עס זענען אריינגעקומען טענות אויף דער הנצחה אין וועקער נומער 12, לזכר נשמת סטיווען האוקינג. וועל איך דא ארויפשטעלן איין אזא טענה, און מיין ענטפער:
עס האט מיך זייער געבאדערט דעם גאנצן הספד אויף סטיווען האוקינג. איך ווייס נישט, איך בין נישט דער גרויסער חכם אדער אויבער חכם, איך פארשטיי גוט צו די קארופציע פן די היינטיגע, ניי באשאפענע-קולטור באזירטע אידישקייט, אבער נאך אלעם איז סטיווען האוקינג געווען איינער וואס האט געזאגט קלאר אז עס איז נישט דא קיין באשעפער אויף דער וועלט. אויב אזוי וואסערע מקום האט אזא הספד מיט די אלע לשונות של שבח אין אזא אויסגאבע.
א דאנק פאר דיין הערה.
קודם כל איז דער הספד געווען א באצאלטע זאך וואס א ספאנסער האט אריינגעשיקט. דאס מיינט נישט אז וועקער נעמט נישט אחריות דערויף, כ'זאג סתם אז דאס איז נישט אריין פון וועקער'ס אייגענעם איניציאטיוו.
כ'האב געהערט דעם קריטיק פון א סך אנדערע אויך, און כ'מוז מודה זיין אז עס האט מיך געטראפן אין שאק. סטיווען האוקינג איז געווען פון די גרעסטע וויסנשאפטלער היינטיגע צייטן -- ער איז אזא איינער אויף אזא גאטונג ווי אלבערט איינשטיין. פארשטייט זיך אז יעדער מענטש וואס שעצט חכמה האט א שעצונג פאר האוקינג. כ'ווייס נישט פארוואס, אבער פלוצים ווען ער איז אוועק האבן טייל חרדים אים געמאכט ווי דעם סימבאל פון כפירה. האוקינג איז נישט געווען קיין מיליטאנטישער כופר א שטייגער ווי ריטשארד דאוקינס (וועמענס ציל אין לעבן איז מרבה צו זיין כפירה אויף דער וועלט), נאר ווי א געווענליכער וויסנשאפטלער, א שטייגער ווי איינשטיין. און גראדע פונקט ווי איינשטיין, האט האוקינג אויך טיילמאל גענוצט רעליגיעזע טערמינען אויף זיין שעצונג און וואונדער פון דער בריאה.
אמת, האוקינג איז נישט געווען קיין מאמין. אבער זינט ווען איז א מענטשנ'ס אמונה אונזערס אן עסק? פאר דעם אנגעפאשעטן כופר, שוטה און מנובל דאנעלד טראמפ מעג מען מאכן א הנותן תשועה למלכים פארנט פון אן אפענעם ספר תורה, אבער א חכם הרזים וואס האט נישט נהנה געווען פון דער וועלט אפילו באצבע קטנה טאר מען נישט אויסלויבן אין א זשורנאל?
שוב נחמתי אז די שפאט און אפשיי פון דאוקינס האט גארנישט געהאט מיט זיינע שיטות אויף בריאת העולם, נאר מיט זיין שטיצע פאר דער אנטי-ישראל BDS באוועגונג. אז דו פרעגסט מיר פערזענליך, איך בין פרא-מדינת ישראל, אבער חכמה איז פיל העכער פון פאליטיק.
אלזא, איך זע נישט קיין שום פראבלעם אויסצולויבן איינער פון די גרעסטע חכמים פון דעם דור, וועמענס אויסערגעווענליכן לעבן דארף זיין א לעקציע פאר אונז אלע.