Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » קאווע שטיבל • פרעקלס און פימפעלס

קאווע שטיבל • פרעקלס און פימפעלס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12090
מיטוואך יאנואר 24, 2018 8:32 pm#394171
פרעקלס און פימפעלס
ווייסט איינער פון א היילונג אדער ווירקזאמע עצה אראפצונעמען אדער לייכטער מאכן פרעקל'ס און רויטע פימפלס אויפן פנים? און אזוי אויך צוקראכטע סקין?
און אויב יא, וויאזוי בעט מען פון די טייערע אשת חיל אז מיר וואלטן געוואלט אז עס זאל מסודר ווערן? (מיר האבן שוין פרובירט מרמז צו זיין, אבער עס האט נישט געכאפט, איר באדערט עס בכלל נישט.....) און מיר ווילן נישט אז זי זאל שפירן אומבאקוועם מיט דעם בקשה.
די פראבלעם איז, אז איך שוין געבעטן אז זי זאל זיך אהערשטעלן מיט אנדערע ענינים, וואס זי האט ב"ה ערליך אויסגעפירט, און פון די אנדערע זייט וויל איך נישט איבערצוען דאס שטריקל, און האלטן און איין בעטן דאס אין יענץ..
דאך וויל איך אז זי עס קער נעמען ווייל עס באדערט מיך.....
מיטוואך יאנואר 24, 2018 8:45 pm#394174
פרעג איר אויב ושתי האט שלעכט אויסגעזען.
מיטוואך יאנואר 24, 2018 9:55 pm#394177
לדעתי, איז פרעקלס זייער שיין ס'האט א קינדישע חן. לגבי פימפלס דארף מען ארויפשמירן אן astringent, ס'דא אסאך שמירעכצער, מינים ממינים שונים, נאטורליכע, און אומנאטוליכע, הצד השוה שבהן אז זיי זענען אלע astringents.
דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 12:32 am#394186
Re: פרעקלס און פימפעלס
'לדעתי' איז פימפלס א שיינע זאך. ענליך צו די שיינקייט פון די בלוטות פונעם אתרוג.
דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 12:51 am#394189
קל וחומר האט געשריבן:'לדעתי' איז פימפלס א שיינע זאך. ענליך צו די שיינקייט פון די בלוטות פונעם אתרוג.

לדעתי נישט, וכבר אמר החכם, על טעם וריח אין להתווכח. גראדע thanaka powder דארף צו העלפן פאר פרעקלס, אפשר ווייל ס'איז אן astringent. קען זיין אז אלע astringents קענען העלפן פאר דעם.
דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 2:56 pm#394245
מיר רעדן באמת פון זייער פולע פרעקלס, נישט אביסל דא אין דארט. נאר אנגעפילט אויפן גענצן פנים.
בערך אזוי

m https://www.google.com/imgres?imgurl=ht ... mrc&uact=8 m

m https://www.google.com/imgres?imgurl=ht ... mrc&uact=8 m
דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 4:43 pm#394269
מילא פימפלס, אבער פרעקלס וואס קען זי דען טוהן? קענסט באשולדיגן נאר איר בורא.
פרייטאג יאנואר 26, 2018 1:19 am#394303
1111 האט געשריבן:מיר רעדן באמת פון זייער פולע פרעקלס, נישט אביסל דא אין דארט. נאר אנגעפילט אויפן גענצן פנים.
בערך אזוי

https://www.google.com/imgres?imgurl=ht ... mrc&uact=8

https://www.google.com/imgres?imgurl=ht ... mrc&uact=8

איך פארשטיי נישט, טאמער שטערט עס דיר אזוי שטארק, וויאזוי האסטי מסכים געווען צום שידוך? ס'איז נישט קיין יושר אז יעצט זאלסטי פארלאנגן זי זאל זיך טוישן
פרייטאג יאנואר 26, 2018 7:50 am#394309
וואס איז די ביג דיל צו בעטן (נישט פארלאנגן) די ווייב צו גיין מיט מעיקאפ? ער בעט איר דען אפצושינדן איר הויט צו וואס?
פרייטאג יאנואר 26, 2018 9:17 am#394311
עס קען זיין אז ביי די דריי מינוטיגע בעשוי האט זי זיך פעסט איינגעשמירט אז עס זאל נישט זיין ניכר.
פרייטאג יאנואר 26, 2018 4:33 pm#394331
אישתישבי האט געשריבן:עס קען זיין אז ביי די דריי מינוטיגע בעשוי האט זי זיך פעסט איינגעשמירט אז עס זאל נישט זיין ניכר.

דאן איז עס מסתמה מקח טעות אין א שאלה צו די קידושין האט בכלל חל געווען...
דינסטאג יאנואר 30, 2018 12:29 am#394485
עס איז נישט א שאלה, ווייל ביי אונז קוקט מען נישט בכלל. די מעיקאפ איז נאר געווען די מאמע זאל נישט זעהן.
דינסטאג יאנואר 30, 2018 2:10 am#394493
פאסיגע מתנות:

פאר עקני. לייג ביינאכט און ווער זיך אויף אינגאנצן קלין.
m https://seneweb.senegence.com/us/produc ... treatment/ m

פימפל קאווער אפ:
m https://seneweb.senegence.com/us/produc ... oncealers/ m

זעהט אויס ווי מען קען יעצט ווערן א דיסטריביוטער צו באקומען א הנחה. ( נאך 2 טעג) די 55$ איינצאלונגן קען מען ניצן איינצוקויפן.
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 10:43 pm#509543
שמעון וואלף האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:עס קען זיין אז ביי די דריי מינוטיגע בעשוי האט זי זיך פעסט איינגעשמירט אז עס זאל נישט זיין ניכר.

דאן איז עס מסתמה מקח טעות אין א שאלה צו די קידושין האט בכלל חל געווען...



פאר די לומדי דף היומי איז דאס איצטער מענינא דיומא, אויב האט זי אנגעטוהן שטארקע מעיקאפ, דעריבער האט ער נישט געהאט א שאנס צו זעהן פאר די חתונה, איז לכאורה די קידושין נישט חל,
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 11:01 pm#509546
אז דו האסט יא עקסעס צו אינטערנעט, קענסטו זיכער געפונען א גאר גוטע סעלושען. גוגל איז א פיינער רבי...
היינט איז אלעס מעגליך.