מיטוואך יאנואר 31, 2018 6:04 pm#394584
הכנה דרבה פאר'ן וועקער לכבוד פסח תשע"ח (#12)
יעדן טאג באקומען מיר פרישע בריוו און רעאקציעס אויפ'ן וועקער, און ס'איז באמת א קידוש ה' צו זען די ווארימקייט וואס דער ציבור האט פאר אונזער אויסגאבע. ווי אונזער לייענערשאפט ווערט פארגרעסערט פון נומער צו נומער, באקומען מיר אויך רעאקציעס אויף פריערדיגע נומערן וואס נייע לייענערס האבן ערשט יעצט איינגעקויפט. עס איז אינטערעסאנט אז טראצדעם וואס מיר האבן שוין ארויסגעגעבן 11 הערליכע אויסגאבעס זענען נאך דא אזויפיל פאטענציעלע לייענער וועלכע האבן נאך נישט געהערט פון אונז. דאס מיינט אז נישט נאר וואס מיר קענען קוועלן פון דער לייענערשאפט וואס האלט אין איין וואקסן, נאר עס איז נאך דא אזויפיל מער וואו צו וואקסן.
טאקע דערפאר האט ידידינו ATUB @דער גאלדענער אדלער ATUB אונטערגענומען אן איניציאטיוו אז אידן וואס האבן נאך נישט געהערט פון אונז זאלן וויסן וועגן דעם וועקער. ווי מיר האבן געשריבן אין דער הקדמה פון וועקער נומער 8, איז אונזער ציל נישט צו טרעטן אויף די הינעראויגן פון די וואס זענען קעגן דעם געדאנק פון אזא אויסגאבע ווי דעם וועקער. עס זענען ב"ה פאראן טויזנטער וואס סימפאטיזירן מיט אונז, און קוועלן פון יעדן וועקער, און עס זענען פאראן נאך טויזנטער וואס דארפן נאר הערן פונעם וועקער פון גוטע פריינט וואס וועלן זיי מזכה זיין דערמיט -- צו זיי ווילן מיר אנקומען.
כ'גלייב אז רוב עולם האט נאך נישט עספיעט צו ענדיגן לייענען אלע 178 רייכע זייטן פונעם ווינטער וועקער, אבער דא אין דער רעדאקציע גרייט מען זיך שוין פאר'ן וועקער לכבוד פסח הבעל"ט. פארוואס זאג איך דאס אייך? אז איר זאלט וויסן. און פארוואס דארפט איר וויסן? ווייל מיר ווילן אז אייער ארטיקל זאל ערשיינען אינעם הערליכן פארגרעסערטן פסח וועקער ברוב פאר והדר, וואס אנטשפרעכט ווידעראמאל צו איבערראשן יעדן וואס שעצט קוואליטעט לייען מאטעריאל.
דער דעדליין פאר'ן פסח וועקער איז ד' אדר, ולמספרם פעברואר 19. זעט אריינצושיקן אייערע הערליכע ארטיקלען אין צייט.