Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הג"ר פנחס ראבינאוויטש

הג"ר פנחס ראבינאוויטש

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12098
מאנטאג יאנואר 29, 2018 12:34 pm#394423
הג"ר פנחס ראבינאוויטש
הג"ר פנחס ראבינאוויטש שליט"א פון די גרעסטע רבנים אין אבן העזר און גיטין וקדישון וגירות, ער וואינט אין שטאט מאנסי א דיין אין מכון להוראה וואס איז באוויסט אלטס יחיד מומחה און די פעלד פון הלכות וואס רוב דיינים זענען נישט אזוי באקאנט, ווי שמות האנשים, הלכות גט מעושה, וואס ליידער מהערט זיך אן צו פיל מעשיות וואס ווערען געטון דורך רבנים וואס זענען נישט וויסענד, און הרב פנחס איז א יחיד ממש בשדה הרבנות וואס די גרעסטע פוסקים סומכין ידיו עליו, זייענדיג באקאנט מיט עטליכע פעלער ווי דער רב האט געראטוועט אידען פון רבנים מושחתים און ב"ה ער האט מעמיד געווען הדת על תלה
מאנטאג יאנואר 29, 2018 1:40 pm#394427
ווי למשל?
מאנטאג יאנואר 29, 2018 2:57 pm#394436
א באוויסטע מערכה וואס די גאנצע רשות הרבים האט מיט געהאלטען ווען הג"ר מענדל זילבער האט גפסלט א גט וואס איז געווען געפלאנט צו געבען דורך בי"ד פון הר' ש"ז קויפמאן ביי די משפחת ש' מיט משפ' ק' ,
און דער הג"ר פנחס האט עומד געווען אויף די כפי' און ער האט דאס מעורר געווען לרשות הרבים און הג"ר מענדל זילבער האט זיך צוגשטעלט צו די מערכת קודש און אזוי ארים האט מען אפגעהאלטן פון א גט פסול ב"ה
מאנטאג יאנואר 29, 2018 5:07 pm#394442
איך ווייס נישט פון וואו דו האסט מחדש געווען אז ר' פנחס איז געווען דער וואס האט דאס מעורר געווען, די גאס האט שוין געשמועסט דערפון לאנג בעפאר זיין בריוו. משפחת ש' זענען נישט קיין קלענערע בעלי זרוע ווי משפחת ק', און זיי זענען ארומגעלאפן צו אלע רבנים.

---
זיין ספר "תורת היחוד" איז גראדע א שיינע ספר, אבער איך זעה נישט דארט קיין גרויסע גאונות.
מאנטאג יאנואר 29, 2018 5:14 pm#394443
ואאל"ט פארמאגט ער שוין היינט אן אייגענעם בי"ד.
מאנטאג יאנואר 29, 2018 5:33 pm#394447
עס ווערט דרינגענד געזוכט א מפענח ראשי תיבות...
מאנטאג יאנואר 29, 2018 5:47 pm#394455
תנחום האט געשריבן:עס ווערט דרינגענד געזוכט א מפענח ראשי תיבות...

חלילה.

נאר אזוי קוקט מען אויס אינטעליגענט
מאנטאג יאנואר 29, 2018 6:05 pm#394460
א וודאי האט ער א בית דין ער האט מיט זיך נאך עטליכע רבנים חשובים הגאון רבי משה גרין מיט הגאון רבי רפאל שאהרר שליט"א די צוויי עלטסטע און חשובסטע ראשי ישיבות אין מאנסי זענעם אים זייער מחשיב און האלטען על פי רוב הלכה כמותו, פיל מאל גחתמט קול קוראס און זיך פארלאזט אויף זיין הכרעה אפי' עס אחיז געווען א קעגין אנדערע מער באוויסטע רבנים
מאנטאג יאנואר 29, 2018 9:16 pm#394472
ימים ידברו: איך האב א שאלה צו דיר. איך האב 2 רבנים. (איינער קאנסערוואטיוו, ל"ע) און איין אדמו"ר וועם איך בין שטארק מחשיב. קען איך מאכן א בי"ד פון זיי בצירוף פון מיר אלס יושב ראש...?! ביטע ענטפערן ווי אמשנעלסטן...!
מאנטאג יאנואר 29, 2018 11:37 pm#394478
בערל איך פארשטיי נישט דיין פראגע שרייב קלאר
דינסטאג יאנואר 30, 2018 4:30 am#394498
ימים ידברו: דו שרייבסט אז הגאון ר' פינחס ראבינאוויטש, און זיין בי"ד זענען סעפציעל חשוב, ווייל הרב ר' משה גרין און נאך א ראש ישיבה זענען איהם זייער שטארק מחשיב. אשר על כן האט ער א שטארקן בית דין. האביך געפרעגט אויב מ'קען צוזאמשטעללן א בית דין פון רבנים, אדמורי"ם און ראבייס וועם איך בין שטארק מחשיב. צי דאס זענען די קוואליפיקאציעס פאר א בית דין...?!
דינסטאג יאנואר 30, 2018 12:46 pm#394514
די האסט נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבען בנוגע די צוויי ראשי ישיבות, אוודאי האט ער צוויי דיינים וואס קענען אבן העזר מיט חושן משפט אבער די צוויי עלטסטע חשובסטע רבנים ראשי ישיבה פון שטאט טראסטען הג"ר פנחס דאס האב איך געשריבען, ליידער היינטיגע דיינים זענען פיל מיט חשבונות און שוחד רח"ל די רבנים טראסטען זיי נישט משא"כ הרב פנחס וואס אמת ותורה נר לרגליו
דינסטאג יאנואר 30, 2018 1:23 pm#394516
חשבונות האט ער מן הסתם אויך, און שוחד האבען רובא רובא נישט.
דינסטאג יאנואר 30, 2018 3:27 pm#394520
איך האב א הרגשה אז עפעס א פרשה האלט אט אט ביים אויספלאצן
ואין פותר אותו...
דינסטאג יאנואר 30, 2018 6:21 pm#394528
די ערשטע פרשה וואס גייט אויספלאצן און איך וועל נעמען די קורזש און זיין דער "פותר אותו" איז אז ימים ידברו יאריך ה' שנותיו בנעימים עפענט אייביג אשכולות מסיח לפי תומו און אייביג מוז ליגען דערון גופטיגע ארס. אויב וויל ער רעדען וועגען איינעם'ס מעלות מוז אייביג אריינקומען "רבנים מושחתים" וכדומה? אייביג מוז זיין אז פונקט זיינע אשכולות פאר עפעס אן "אומפארשטענדענישע" סיבה לאזען זיך אויס מיט איינזאטיגע עקסטרעמיזם?

דארף מען דא צירוק גיין צו סוגית "טראל" אז קאווע שטיבל זאל ווייטער בלייבן אן אנגענעמער פלאץ?

געוואלדיג, איך ווייס נישט וואס דיין הרגשה איז געווען, עכ"פ דאס איז מיין הרגשה פון די הרגשה פון אסאך חברים דא.
דינסטאג יאנואר 30, 2018 7:30 pm#394531
גראדע מיר שטערט נישט אז ער שרייבט זיין בויך וויי, אזוי לאנג ווי יעדער קען שרייבן פארקערט.
דינסטאג יאנואר 30, 2018 9:01 pm#394533
וואלווי האט געשריבן:די ערשטע פרשה וואס גייט אויספלאצן און איך וועל נעמען די קורזש און זיין דער "פותר אותו" איז אז ימים ידברו יאריך ה' שנותיו בנעימים עפענט אייביג אשכולות מסיח לפי תומו און אייביג מוז ליגען דערון גופטיגע ארס. אויב וויל ער רעדען וועגען איינעם'ס מעלות מוז אייביג אריינקומען "רבנים מושחתים" וכדומה? אייביג מוז זיין אז פונקט זיינע אשכולות פאר עפעס אן "אומפארשטענדענישע" סיבה לאזען זיך אויס מיט איינזאטיגע עקסטרעמיזם?

דארף מען דא צירוק גיין צו סוגית "טראל" אז קאווע שטיבל זאל ווייטער בלייבן אן אנגענעמער פלאץ?

געוואלדיג, איך ווייס נישט וואס דיין הרגשה איז געווען, עכ"פ דאס איז מיין הרגשה פון די הרגשה פון אסאך חברים דא.

וואלווי: איך וועל מיך מוזן דא באניצן מיט א מימרא פון א גרויסן און וויסטן אנטיסעמיט, פעט ביוקענען, ימ"ש...I am in your Amen corner...!
דינסטאג יאנואר 30, 2018 9:30 pm#394535
אישתישבי האט געשריבן:גראדע מיר שטערט נישט אז ער שרייבט זיין בויך וויי, אזוי לאנג ווי יעדער קען שרייבן פארקערט.


כללית'דיג גערעדט ביסטו גערעכט, מ'דארף סובל זיין איינער דעם צווייטן והא גופא איז די מעלה פון ק"ש אז ס'איז אן אפענע פארום. דא אבער קומט אריין די דקות'דיגע ליין צווישען פרידאם אוו ספיטש און העיט. אזוי ווי אין די אלגמיינע געזעלשאפשט קלעשען צו מאל די צוויי צדדים אזוי דא אויך.

איך האב געפילט גראד פון אנהייב אז ס'גייט ווערען א קאנווערסעישאן נישט נאר פון יענעם'ס מעלות נאר אויך פון אנדערעם'ס חסרונות, נאר היות איך בין נישט דא צו אטאקירן דעם ניק פערזענליך נאר די עפעקט וואס ס'האט צום סוף אז ס'קומט ארויס העיט, האב איך געוואלט אויפמערקזאם מאכן די בחינה אז אויב מ'בעלענסט נישט פרידאם אוו ספיטש מיט אביסל שכל'דיגע מענטשליכקייט, צום סוף בעקפייערד עס דורך א פארעם פון העיט און דאס זעלבסט ברענגט צום סוף אונטער פרידאם אוו ספיטש מיט אלע אירע מעלות, סיי אין געזעלשאפשט ווי מענטשען הייבן אן מורא האבן און פארלירן זייער רעכטן, און סיי דא אין ק"ש ווי מענטשען פילען נישט אז ס'דא פעיר און אבדזשעקטיוו דיסקאשענס, ווייל איינע פון די צוויי צדדים אטאקירט מיט העיט און עקסטרעמיזם, אפענערהייט אדער באהאלטענערהייט.
דינסטאג יאנואר 30, 2018 9:39 pm#394536
Re: הג"ר פנחס ראבינאוויטש
פרידאם אוו ספיטש מיינט נישט שקר. אז איינער וויל עפעס זאגען, זאל ער עס זאגען און נישט זיך ארום שפילען. דער פותח האשכול טרייבט דא אן אגענדא מיט א פני תם. מיר גייט עס נישט אן צו זיין מאן גיבט א גט צו נישט, זאל ער נאר רעדען קלאר, אן צו דרייען א קאפ.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך יאנואר 31, 2018 11:01 am#394557
וואלווי האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:גראדע מיר שטערט נישט אז ער שרייבט זיין בויך וויי, אזוי לאנג ווי יעדער קען שרייבן פארקערט.


כללית'דיג גערעדט ביסטו גערעכט, מ'דארף סובל זיין איינער דעם צווייטן והא גופא איז די מעלה פון ק"ש אז ס'איז אן אפענע פארום. דא אבער קומט אריין די דקות'דיגע ליין צווישען פרידאם אוו ספיטש און העיט. אזוי ווי אין די אלגמיינע געזעלשאפשט קלעשען צו מאל די צוויי צדדים אזוי דא אויך.

איך האב געפילט גראד פון אנהייב אז ס'גייט ווערען א קאנווערסעישאן נישט נאר פון יענעם'ס מעלות נאר אויך פון אנדערעם'ס חסרונות, נאר היות איך בין נישט דא צו אטאקירן דעם ניק פערזענליך נאר די עפעקט וואס ס'האט צום סוף אז ס'קומט ארויס העיט, האב איך געוואלט אויפמערקזאם מאכן די בחינה אז אויב מ'בעלענסט נישט פרידאם אוו ספיטש מיט אביסל שכל'דיגע מענטשליכקייט, צום סוף בעקפייערד עס דורך א פארעם פון העיט און דאס זעלבסט ברענגט צום סוף אונטער פרידאם אוו ספיטש מיט אלע אירע מעלות, סיי אין געזעלשאפשט ווי מענטשען הייבן אן מורא האבן און פארלירן זייער רעכטן, און סיי דא אין ק"ש ווי מענטשען פילען נישט אז ס'דא פעיר און אבדזשעקטיוו דיסקאשענס, ווייל איינע פון די צוויי צדדים אטאקירט מיט העיט און עקסטרעמיזם, אפענערהייט אדער באהאלטענערהייט.

וואלווי: נאר כדי לחזק ולהוסיף על דבריך. דער געוויסער ניק (וכל שום וחניכא דאית ליה) קומט אייביג אריין מיט א סניעקי וועג. ער שטעלט אן א פני תם. אבער ער שטויסט ערגער ווי א מועד. למשל ווען דער בעלזער רב איז געווען אין לאנדאן, האט ער נישט אויפגעהערט צו גיסן קיתונות של שופכין אויף בעלזא,בכלל. און אויף דעם היינטיגן רב בפרט. איך בין נישט קיין בעלזער. אבער ס'האט מיר זייער שטארק וויי געטון. דער בעלזא רב איז נישט געקומען צו איהם. מ'האט איהם נישט געהייסן גיין צו זיין טיש אדער נעמען שלום פון איהם. ער איז געקומען צו זיינע חסידים. פארגין זיי די שמחה. פארוואס ביסטו אזא רשע עריץ. וואס קומט במחתרת און רוקט אריין האלבע אמת'ן און גאנצע שקרים וועלכע האבן בכלל נישט קיין שייכות צו דעם איצטיגן מצב. דאס איז נאר איינס פון צענדליגער משלים.ער און זיין אגענדא זענען אייביג די צדיקים. אייביג גערעכט. און יענער איז דער שייגעץ...!
זונטאג פעברואר 04, 2018 9:40 am#394730
זאל זיין העיט שמעיט, אויב איז קיינער נישט גרייט מגלה צו זיין דער פנים תם אויף די אישוס איז קאווע שטיבל אין דער ערד. אין אנדערע ווערטער, אױב דער איינציגסטער וועג צו ענטפערן איינער איז דורך חוסם זיין איז קאווע שטיבל דערנאך (אויב נאך נישט).
זונטאג פעברואר 04, 2018 11:22 am#394741
אישתישבי: דו ביסט נישט אינגאנצן גערעכט. ווייל אני הקטן, למשל הייב (כמעט) אייביג אן מיט דרך ארץ און כבוד פאר א צווייטן. אבער אויב מ'דארף, קען איך ב"ה גאנץ גוט די לאכה פן ווארפן שמוץ און שיסן מיסילס אין יענעמ'ס ריכטונג. און איך ווער נישט אזוי שנעלל מיעד. איינער האט אמאל געפרעגט פון דעם גרויסן רוצח און מאסן מערדער סטאלין, ימ"ש, אין א לייכטער'ן מאמענט...ווילאנגע ער וועט ממשיך זיין צו הרגנ'ען מענטשן. האט ער געענטפערט...ווילאנג ס'פעהלט אויס...! כן הוא הדבר הזה... אבער וואס איז דער תכלית. קאווע שטיבל ועט זיך (ח"ו) דערקייקלען צו א פלאץ וואו מ'באשמוצט און אטאקירט איינער דעם צווייטן מיט די גרעסטע ביזי בזיונות (ווייל שמוץ איז דא אויף א יעדן איינעם און זיין גרופ). און דאס איז דאך נישט קיין תכלית. אשר על כן איז די ריכטיגע עצה אויב איינער קומט אריין אלס טראלל מיט א בייזע כונה מתחילה אנצוזייען האס און פירוד לבבות און מחלוקת, איהם אויסצושפארן. איידער די מחלוקה און די שנאה צופלאקערן זיך און צושפרייטן זיך. דאס האט גארנישט צו טון מיט די לעגיטימע רעכט פון אויסדרוקן א מיינונג. צו ס'איז יא צו די צופרידנהייט פון טייל מענטשן אדער נישט. דארף דאס טאלערירט ווערן...!