז יענעמ'ס עבירות איז צווישן אים און דער אייבישטער.
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 6:39 pm#413736
נעגעל וואסער האט געשריבן:די שאלה איז נאר וואס מיינט דאס "מיט פארשטענדעניש".
איך שטעל מיך פאר אז אין אלע היימישע קרייזן וועט מען נישט אויסהערן אזא תלמיד\תלמידה, און פרובירן דאס אויסצוריינגן פון זייער קאפ עד יעבור זעם.

נישטא אזא זאך ווי "אויסרייניגן" די זאכן. פונקט ווי מ'קען נישט א געווענליכן מענטשן מאכן ליב האבן דווקא זיין אייגענעם מין, קען מען נישט איינעם וואס איז געי מאכן ליב האבן דעם פארקערטן מין. אוודאי, טייל חרדים ווילן נישט און קענען נישט דאס פארשטיין - און דערפאר איז גוטע נייעס צו הערן פון א חשוב'ן רב וואס אנערקענט אז די אישו איז עכט, און מ'דארף זיך ספראווען דערמיט.

אגב, אנדערש ווי אין רוב חרדישע ישיבות וואו ענינים פון סעקסואליטעט ווערן ברוטאל דערשטיקט, זענען רוב ארטאדאקסישע יוגנטליכע אפן צום די פאקטן פון לעבן, און ווען איינער שפירט ביי די 14 יאר אז ער איז געי קען דאס אים שטארק צעטרייסלען און זיך אפרופן נעגאטיוו אין אלע חלקים פון לעבן. אפגעזען פון וואס אידישקייט האט צו זאגן פאר אזא איינעם ווען עס קומט חתונה צו האבן, דארף דער בחור'ל האבן סופארט און שטיצע שוין יעצט. און הרב מירוויס איז דא צו זאגן אז מ'טאר נישט שטופן די אישו אונטערן טעפיך, נאר מ'דארף האבן א נארמאלן רחמנות'דיגן צוגאנג און זיך ספראווען מיט תלמידים וואס פלאגן זיך מיט אט די אישוס.
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 7:10 pm#413744
Re: נייער קאלום: בליצן
זאגסט מיט א פעסטקייט אז עס איז נישט מעגליך צו ענדערען די אריענטאציע פון א מענטש. פון וואנעט ווייסט דו? איך גלויב אז מ׳האט ווייניג געפראווט דאס צו פארשען, ווייל די זאכען זענען זייער סענסיטיוו ביי די וואס לעבען אזוי.

מ׳קען דאס ארום שמועסען, און איך האב הרהורי דברים אין דער ענין. אבער עס זעט מיר אויס ווייט פון באשטעטיגט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 7:14 pm#413745
אין דעם אשכול איז שוין אויסגעשמועסט אביסל די נושא.
ומשם נדרשנו לטובה.
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 7:40 pm#413748
@ליטוואק, למאי נפקא מינה צו מ'האט גענוג געפארשט צו נישט? למעשה איז היינט נישט דא קיין וועג זיך צו טוישן און מיר דארפן דאס/זיי פארשטיין און אנערקענען. ווען ס'וועט אפירקומען א reputable מהלך וועט מען דעמאלטס דעבאטירן דערויף.
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 7:46 pm#413750
און אויב ס'איז יא דא א וועג עס צו טוישן? אז איינער א תאוה צו עסן שרימפ דארף ער עס טוישן?! מ'עסט נישט (אדער יא) און פארטיג.
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 7:46 pm#413751
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זאגסט מיט א פעסטקייט אז עס איז נישט מעגליך צו ענדערען די אריענטאציע פון א מענטש. פון וואנעט ווייסט דו? איך גלויב אז מ׳האט ווייניג געפראווט דאס צו פארשען, ווייל די זאכען זענען זייער סענסיטיוו ביי די וואס לעבען אזוי.

מ׳קען דאס ארום שמועסען, און איך האב הרהורי דברים אין דער ענין. אבער עס זעט מיר אויס ווייט פון באשטעטיגט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איר האט הירהורים אין דעם ענין? אוי וויי.
פרייטאג אקטאבער 05, 2018 1:13 am#413787
Re: נייער קאלום: בליצן
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זאגסט מיט א פעסטקייט אז עס איז נישט מעגליך צו ענדערען די אריענטאציע פון א מענטש. פון וואנעט ווייסט דו? איך גלויב אז מ׳האט ווייניג געפראווט דאס צו פארשען, ווייל די זאכען זענען זייער סענסיטיוו ביי די וואס לעבען אזוי.

מ׳קען דאס ארום שמועסען, און איך האב הרהורי דברים אין דער ענין. אבער עס זעט מיר אויס ווייט פון באשטעטיגט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
די פשוטע מהלך וועט זיין אז א G זאל גיין T אזוי ארום וועט אלעס זיין העכסט נאטורליך.
דינסטאג פעברואר 26, 2019 5:33 pm#425232
ראובן האט געשריבן:איך האב געשריבן דעם בליצל, און איך זע עס אלס א פאזיטיווע ערשיינונג. שטודיעס ווייזן אז קנאפע פיר פראצענט פון דער מענטשהייט איז LGBT, און דאס רעכנט אריין איראן און סטעמפארד היל. הרב אפרים מירוויס האט נישט געזאגט אז פאקטיש לעבן מיט'ן זעלבן מין וכדומה איז אויסגעהאלטן עפ"י תורה, און אוודאי האלט ער נישט אזוי. ער האט נאר אנערקענט דעם פשוט'ן פאקט אז דער פענאמען עקזיסטירט, און מ'דארף זיך באציען צו אזעלכע תלמידים מיט פארשטענדעניש. (געדענק, מ'רעדט נישט דא פון פארהייראטע מענטשן, נאר פון תלמידים וואס מוטשען זיך מיט זייער אידענטיטעט און אריענטאציע.)

כ'פארשטיי אז "דער איד", צום ביישפיל, האט נישט קיין פראבלעם צו לעבן אין דעם עולם הדמיון וואו עס זענען נישט דא קיינע LGBT, אבער דער וועקער פרובירט צו לעבן אין א וועלט וואו מ'איז דערוועקט פון די חלומות.

הרב מירוויס באגריסט די נייע רילעישאנשיפ עדיוקעישאן רעגולאציעס:
m https://www.thejc.com/education/educati ... s-1.480688 m
דאנערשטאג מערץ 07, 2019 12:38 pm#425931
ראובן א גרויסען יישר כוח פאר דעם קאלום, עס געוואלט געפאסט ציצולייגען אויך דעס אז צוויי ישיבות און בארא פארק לערנען שוין לימודי חול איינס איז ישיבה קטנה מבקשי תורה (א המשך צו די חדר מבקשי השם) די צווייטע איז די ישיבה גדולה יד הלוי